האט איר א דעת בעה''ב אדער א דעת תורה?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

האט איר א דעת בעה''ב אדער א דעת תורה?

שליחה דורך chasid »

טייערע קאלעגע'ס אין קאווע שטיבל,

ס'איז דא א אויסדריק "דעת בעה''ב איז היפך דעת תורה", אן אריינגיין אינעם מקור, איז עס א פארשטענדליכע זאך, און מ'זעט עס טאקע ביי יעדע נושא ווי די וואס ליגן ראשם ורובם אין תורה האבן א פארקערטע מיינונג ווי די וואס ראשם ורובם ליגט אינעם סמארט-פאון.. אבער ווי פארשטענדליך איז עס נישט תלוי אינעם מזרח וואנט אין אויך נישט דוקא אין לערנען יומם ולילה, נאר ווי דער קאפ ליגט, (כידוע מספרים הקדושים אז ווען מ'גייט צו צום ברענגען פרנסה מיטן ריכטיגן מחשבה, באקומט מען שכר פאר יעדע מינוט פונעם בזיעת אפיך) דהיינו א בעה"ב וואס האט אינזין די "מה חובתי בעולמי" האט געווענליך די זעלבע מיינונג ווי בני תורה,
און פארשטייט זיך אז נאר מיט א שיעור קבוע אין ספרי מוסר/חסידות איז מעגליך צו האבן דעם תורה'דיגן בליק, וואס יעדער וואס לערנט די ספרים בקביעות קען עדות זאגן דערויף ווי ס'טוישט אינגאנצן די מחשבה און דעם בליק אויף יעדע נושא.

איז צו וואס וויל איך צוקומען?
דא איז דאך א אפענע פארום מיט א גרינגערע צענזור ווי אנדערע מקומות, קומט דאך אויס אסאך מאל שמוסערייען איבער פארשידענע ענינים אין אידישקייט, וואס ווערט נישט אויסגעשמועסט ערגעץ אנדערש, און ווי פארשטענדליך איז דא אין יעדע נושא צדדים לכאן ולכאן, איז אין גאס (צו אין מקווה) ווען איך הער אויס איינעמס מיינונג איבער א אידישקייט ענין, ווייס איך געווענליך לויטן רעדנער צו די תורה'דיגע מיינונג איז אזוי ווי ער זאגט אדער גאר פונקט פארקערט.. אבער דא זאגט דאך דער ניק נישט אויס צו ער האלט יעצט נאך א מסילת ישרים צו א באר מים חיים אדער להבדיל נאך א לענגערע קליפ אויף יו-טוב..

איז ביטע טייערע חברים, לאזט אייך הערן צו איר האט א טעגליכע שיעור אין ספרי מוסר אדער חסידות, וועל איך וויסן וואס ארויסצונעמען פון אייערע תגובות, וואס ס'שטייט געשריבן אדער גאר פונקט דאס פארקערטע..

דער אשכול פארמאגט 45 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר