דראמאטישע היימישע מידיא אנטוויקלונג: טעגליכע אידישע צייטונג!

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 434 מאל

דראמאטישע היימישע מידיא אנטוויקלונג: טעגליכע אידישע צייטונג!

שליחה דורך נח בער »

העפטיגע און סודות'פולע מיטינגען קומען די טעג פאר אין די רעדאקציע פון איינע פון די גרויסע וועכנטליכע חרדישע צייטונגען אין אידיש, איבער אן איניציאטיוו וואס וועט טוישן די צורה פון חרדישע זשורנאליזם פאר אייביג. 

ווי באקאנט ליידן אלע פרינט אויסגאבעס פון פארלוסט פון ליינערס א דאנק דעם אינטערנעט. כאטש די עפעקט איז נישט אזוי גרויס פאר די חרדישע צייטונגען, וויבאלד שבת קען מען נישט נוצן דעם אינטערנעט, האבן אבער אלע היימישע צייטונגען פארלוירן טויזנטער ליינער אין די לעצטע יארן. די היימישע צייטונגען ליידן אויך פון א שטארקן פארלוסט פון אדווערטייזמענטס צוליב די פילע קאנקורירענדע אומזיסטע מידיא קאנאלן ווי קול מבשר און די וועכנטליכע אדווערטייזמענט ביכלעך וואו מ'קען היינט אדווערטייזן פיל מאל פאר ביליגער און מיט בעסערע רעזולטאטן.

די גרויסע חרדישע צייטונגען "דער איד", "די צייטונג", און "דער בלאט" מוטשען זיך מיט דעם פארלוסט פון ליינערס און אדווערטייזערס, און פרובירן כסדר אויפצוקומען מיט אופנים צוריקצוגעווינען דעם מארקעט.

ווי אויפגעדעקט יעצט צום ערשטן מאל דא אויף קאווע שטיבל, איז יעצט די רעדאקציע פון איינע פון די צייטונגען אויפגעקומען מיט דעם געניאלן געדאנק ארויסצוקומען מיט אן אומזיסטן טעגליכן צייטונג, וואס וועט דעקן די וועלטליכע און היימישע געשעענישן פון יענעם טאג, און וועט פארשפרייט ווערן אומזיסט פאר צענדליגער טויזענטער ליינערס דורך אימעיל.

אין די פארגאנגענהייט איז שוין געמאכט געווארן אזא פרואוו, אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט. יעצט, מיט דעם פינאנציעלן כח פון א גרויסע צייטונג און מיט א דגוש אויף היימישע נייעסן, אנטשפרעכט דאס צו זיין א ריכטיגע רעוואלוציע אין חרדישע זשורנאליזם.

די נייע טעגליכע צייטונג וועט טראגן דעם זעלבן נאמען ווי די צייטונג'ס וועכענטליכע אויסגאבע, און עטליכע סעמפל אויסגאבעס זענען שוין ארויסגעגעבן געווארן פאר רעדאקציע מיטגלידער. לויט דעם יעצטיגן פלאן וועט די רעדאקציע מעלדן איבער דעם דורכברוך אין די פארגרעסערטע פסח אויסגאבע, און עס וועט אנפאנגען ערשיינען הארט נאך פסח.

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר