אין דעת, הבדלה מנין?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4245
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3620 מאל

אין דעת, הבדלה מנין?

שליחה דורך טאמבל סאס »

אריינטראכטענדיג און פרובענדיג זיך צוזאמצונעמען די געדאנקען צו זען וואס איך קען ארויסנעמען פון די סיפור יציאת מצרים, א מוסר השכל פאר אונזערע צייטן, אין די היינטיגע טעג, איז מיר איינגעפאלן פארשידענע אינטערעסאנטע נקודות, וואס איז כדי אדורכצושמועסן און זען אויב מיר קענען פון זיי עפעס ארויסלערנען און דערמיט זיך זעלבסט זעהן אפשפיגלען אין די געוואלדיגע נסים וואס אונזערע זיידעס האבן מיטגעלעבט ביי יציאת מצרים, און נאך וועלכעס מיר היינט פראווען דעם געהויבענע יו"ט פסח, א צייט פון פרידן, טעג אין וועלכע מיר צייכענען אפ "פרייהייט", פיזיש און גייסטיש.

די סיפור יציאת מצרים איז, ווי מאנכע האבן שוין דא אויפגעברענגט, אוודאי נישט סתם א פאסירונג וואס האט זיך בלויז אפגעשפיהלט מיט עטליכע טויזנט יאר צוריק, און פארטיג, דאס איז עס. ניין! דאס איז עפעס וואס יעדער איד בכל מקום שהוא, אין יעדן מצב און שטאנד אין וועלכער ער געפינט זיך, דארף קענען דאס צוגלייכן צו זיין פערזענליכער יציאת מצרים וואס ער גייט אדורך, יעדער אויף זיין לעוול. ווי עס שטייט דאך, בכל דור ודור.. איז וועל איך אויך טוהן דאס מייניגע און פרובירן צו דרש'נען און זען וואס איך פאר מיר קען זיך לערנען דערפון.

אז מען גיט א מינוט א טראכט די אומגעווענליכע וועג וויאזוי די אידישע פאלק איז פארקנעכטעט געווארן אין מצרים באמערקט מען אז דאס איז גאר אנדערש ווי די געווענליכע סדר העולם. לאמיר למשל א קוק טאן אויף די אנדערע צייטן אין היסטאריע ווען ס'איז באקאנט אז מ'האט פארקנעכטעט א געוויסע פאלק אדער בירגער-קלאס צו זיין אונטערגעווארפן און דינען זייערע באצווינגער – א העכערע קלאס – ווי געהעריגע קנעכט, איז קיינמאל די וועג נישט צוגעגאנגען אויפ'ן זעלבן אופן ווי אין מצרים.

צום ביישפיהל, די שווארצע עטליכע הונדערט יאר צוריק, האט מען אריבערגעברעגנט פון אפריקע צו די מערב לענדער, שוין זייענדיג קנעכט תיכף ביים אנקומען. מ'האט זיי פארקויפט און געטוהן מיט זיי וואס מ'טוט מיט קנעכט. זיי האבן געהערט צו זייערע באלעבאטים אזוי ווי א הויז, א קיה און א פערד און וואגן באלאנגט פאר'ן אייגענטומער. ווייטער למשל אין סאוט אפריקע איז געווען פארקערט. די ווייסע, געלערנטע, קלוגערע זענען אנגעקומען אין א פרעמדע מדינה צוליב די רייכע רעסורסן וואס האבן זיך דארט געפונען און זיי האבן גענומען דעם גאנצן פאלק פאר קנעכט, און זיך משתלט געווען אויף אלעמען בערך אזוי ווי יוסף האט געמאכט מיט די מצריים. אבער דאס אז א פרעמדע פאלק זאל אנקומען אין א מדינה, אפילו אין קליינע נומערן, און ביז א קורצע צייט איבערנעמען דעם גאנצן מדינה אין מאכט און אין צאל, און מיט דעם אלעם פלוצלונג נתהפך ווערן צו אזא מדריגה ביזן ווערן גאר קנעכט צו די ארגינעלע בירגער, אנצוקומען צו אזא שפל המצב אז מ'זאל ממש קענען טרעטן אויף זיי און טאן מיט זיי ווי עס געפעלט, דאס איז שוין טאקע א אומדערהערטע פענאמענאן.

קומט זיך אן א יעקב, בשבעים נפש, אנגעלאדנט מיט ריזיגע פארמעגנס, מיט'ן אייגענעם ווילן, צום לאנד מצרים. זיין זוהן איז דער הערשער, דער שני למלך, אויף וועמען נישט נאר דאס גאנצע לאנד איז אנגעוויזן, נאר אלע לענדער ארום אויכעט. די הויפטן פון די גרופע זענען שטארקע און געלערנטע לייט און זיי שטעלן אויף ישיבות און כוללים, בויען אפילו אויף אן אייגענעם שטאט און הויבן דעם מסחר אין לאנד, און פלוצים קומט א פרעה שלא ידע את יוסף, און וואס אמאל, גייט נישט דורך צו לאנג און ער באדט זיך שוין אין אידיש בלוט, מאכט יעדעם ארבעטן עבודת הפרך, ס'טוט זיך א ויצעקו, און שוין דאס איז עס. עס נעמט באלד 210 יאהר און א צען שווערע מכות זיי צו באפרייען פון לאנד.

און דער אמת איז, מצרים איז דאך נישט געווען די איינציגסטע מדינה אויפ'ן מאפע. עס זענען געווען נאך שטארקע מדינות מיט א פאליטישע מאכט וואס האבן געהאט א ראלע אין די געים. מ'האט אפילו געהאנדלט איינער מיט'ן אנדערן. דורכאויס די הונגער איז מען געקומען פון אנדערע מדינות איינקויפן. ס'לאזט זיך גלייבן אז מצרים האט געשריבן קאנטראקט מיט אנדערע אימפעריעס זיי צו פראוויידן מיט עסן אין אויסטויש פאר אנדערע נאטורליכע רעסורסן וואס זיי די לעצטע האבן געהאט פארצושלאגן. מ'האט זיך גערעכנט מיט זייערס א ווארט אזוי ווי מדינות היינט רעכענען זיך איינער מיט'ן אנדערן און האמערן אויס פארשידענע אפמאכן און פאראייניגטע פראיעקטן וואס וועט זיך לוינען פאר ביידן. אפשר נישט ממש אזוי, אבער פארט עפעס א סארט דיפלאמאטיע האט געהערשט. מ'האט זיך געפארכטן ווי אזוי זיי וועלן אויפנעמען די פארשידענע פאליטישע טוישונגען וואס קומען פאר אין לאנד, די הבה נתחכמה לו פון ירבו גם הוא "על שונאינו". שפעטער די "פן יאמרו" ברעה הוציאם. און די לענדער האבן אפילו געהאט די מעגליכקייט דיפלאמאטיש צו פארהאנדלען איבער שלום און פרובן צו פארמיידן געשלעגן און מלחמות. אדער פארקערט, זיך צו פאראייניגן אויף א פאקט צו קומען צוהילף איינער פאר'ן צווייטן אין פאל זי ווערט באדראהעט פון א פרעמדן, ווי מיר זעהן, די קעניגן גייען אין מלחמה פאר די קידנעפינג פון פעטער לוט, אדער ווען מואב שיקט צו מדין און מאכט שלום מיט זייער גרעסטער שונא אבי צו זען אויב צוזאמען וועט מען קענען בייקומען דעם אנרוקנדן שונא וואס ברענגט א געפאר פאר די גאנצע געגנט.

אלזא מיינט איר אז די ארומיגע מדינות וואלטן נישט פרובירט זיך אריינצומישן זעהענדיג ווי מצרים פירט זיך אויף אזוי רשעות'דיג צו מיליאנען פון אירע אייגענע בירגער וואס זענען פאר א צייט, נישט אזוי לאנג צוריק, געווען גאר פון די ארויפגעקוקטע אינטעלעקטן און הויכע קלאס צווישן דעם פאלק?

נאך מער האט מיר שטענדיג געבאדערט. ווען מ'רעדט פון פארקנעכטן א געוויסע שבט אדער פאלק זאגט די שכל אז ס'איז געווענליך צוליב וואס זיי זעהען פיזיש אויס אנדערש, אין א וועג וואס איך און דו קענען אנווייזן, און דאס פירט דערצו אז געוויסע זאלן זיך האלטן בעסער, שטארקער, אדער קלוגער פון זיי. און בכלל ערמעגליכט עס מ'זאל זיי דערקענען און וויסן "דער איז פון די קענכט." אקעי, דאס וואלט נאך לייכט געקענט ערקלערט ווערן, נעמענדיג אין באטראכט אז יעקב מיט זיינע קינדער זענען געקומען פון כנען, א אנדערע לאנד, און ממילא האבן זיי מסתמא אויסגעזען אנדערש ווי די מצרים (איבערהויפט אויב זאג איך אז די מצרים זעען שווארץ געווען), און אויב האבן זיי זיך אלעמאל געהאלטן אפגעזונדערט בשם לשון ומלבוש -- וואס דאס אליין ווייזט אויף א געוואלדיגע שטארקייט אז יוסף הצדיק האט בשעת'ן דינען אין אמט געטראגן א היט און רעקל – איז געווען א וועג זיי צו דערקענען. אבער אויב האבן זיי געלעבט דארט א 210 יאהר, און אפילו געדינט עבודה זרה ווי די מצריים, זיך געפירט ווי די מצריים אינגאנצן, זיי זענען דאך ביים ארויסגיין געווען ערום פון מצות; מ'האט אפילו נישט געהאט די מצוה פון מילה מיט וואס מ'זאל די אידן קענען פונאנדערשיידן צווישן די גוים. נאכמער, די מצריים האבן לייכטערהייט געקענט פארגוואלדיגן א אידישע פרוי ואין פוצה פה ומצפצף, איז דאך לא ימלט אז צווישן די מיליאנען אידן אין מצרים זענען נישט געווען טויזנטע וואס האבן זיך ליידער אזוי אויסגעמישט מיט די גוים און מסתמא געווען נאכדעם פון די וואס זענען אויסגעשטארבן ביי מכת חושך.

אבער דאס מאכט מיר טראכטן אז ס'איז אויב אזוי הייסט עס יא געווען א וועג וויאזוי זיך אריינצומישן צווישן די גוים און זיך אזוי ארום באפרייען פון די ביטערע גורל וואס אלע אידן האבן מיטגעטיילט, די עבודת הפרך און ביטערע פייניגונגען צו וואס זיי זענען אויסגעשטעלט געווען. נו, איז דאס נישט א געוואלדיגע שטארקייט אז עם כל זה זענען אידן טריי געבליבן צום באשעפער און זיך נישט אויסגעמישט. זיי זענען גאר ווייטער גרייט געווען צו ליידן דעם יאך פון גלות. און ווייטער איז אויך מסתבר אנצונעמען אז די אלע וואס האבן זיך יא אויסגעמישט מיט די גוים האבן ווארשיינליך פארגעסן פון זייערע ברודער. אנשטאט אנצוהויבן ארבעטן פאר די באפרייאונג פון זייערע פארקנעכטע ברודער זענען זיי געגאנגען הוליען צוזאמען מיט די גוים און גאר פארגעסן פון זייערע אידישע אפשטאם. נישט ווי מאנכע מיינען, און ווי געוויסע ווילן זיך א ראיה ברענגען פון די ענלייטמענט-תקופה, אדער שפעטער ביי ציוניזם, אז ווען אידן מישן זיך אויס מיט די גוים וועלן זיי פרובירן מאכן גרינגער פאר זייערע פארפלאגטע ברודער.

נחזור לענינינו. קען מען זאגן אז וואס אן אמת איז טאקע די גלות מצרים געווען עפעס טיפער ווי סתם 'זיין פיזיש פארקנעכטעט'. די גלות איז טאקע געווען אז מיר זענען אין דעת פארקנעכטעט געווען. מיר האבן זיך אזוי אויסגעמישט מיט די גוים ביז מיר האבן פארלוירן דעם אייגענעם אידענטיטעט. אז ס'איז נישטא קיין דעת, הבדלה מנין. ווייסט מען גאר נישט אז ס'איז דא א וועג ארויס, און אויך זוכט מען נישט קיין וועג ארויס. אמת מיר זענען רייך געווען, די דגה, קישואים און אבטיחים איז געווען לרחצה צו באקומען. אבער מיר זענען נישט געווען פריי פון טראכטן אליינס. מ'איז אזוי פארנומען געווען מיט'ן נאכלויפן די געלט, די פרנסה, די ארבעט – אז מקוצר רוח האט מען קיין מינוט נישט געהאט זיך אפצושטעלן און טראכטן נאך וואס מען יאגט זיך. ווער איז עס וואס הייסט אונז וואס צוטוהן. איז עס א אונזעריגער, פאר אונזער טובה? אדער איז עס אפאר מענטשן וואס זיצן פון אויבן און רעדן אפילו נישט אין אונזער נאמען, עס אינטרעסירט זיי נישט אונזער טובה און זיי טיילן נישט אונזערע אינטערעסן. כי לא כצורינו צורם. מ'איז שוין ליידער אזוי געוואוינט געווען צו דער לעבן אז רובא האבן אפילו נישט געוואלט מער באפרייט ווערן, עס איז זיי גוט געווען אזוי ווי עס איז. עס איז געווען אזא סארט שטאקלהאם סינדראם. און מסתמא האבן זיי האבן נישט געגלייבט אז די מצב קען נאך אמאל בעסער ווערן. עדיין היו קטני אמונה.

עס האט געברויכט נעמען א נאציאנאלע קאטאסטראפע, בלוט, הונגער און נויט, קראנקהייטן און מגיפה, וואס זאל אויפוועקן א ציבור און מעורר זיין א חשק צו וועלן אנטלויפן. ביז דאן זענען די מענטשן פשוט טויב געווען און ליבערשט אויסגעקליבן צו לעבן מיט די קישואים און אבטיחים וואס פארלאנגט נאר אביסעלע אנשטרענגונג ווי איידער האבן אסאך בעסערס דערפון - א אייגענע מדינה - אבער נאר נאכ'ן ארבעטן שווער דערויף. זיך ארויסרייסן פון די לאנד אין וועלכע מ'זיצט אזוי באקוועם, ארבעטן אפאר יאר, אבער דערנאך שניידן די פירות פון זיצן יעדער תחת גפנו ותאנתו, אונטערן שאטן פון די אייגענע הארוואניע אבער אויף וועלכע מ'דארף נישט צאל שווערע מסים און געבן די אייגענע קינדער אלס עבדים פאר א פירערשאפט נישט מקרבינו.

און מיינט נישט, איך בין זיכער אז די נסיון איז געווען אויף ביידע זייטן. עס איז זיכער געווען א בית מדרש'ל ערגעצוואו אין גושן אוואו א ציבור אידן האבן זיך צוזאמגענומען און די רב דארט האט זיך אויפגעשטעלט פארפירן אויף די געפערליכע התגרות באומות וואס קומט פאר. היתכן, מ'איז אין גלות, און דא קומט עמיצער וואס דערוואגט זיך צו רעדן אין נאמען פון כלל ישראל און טוט זיך אזוי רייצן מיט די גוים. ווי איז דאס אז מ'גייט דירעקט אקעגן די גזירות פון הקב"ה, וואס האט אונז אהער געפירט בכדי אפצוליידן אין גלות פאר 400 יאהר, און מען גייט בידים פרובירן זיך צו באפרייען פון דא פאר די צייט, און נעמען א אייגענעם לאנד?

די מכות זענען נישט קיין ניסים האט דער גרייז גראהער רב געדונערט מיט זיין הייליגער שטום. דאס איז קלאר עפעס וואס ליגט שוין אין די טבע, עפעס וואס איז שוין מרומז געווארן דורך די פריעדיגע, די אבות הקדושים, עפעס מיט וואס וואס די אבות זעלבסט האבן זיך שוין באנוצט אין די פארגאנגענהייט.

די מכות האט משה רבינו נישט געברענגט. דאס האט די באשעפער אנגעברענגט אלס א שטראף אויף די זונדיגע מצריים וואס ליגן אזוי אין זנות. די מכות זענען שוין גארנישט קיין שמחה פאר אונז, פארקערט דאס איז גאר א אנדייטונג פאר אונז פון הימל אז מיר מוזן זיך פארבעסערן מיט אונזערע מעשים. "כל מה שהקדוש ברוך הוא עושה בעולם אינו עושה אלא בשביל ישראל." און יא, מיר האבן געזונדיגט. מיר האלטן שוין באלד ליידער כמעט אין די נ' שערי טומאה, דאס שיקט אונז דער אויבערשטער א ווארענונג אונז צו דערמאנען אז מיר ברויכן זאפארט תשובה טאן, אבער וויבאלד ער האט אונז אזוי ליב שיקט ער דאס פאר די גוים קודם כדי אז מיר זאלן דערפון ארויסנעמען א מוסר.

א אנדערע רב האט גליארעמעט אז עס זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז דאס זענען ניסים פון הימל צו ווייזן אז די גלות איז געענדיגט. די ניסים אליינס זענען טאקע א חלק פון די נסיון צו זען אויב מיר קענען אויסווארטן דעם ריכטיגן משיח.

און פון אנדערע קווארטלען זענען שמועות ארומגעפארן אז בלי ספק באנוצט זיך דער משה מיט די כוחות הטומאה און כישוף וואס ער האט געלערנט ביי די גוים ווען ער איז געווען אין כוש און ביי זיין שווער יתרו. די מיסטישע כוחות מיט וועלכע קין און נמרוד האבן זיך באנוצט, און מיט וועלכעס דער גויאישער בלעם איז באקאנט אין די גויאישע וועלט.

ווי קאן גאר גימאלט זיין אז דער באשעפער זאל שיקן זיין משיח עמיצער וואס שטאמט פון א גויאיש הויז, זיין זיידע האט געשטאפט פאר די ע"ז, ער איז אויפגעוואקסן ביי פרעה אין שטוב, און ער זעלבסט, נאך פאר די אזוי גערופענע בשורת הגאולה, האט ער געהארגעט א מצרי. דאס איז קלאר אקעגן די גלות פארשריפטן אין וועלכע מיר אידן זענען באשוואוירן געווארן.

רבותי, מיר זענען ליידער נישט גענוג אפגעהיטן. מיר זענען מלא חטא ועון. מיר דינען עבודה זרה. מיר זענען געשלאגן אין אמונה, מיר זענען געשלאגן אין די הארבסטע פון אלע חטאים – חטאת נעורים, מיר גיבן נישט אכטונג אויף די צניעות פון די בני בית. מיר לאזן זיי אליינס אינדערהיים, אהן קיין שומר, ווען מיר גיין ארויס ארבעטן. און פארוואס בכלל ארבעטן? יא! ווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט וואלטן מיר אלע געדארפט זיך אריינזעצן אין כולל לערנען אזוי ווי שבט לוי האט געטוהן. אפשר דעמאלטס וואלטן מיר נישט געווען אזוי פארפלאגט מיט די עול הפרנסה," כל המקבל עליו עול תורה מעבירין ממנו עול מלכות ועול דרך ארץ."

דאס אז יעדער טוט איז נישט קיין תירוץ. פון די נח'ס אנדערע קינדער, פון די אלע צענדליגע ווייבער וואס אברהם האט געהאט, פון ישמעאל'ן, פון די אלע אלופי עשו איז קיין שפור נישט געבליבן. זיי האבן זיך אלע אויסגעמישט. אונז האט מען איבעראל געפייניגט. נח האט מען געוואלט הרגענען, אברהם'ען האט נמרוד געוואלט הארגענען, אבימלך האט יצחק'ן נישט צורוה געלאזט, לבן און עשו זענען יעקב'ן נאכגעלאפן, די שבטים זענען אין ריזיגע מלחמות פארוויקלט געווען, מ'האט זיי פון איבעראל געזוכט צו פארציקן, און למעשה זענען מיר נאך אלס דא. קוקט נאר צוריק אויף היסטאריע וועט איר זען וויאזוי מיר האבן זיך אלעמאל געהאלטן, און די אויפגעקלערטע, פון זיי איז גארנישט געבליבן. בשבעים נפש ירדו מצרימה, און קוק וואספארא ריזיג פאלק מיר זענען היינט. יוסף איז פיהל שטארקער געווען ווי משה, אסאך מער מאכטפול, א גרעסערע פארמעגן געהאט, גאנץ מצרים האט געהערט צו זיין קאסע און פונדעסטוועגן דאך האט ער נישט פרובירט צו באפרייען זיך פון לאנד. פארוואס? וויבאלד דאס איז געווען די גזירה מן השמים.

דאס זיך באפרייען יעצט וועט נאר אויפרעגן אלע ארומיגע פעלקער, וועלכע וועלן קומען מלחמה האלטן מיט אונז און אונז אלעמען אויסשחט'ן. זיי ווארטן שוין אזוי אויף דעם מינוט. איר מיינט אוודאי אז משה האט עפעס אויפגעטוהן מיט זיינע פראוועקאציעס? א מכה. ער האט בלויז מער שנאת ישראל אנגעבראכט.

אלזא נאכ'ן הערן דאס, קענען מיר אביסעלע פארשטיין די גרויסע נסיון וואס דאס האט געמוזט אוודאי זיין פאר די ערליכע אידן צו פארשווערן זיי דאס אנערקענען אז משה רבינו איז באמת טאקע דער ווירקליכער גואל. זיך אונטערווארפן אונטער זיין פירערשאפט און מיטארבעטן מיט די רעוואלוציע זיך צו פאראייניגן אויף א אחדות'דיגער קאמף אראפציווארפן דעם עול הגלות.

