מיין טאטע ערלויבט מיר נישט האבן אינטערנעט

stuck
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

מיין טאטע ערלויבט מיר נישט האבן אינטערנעט

שליחה דורך stuck »

[justify]א גוטן. שלום עליכם.

איך זוך נישט דא צו שרייבן קיין לאנגע ארטיקל, נאר ענדערש צוקומען צום פונקט. און זוך זיך דורך צו שמועסן א גאר גאר וויכטיגע נושא וואס גיבט מיר נישט קיין מנוחה די לעצטע פאר טאג. איך דריי מיר ארום פארלוירן און איך האב נישט מיט וועם צו רעדן צו, און וויסענדיג פון 'קאווע שטיבל', טראכט איך אז דא וועט מען מיר אפשר פארשטיין און אפילו ארויסהעלפן אי"ה.

איך בין א אינגערמאן אין די נידריגע צוואנציגער יארן, פיין חתונה געהאט כמעט דריי יאר, מיט צוויי קינדער ב"ה. איך בין מיט איין פוס ארויס פון כולל, און איך פארנעם זיך מיט לערנען פריוואט מיט בחורים צו לייזן אפאר פרוטות.

פאר עטליכע חדשים צוריק (חנוכה צייט) האב איך מיר געקויפט א סמארט-פאון. ביז דאן האב איך געהאט א טאלק & טעקסט סעלפאון, און נאכ'ן אפמאכן אז איך ברויך אינטערנעט צו שטיפן דעם טאג, האב איך עס געטוישט צו א נייע מאדערענע אויפרייסערישע אייפאון. מיין אידענע האט גראדע הנאה געהאט פונעם טויש (זי האט האט שוין געהאט א סמארט-פאון אסאך פאר דעם), און איך האב מיר צוביסלעך צוגעוואוינט צו א לעבן מיט א קליגע טעלעפאון.

קומען קום איך פון א פרומע פאמיליע. נישט ממש פרום, אבער מיינע עלטערן זענען שטארק פרום און אויף געוויסע זאכן זענען זיי שטארק מקפיד. איינע פון די זאכן, איז, ווי נישט -- אינטערנעט.
וויסענדיג אז מיין האבן אינטערנעט וועט שטארק באנג טון מיין פאטער און מוטער, האב איך זיכער געמאכט צו באהאלטן מיין נייע סמארט-פאון פון מיינע עלטערן, אויף ווי ווייט מעגליך. איך האב נישט ארויסגענומען מיין נייע מאשינקע פאר זיי, און פראבירט האלטן א סוד אויף ווי ווייט מעגליך.

עטליכע טעג צוריק איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן מיט מיין טאטע, און בין הדברים האט ער מיר מרמז געוועהן אז עפעס באדערט אים אויף מיין התנהגות. איך האב אים געבעטן ער זאל מיר זאגן וואס, און ער האט מסכים געוועהן. ער האט מיר געזאגט דעם אמת אז אפאר טעג צוריק האט ער אויסגעפונען איך האב אינטערנעט, און ער עסט זיך דאס געזונט. ער קען נישט שלאפן זאגט ער מיר.

דאס האט מיר זייער וויי געטון. איך האב אים געבעטן ער זאל פארשטיין אז איך האב א פילטער, און אפילו איך וויל קען איך נישט זעהן אומאויסגעהאלטענע זאכן, אבער ס'האט גארנישט געהאלפן. מיין טאטע האט ממש געוויינט. ער האט מיר געזאגט אז ער האט אזוי שטארק פראבירט מיך צו מחנך זיין על הדרך הישר והטוב, און דא פאנג איך אן גליטשן.

וויפיל איך האב מיר געבעטן ער זאל מיר פארשטיין, האט נישט געהאלפן. ער זאגט מיך אז ער העלפט מיר ארויס מיט געלט און אלעמען, און דא קום איך און שפיי אים אין פנים. ער זאגט מיר ווייטער, אז ער הייסט מיר עס נישט אויפגעבן און ער קען מיר נישט הייסן וואס צו טון, אבער ער בעט זיך ברחמים איך זאל אוועקווארפן מיין סמארט-פאון און קויפן א פשוט'ע פאון (ער וועט צאלן דערפאר).

יעצט איז אזוי, פון איין זייט בין איך שוין צוגעבינדען צו מיין סמארט-פאון, אינטערנעט, און וואטסעפפ. פון דער אנדערער זייט קען איך מיר נישט ערלויבן זיך צו צורייבן מיט מיין טאטע. וואס זאל איך טון? איך גיי נישט אריין אין הלכה, צי איך בין מחיוב אים צו פאלגן, דאס איז נישט די ווארט. איך וויל פשוט וויסן צי איך זאל יא אויפגעבן, אדער נישט. האט איינער דא געהאט אזא סיטוטאציע? אויב יא, ביטע רופט אייך אן.

איך דארף בעצם מער מאריך זיין מיט די צדדים לכאן ולכאן, אבער די צייט ערלויבט נישט.[/justify]
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1256 מאל

שליחה דורך דריידל »

קודם, שלום עליכם ויהא בואכם לברכה.
דאס איז איין מאל זיכער אז די ביסט אנגעקומען צו די ריכטיגע פלאץ ווי די חברי השטיבל פארשטייען דיין פראבלעם ותשועה ברוב יועץ.

איך וואלט געזאגט אז זיכער איז א גיטע זאך פאר איינער וואס קען זיך אפגעוויינען און זיך באגיין אן א סמארט פאון. אבער אויב וועט דיר עס באדערן כסדר און די וועסט האלטן אין איין טראכטן דערפון און זיך ערגערן פארוואס די האסט עס נישט, איז אמאל בעסער אז די זאלסט עס יא האבן.

לגבי דיין טאטע, קענסטי דיך אויפסעטן אז עס זאל איינער, וועם דיין טאטע טראסט, און יענער זאל באקומען ריפארטס יעדע חודש וואס באריכטן וועלעכע סייטס די האסט באזיכט. איך ווייס אז עס איז דא אזא זאך, אבער געדענק נישט וויאזוי דאס רופט זיך.
פארדריי די דיר דיין קאפ
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 688 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

אויב דו פילסט אז דו דארפסט אינטערנעט פאר די טובה פון דיין קוואליטי אוו לייף זאלסטו זיך נישט לאזן פון דיין טאטע. ביסט נאך יונג יעצט, און די דארפסט אוועקשטעלן א כלל פאר דיר און דיין טאטע אז קיינער גייט נישט קאנטראלירן דיין לעבן - נישט מיט גוטען און נישט מיט בייזן.

אבער אויב עס איז דיר נישט אזוי וויכטיג, אדער דו קענסט האבן אינטערנעט אויף א אנדערע אופן (למשל א קאמפיוטער אינדערהיים) קענסטו אים פראבירען צו צופרידנצושטעלן, אבער מאך קלאר אז דו טוסט עס ווייל דו האסט אזוי באשלאסן און נישט ווייל ביסט מחויב אים צו פאלגן.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שלום עליכם

אז איר פרעגט מיר, וואלט איך גע'ענטפערט, אז נאר איינער קען דיר ענטפערען דעם ריכטיגען תירוץ. און דער איינער זענט איר זעלבס.
יתכן טאקע אז אייער טאטע איז פארצייטיש, טרייבט איבער, פארשטייט נישט א.א.וו. - און אזא פאל וואלט אייער טאטע'ס בקשה נישט באלאנסירט אייער ספק אויף גלייך/גלייך. אבער נניח אז אייער טאטע'ס טענה איז צוליב אייער צייט וואס איר פארברענט מיט נישט-זאכליכע אינטערהאלטונגען - איז זיין צייט איבערוואגיג. און אויב איז דאס נישט זיין טענה, וועל איך, אלץ א גוטע חבר, דיך עצה'נען, אז איר זאלט זיך אפלאזן פון דעם קלוגען-טאש-קאמפיוטער, און אין דיין איבריגע צייט זיך זעצן לערנען א פאך וואס וועט אייך ברענגען אסאך ווייטער ווי וואצ'עפפ קען אייך טראגן. ס'ממש א שאד, א אינגערמאן מיט צוויי קינדער זאל נישט נוצען זיין צייט צו ארבעטען און פארדינען ערליך וואס קומט אים, און אזוי ארום אויפוואקסען צו שטיין אויף די אייגענע פיס אן דארפן נאכלויפן די ספעשעל'ס פון די געשפעטן, און קויפן א הויז אויף די שוואגער'ס שווער'ס נאמען.
Under influence
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך בארא פארקער »

פרעג עיהם טאמער מ'דארף מעשרן זאלץ אין שוין,
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 923 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1011 מאל

שליחה דורך ביבער »

אויב דיין טאטע בדרך כלל קאנטראלט נישט די קינדער נאר ער איז משוגע לאותו דבר דעמאלט זאג אים פשוט ליגנט און מאך זיכער ער כאפט דיך מער נישט, א טאטן'ס געפילן טאר מען נישט טשעפענען, ווארט צו ביז דו טרעפסט געהעריג א דזשאב און דעמאלט וועסט עס שוין מוזן האבן פאר פרנסה...

אויב ער איז בטבע א קאנטראלער דעמאלט לוינט יא אראפצושטעלן א פיס אבער עס מוז זיין צושטייטליך בבינה ובהשכל, זיין כבוד זאל בלייבן אומבארירט.

אגב, כמעט 3 יאר און 2 קינדער... אויף דעם גאנג וועסטו גאנץ בקרוב עניוועי מער נישט האבן קיין צייט צו קיין סמארטפאון.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1822 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

אינטערנעט היינט איז א געברויך פארן טאג טעגלעכן לעבן. דיין טאטע בעט דיר זאלסט נישט האבן א סינק טוילעט וואשמאשין וכדו'
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 308 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

אין געוויסע מקומות איז מען עמטליך מעודד דעם ציבור צו האבן 2 פאונס, א פשוטע און דעם סמארט פאון (פארשטייט זיך אז מ'רעדט פון מענטשן וואס פילן אז זיי דארפן עס) נו אפשר טוה די אויך אזוי און שלום על ישראל
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8360 מאל

שליחה דורך יאיר »

שלום עליכם ר' סטאק,
איך האב געהאט די זעלבע מעשה א צייט צוריק, ווען איך האב באקומען אינטערנעט אין שטוב. מיין טאטע האט מיר עטליכע מאל פרובירט צו מרמז זיין אז עס באדערט אים, און איך האב אים איגנארירט. ווען ער האט זיך גענומען די קוראזש מיר צו זאגן אפן אז די רבנים האבן גע'אסר'ט צו האבן אינטערנעט אינדערהיים, בין איך אויך געווען אפן מיט אים און אים געזאגט אז ער זאל זיך נישט מישן אין מיינע געשעפטן. ביי דעם האט זיך עס געענדיגט.
איך בין דאן געוען אין א מצב וואס אינטערנעט איז שוין געווען צו וויכטיג פאר מיין לעבן עס צו אויפגעבן, אבער אין דיין קעיס וואלט איך דיר נישט גע'עצה'ט צו טון אזוי. עס זעט אויס אז דו דארפסט נישט די סמארטפאון אזוי וויכטיג און אז דו האסט א נאנטער רילעישאנשיפ מיט דיין טאטע. דאס אליין אז ער בעט איידל פון דיר וואס ער וויל און קומט נישט מיט אויטאריטעט, ווייזט אז ער וויל דיר נישט קאנטראלירן. איך האלט נישט אז א סמארט פאון איז ווערד א רילעישאנשיפ מיט א טאטע. פון די אנדערע זייט מעג ער וויסן אז בדרך הטבע גייסטו איין טאג דארפן האבן צוטריט צו אינטערנעט אויסער אויב דו פלאנסט צו לערנען מיט בחורים א גאנץ לעבן. ממילא איך וואלט דיר געראטן צו זאגן פאר דיין טאטע אז כאטש דו האלטסט נישט אז עפעס איז ראנג דערמיט און דו ווייסט אז עווענטועל וועסטו מוזן האבן אינטערנעט, פונדעסטוועגן, וויבאלד דו שעצט אים און דו האסט אים ליב ביסטו גרייט עס צו אויפגעבן אויף דערווייל, און זען ווי אזוי דו באגייסט זיך אן דעם, טאמער דו שפירסט אז עס איז דיר צו שווער וועסטו עס צוריקנעמען. נאכדעם וואס דו האסט עס נישט פאר א חודש צוויי קענסטו אליין מחליט זיין וואס צו טון. אזוי, אפילו אויב דו וועסט עס צוריקנעמען, וועט ער פילן אז דו האסט זיך גערעכנט מיט אים און די רילעישאנשיפ וועט זיך האלטן. פארשטייט זיך אז אויב דו נעמסט צוריק די אינטערנעט פרוביר עס צו טון אויף אן אופן אז ער זאל נישט געוואויר ווערן אדער עס זאל אים כאטש נישט שטעכן די אויגן, ווי למשל האבן צוויי פאונס, אדער עס זאל אויסזען מער ווי א רעגולער פאון וכדו'.
אויסער דעם וואלט איך דיר געראטן צו פרובירן טרעפן בעסערע מיטלען פאר פרנסה, שוין אפגרעדט צו אויפהערן נעמען געלט פון דיין טאטן. און אודאי זאלסטו אים נישט לאזן אויסצאלן דיין טעלעפאן. דאס וועט דיר האלטן געבינדן אין קייטן און דו וועסט זיך שטענדיג שפירן שולדיג פאר אים.
האדם לא נברא אלא להתענג
תחת השמש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 7:04 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך תחת השמש »

איך בין א יונגערמאן איך האב חתונה געהאט פאר דריי יאר צוריק. לעצטנס האט מיין מאמע מיר באזוכט אינדערהיים און האט געזעהן אז איך האב אין שאפע אסאך קענדיס און נאש , ווי טשאקאלאד און אייס קרים, זי האט מיר מרמז געווען אז זי איז זייער נישט צופרידען פון דעם, אז זיי האט אלע יארן זיך געמוטשעט צו מיר געבן צו עסן נאר געזונטע מאכלים און דא נוץ איך אויס דאס וואס איך האב מיין אייגענע געלט זיך איינצוקויפען כל מיני אומגעזונטע נאש. זי האט מיר מציע געווען איך זאל אוועקווארפען די נאש און זי וועט מיר באצאלען אין גראסערי פרוכט און אנדערער געזונטע זאכן. וואס האלט איר איך זאל טוהן?
מַה שֶּׁהָיָה הוּא שֶׁיִּהְיֶה וּמַה שֶּׁנַּעֲשָׂה הוּא שֶׁיֵּעָשֶׂה וְאֵין כָּל חָדָשׁ תַּחַת הַשָּׁמֶשׁ
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שליחה דורך ידען »

שלום עליכם סטאק

ביסט סטאק מיט דיין טאטע און ביסט מער סטאק מיט די אינטענעט.

סיז זייער א גוטע זאך אז ביסט דא געקומען שרייבען ווייל איך האב געהאט די זעלבע זאך מיט מיין טאטע און ביי מיין טאטע איז עס נאך מער ווייל ער מישט זיך אריין א סאך מאל ביי אנדערע זאכן אויכעט.

אזא אשכול דארף מען מאכען אויב א טאטע מעג אפי׳ זיך מישען און הייסען פאר א קינד נאך די חתונה ווא צו טוהן און אויב מע מיז פאלגען און אויב וואס מע זאל טוהן.

איך בין גוט מיט מיין טאטע און געווענטלעך זאגט ער מיך שיינערהייט און איך הער איהם אויס שיין און סע ווענט זיך אין מיין mood וויזוי איך ענפער איהם. א סאך מאל טענה איך מיך אויף א שיינע אופן און איך בין איהם מסביר פארוואס איך האלט אנדערש ווי איהם און א סאך מאל הער איך איהם אויס און איך טוה ווייטער וואס איך האלט ביז ער ווערט bored און ער פארשטייט אז איך וויל טוהן וואס איך וויל וייטער.

ביי אינטערנעט האב איך געהאט נאך א גרעסערע פראבלעם ווייל ווען ער איז געוואר געווארען האט ער מיך משיגע געמאכט אבער כאב נאכנישט געהאט א סעל אבער מיין ווייב איז אויך געווען קעגען דעם און זי האט עס גערעט צו איהם ווען אינז זעמער געווען עסען ביי מיין טאטע און סע האט מיך זייער שטארק אויפגערעגט אז מיין ווייב איז נאך געגאנגען רעדען צו מיין טאטע וועגען עס, אבער ביידע האבען געמיזט אויפגעבען און א פאר יאר שפעטער לאך איך פון זיי.

מיין ווייב האט שוין אליינס אינטערנעט סעל און מיין טאטע איז שוין געווארען קליגער און ער זעהט שוין איין אז אינטערנעט איז אזוי ווי א קאר א טעלעפאן וכו׳

איך געדענק ווען כאב געקויפט מיין ערשטע סעל אינטערנעט און ער האט מיך נישט צירי געלאזט. ווען כאב איהם געטראפען האט ער מיך געפייניגט און איך האב איהם געטראפען יעדע טאג כמעט און מיך נישט געקענט ארויס דרייען האבעך געמאכט זעכער אז ער זעהט מיך נישט מיט עס.

כאב איהם אלץ גענפערט יא יא איך פארשטיי איהם און איך וועל זעהן וואס איך גיי טוהן און גערעט שיין אז איך גיי אפשר טוישען ביז ער האט פארשטאנען אז מיין אינטערנעט גייט אין ערגעץ נישט..
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

אויב דע סמארט פאן איז קליגער פון דיר, עס לאסט דיך נישט לעבען א נארמאל לעבען, עס נעמט אוועק פון דיר דיין צייט, דיין שטיב, דיין לעבען, עס לאסט דיך נישט טאן דיינע פליכטן, למשל, ברענגען פרנסה אין שטיב, (נעמן שטיצע פון טאטען הייסט נישט פרנסה) עס לאסט נישט זיין א טאטע\ מאן אין שטיב, א מתפלל אין שול, א חבר אין כולל, א קיצור, ביסט א קנעכט פאר דיין סמארט פאן, דעמאלטץ ווארף עס אוועק, וועסט קיינמאל אין לעבען נישט האבען נישט קיין פרנסה קיין שטיב קיין נארמאל לעבען, אמאל איז אויך אזוי געווען מיט מקוה שמיסערס זיי זענען און ערגעץ נישט אנגעקימען, לערן דיך אויס א פאך ווי לאנג ביסט נאך יונג מיט ווייניג קינדער אין שטיב, ווייל ווי לענגער ווערט עס שווערער אין שווערער,
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
באניצער אוואטאר
הויזן טראגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך הויזן טראגער »

דיין טאטע האט איין אבער א שטארקע טענה, ער געט דיר געלט!
איך האב אויך געהאט צו הערן נאך מיין חתונה דא און דארט הגהות והערות, אין איך האב געהאלטן אז ער איז גערעכט ווייל ער העלפט מיר.
אזוי ווי די הערות האט מיך געבאדערט האב איך אנגעהויבן מיט פארשידענע תחבולות, וועגן אין אומוועגן צו זעהן אז די הילף זאל זיך סטאפן.
אז דיין טאטע העלפט דיר נישט, די געסט דיך אליין אן עצה פארשטייט ער אליין אז ער האט דיר טאקע פרובירט מחנך צו זיין אזוי ווי ער האט געוואלט אבער למעשה האט זיך די זייגער געריקט אין די ביזט געווארן א מענטש פאר דיר.
ער קען דיר נאך אלץ פרובירן מעורר צו זיין אבער נישט סטראשען מיטן נישט שלאפן קיין נעכט וכדומה...
די דארפסט נישט זיין קיין מחוצף אין אים שפייען אין פנים אבער אזויפיל מעג ער פארשטיין אז די פירסט דיר דיין וועלטל וויזוי די פארשטייסט
קליגער אינגערמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 11:30 pm
געפינט זיך: דערינען
האט שוין געלייקט: 313 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך קליגער אינגערמאן »

תחת השמש האט געשריבן:איך בין א יונגערמאן איך האב חתונה געהאט פאר דריי יאר צוריק. לעצטנס האט מיין מאמע מיר באזוכט אינדערהיים און האט געזעהן אז איך האב אין שאפע אסאך קענדיס און נאש , ווי טשאקאלאד און אייס קרים, זי האט מיר מרמז געווען אז זי איז זייער נישט צופרידען פון דעם, אז זיי האט אלע יארן זיך געמוטשעט צו מיר געבן צו עסן נאר געזונטע מאכלים און דא נוץ איך אויס דאס וואס איך האב מיין אייגענע געלט זיך איינצוקויפען כל מיני אומגעזונטע נאש. זי האט מיר מציע געווען איך זאל אוועקווארפען די נאש און זי וועט מיר באצאלען אין גראסערי פרוכט און אנדערער געזונטע זאכן. וואס האלט איר איך זאל טוהן?

געהאט די זעלבע פראבלעם.. ס'האטצעך עפעס אליינס געסטאפט ב"ה.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אלס א מוסר השכל פון די אלע געשיכטעס דא לאמיר זיך מקבל זיין צו מחנך זיין אונזערע קינדער אויף א שיינעם אופן ביז די חתונה, און נאך די חתונה געדענקען וואס מיר זענען אדורך, און זיך פארמאכן דאס פיסקל, און געדענקען אז דער פליכט פון חינוך איז געענדיגט (כאטש מהרז"ל ט"ב טענה'ט כסדר נישט אזוי, נאר אז טאטעס דארפן רודפ'ן די חתונה-געהאטע קינדער וועגן זייערע טעלעפאנען, אבער מען פסק'ענט נישט ווי אים).
וירח ה' את ריח הניחוח
stuck
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך stuck »

[justify]א דאנק אייך אלע פאר'ן נעמען די צייט מיר צו ענטפערן. ווי איך האב ערווענט אין מיין ערשטע פאוסט האב איך נישט גענוג מאריך געוועהן און מיך מסביר געוועהן, און כ'זעה אז טייל עולם האט מיר נישט גוט פארשטאנען.

לאמיך אביסל בעסער ערקלערן מיין דילעמע. נומער איינס, מיין פאטער איז יא א קאנטראלירער. דאס וואס ער זאגט מיר אז ער צווינגט מיר נישט צו אויפגעבן דעם טעלעפאון, איז נאר א טאקטיק וואס ער ניצט, האפענדיג אז דאס וועט מיר גרינגער מאכן אויפצוגעבן מיין סמארט-פאון. אויב וועל איך עס נישט אויפגעבן מרצוני הטוב, וועט ער נישט אויפגעבן, נאר ער וועט מיר רודפ'ן ביז איך וועל עס אפלאזן.

זייענדיג א פארמעגליכער, העלפט מיר מיין טאטע אסאך ארויס פינאנציעל, און ער פראבירט מיר אריינגלידערן אין זיין ביזנעס, (וואס איך קען מיר נישט ערלויבן צו פארלירן). מיין פאטער, הגם זייענדיג א מוצלח'דיגער ביזנעסמאן, האט נישט קיין אינטערנעט אויף זיין פאון -- ניטאמאל קיין אימעיל. ס'איז אפשר שווער צו מסביר זיין פאר אזעלכע וואס זענען צוגעבינדען צום אינטערנעט, ווי ווייט טרייף די פרומערע עולם קוקט דאס אן; אבער ביי מיין טאטע איז עס ממש ביהרג ועל יעבור.

נומער צוויי, איך ווייס נישט וואס צו זאגן פאר מיין ווייב. ביי איר איז אינטערנעט נישט קיין שום פראבלעם בעולם, און איך שעהם מיר צו זאגן אז מיין טאטע צווינגט מיר אויפצוגעבן מיין פאון. זי וועט אים אנקוקן ווי א פארנאטישער און משוגע'נער. בכלל וויל זי איך זאל האבן וואטסעפפ און אנדערע סאציאלע נעטווארקס.

איך האב א קאמפיוטער און אייפעד אינדערהיים (הגם נישט קיין ווייפיי), קומט אויס אז דער עיקר פראבלעם (כמעט) איז וואס איז זאג פאר מיין ווייב.

איך האף איך קום אצינד ארויס קלארער.[/justify]
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הייסט פשוט דו ווילסט נישט פארשעמען דיין טאטן פאר דיין ווייב? דו פרובירסט אים צו באשיצן?
איך וויל פשוט פארשטיין.
וירח ה' את ריח הניחוח
stuck
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך stuck »

שמעקעדיג האט געשריבן:הייסט פשוט דו ווילסט נישט פארשעמען דיין טאטן פאר דיין ווייב? דו פרובירסט אים צו באשיצן?
איך וויל פשוט פארשטיין.


[justify]ניין, בכלל נישט. איך מיין צו זאגן אז אפילו לו יהא איך וואלט איינגעגאנגען אויפצוגעבן מיין סמארט-פאון און זיך איינהאנדלען ווייפיי פאר מיין טאבלעט און לעפטאפ, ווייס איך נישט וואס צו זאגן פאר מיין ווייב. זי איז נישט קיין פרומע נשמה און ס'וועט מיר מאכן צונער אין אירע אויגן אז איך האב אזא פאטער.[/justify]
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך town1 »

לכבוד הרב סטאק,
אויב דיין טאטע איז א קאנטראלירער און ער טיילט דיך איין וואס יא אדער וואס נישט צו טון און ער וועט דיך רודפן עד חרמה ביז די וועסט אים פאלגן, איז פאר דיין טובה זיך נישט צו וויסענדיג מאכן פון אים, און נישט זיין אנגעוויזן פינאנציעל אויף אים ווייל ער וועט שוין האבן א בארעכטיגע סיבה זיך אריינצומישן אין דיין פריוואטען לעבן. און לגבי דיין סמארטפאון פון מיין עקספריענס איך האב געהאט א טאלק און טעקסט פאון צו שטיפן די צייט און נאך א שטיק צייט האב איך עס אויפגעגעבן אין איך האב מיך געשפירט זייער צופרידן נאך דעם,
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 952 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 666 מאל

שליחה דורך בר דעת »

עס איז נישט אזוי פשוט צו פסק'נען, אויב ביסטו א טיפ צו שטעלן זיך אליין אויף די פיס אין ביזנעס זענען די אלע יועצים גערעכט אז די זאלסט אים ווארפן צו די הינט, אבער אויב ביסטו אנגעוויזן אין אים פאר ברויט און אליין וועסטו דארפן זיין אנגעוויזן אויף נדבות, דארפסטו בלייבן שטעקן מיט אים און מאנעוורירן וויאזוי עס איז שייך
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5131 מאל

שליחה דורך ראשעקאל »

stuck האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:הייסט פשוט דו ווילסט נישט פארשעמען דיין טאטן פאר דיין ווייב? דו פרובירסט אים צו באשיצן?
איך וויל פשוט פארשטיין.


[justify]ניין, בכלל נישט. איך מיין צו זאגן אז אפילו לו יהא איך וואלט איינגעגאנגען אויפצוגעבן מיין סמארט-פאון און זיך איינהאנדלען ווייפיי פאר מיין טאבלעט און לעפטאפ, ווייס איך נישט וואס צו זאגן פאר מיין ווייב. זי איז נישט קיין פרומע נשמה און ס'וועט מיר מאכן צונער אין אירע אויגן אז איך האב אזא פאטער.[/justify]

עפעס איז ראנג דא. ס'איז נישט א נארמאלע זאך אז א פרוי זאל אראפקיקען אויף איר מאן ווייל זיין טאטע איז א משוגענער.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
stuck
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך stuck »

[justify]זי וועט אנקוקן מיין טאטע פאר א משוגע'נער, און מיר פאר א נעבעך אז איך לאז מיר אזוי פון אים. קען זיין איך בין אביסעלע מגזם, אבער איר כאפט וואס איך מיין. מיין טאטע האלט נישט אויס אז איך בין "אפן צו די גאס", און מיין בני בית האלט אז די וואס האבן נישט אינטערנעט זענען סתם פרימיטיווע משוגעים און "פרימאקס" כלשונה.[/justify]
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3087
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ביסט זיכער אז דיין טאטע קוקט דיר נישט נאך צו דו גייסט אויף קאווע שטיבל?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
רעאגיר