אויב מיינט איר אז דא איז מען פערטיג געווען מאכט איר א גרויסן טעות. דורכאויס דאס גאנצע צייט וואס די אידן האבן געוואנדערט אין מדבר האבן די מאסן נישט אויפגעהערט זיך באקלאגן און פארפירן אז זיי ווילן צוריקגיין: "זיי האבן לכתחילה נישט געוואלט איבערלאזן, עס איז שוין אסאך בעסער געווען אין מצרים, ציוואס האט זיי משה געברענגט אויסצושטארבן אין מדבר?" וויפיל מ'האט זיי אויסגעמוסר'ט און געווארנט, האט נישט געהאלפן. זיי האבן אליינס נישט געגלויבט אין זיך. זיי האבן נישט געקענט פארדייען אז יא, מיט אן אייזערנעם ווילן און מטרה אויסצופירן וועלן זיי עווענטועל מצליח זיין צו דערגרייכן זייער ציהל און האבן א לאנד פאר זיך. זיי זענען ווי געשווימען מיט'ן שטראם. ס'איז געקומען איין מיכה און מצליח געווען זיי אלעמען איינצורעדן אין מאכן א קעלבל פאר אן עבודה זרה. איז געקומען אהרן און געהייסן זיי ברענגען די צירונגען און ווערטפולע חפיצים פון זייערע ווייבער און אלע זענען גיך געלאפן ברענגען. איז געקומען איין קרח און געקענט זינגען א ניגון וויאזוי ער האט געוואלט און האבן דעם גאנצן כלל ישראל אויף זיין זייט אהן דעם וואס עמיצער זאלן אים אפילו שטעלן אין א פראגע צייכן. דאס ווייזט אויף א סאסייעטי וואס איז טאקע פריי פיזיש, אבער גייסטיש נאך אלס פארקנעכטעט. די מענטשן האבן נישט קיין אייגענע מיינונג. זיי שטעלן זיך נישט אפ טראכטן א מינוט, "העי, צו מאכט דאס בכלל סענס, דאס וואס איך טוה אצינד?".

און דאס אז די פרויען האבן מיטגעארבעט מיט די מענער, און למעשה אויפגעגעבן לבסוף זייערע צירונגען למשל, ווייזט אויך אז די פרויען האבן נאך די גרעסטע מאכט איבערצודרייען די הערצער פון די מענער כחומר ביד היוצר און ברענגען צו א רעוועלוציע צו גוטנס אדער צו שלעכטנס.

און טאקע איינע פון די דריי מצות עשה שהזמן גרמא וואס נשים זענען מחויב זענען די ד' כוסות, שאף הן היו באותו הנס. ווי עס שטייט אין מס' סוטה, "בשכר נשים צדקניות שבאותו הדור נגאלו." עס לאזט זיך זייער גוט מסביר זיין אז מסתמא זענען די פרויען געווען די וואס האבן געשטופט די מענער זיי זאלן ארויס קומען צוזאמען מיט זיי, צו פרייהייט. קוקט א מינוט אויף די עצה פון בלעם הרשע. ברגע דאס אידישע פאלק האט געזען אז עס זענען דא פרויען אויפ'ן אנדערן זייט, האט זיך מער קיינער נישט צוריקגעברענגן קיין מצרים, אלע האבן זיך געלאזט איבעררעדן און געגאנגען זונדיגן מיט די גויאישע פרויען. דא האט מען מער נישט געהערט די פריעדיגע אפרעדענישן. עס האט קיינער נישט געשריגן אז די פרויען אין מצרים זענען בעסער געווען. זיי וואלטן זיך גערן באזעצט אין מואב אויב וואלט זיך עס נאר געוואנדן אין זיי. ווילאנג עס האט זיך גערעדט פון אידעאלן -- מ'גייט האבן א אייגענע לאנד, א אייגענע מלוכה, א אייגענע וויינגארטן. ענדליך וועלן מיר צוריבאקומען אונזערע אידענטיטעט וואס גאט ברוך הוא האט אונז פארשפראכן אזויפיהל יאר פריער -- האט מען זיך כסדר באקלאגט און געביטערט. נאר געציילטע, געהויבענע, די שבט לוי, האבן מיט אן ערנסטקייט עס אנגענומען, און אויך נישט צוליב דעם אייגענעם וויינגארטן, ווייל דאס האבן זיי ביז היינט אויך נישט געטוהן. זיי זענען אלעמאל געזיצן און געלערנט. אבער ווען עס זענען געקומען אפאר גויאישע מיידלעך מיט טשאטשקעס אין זייערע בוזעם זענען אלע מחותנים געווארן און אינגאנצן פארגעסן אז זיי זענען פרעמדע דא, אינדערצייט ווען דאס איז בעצם וואס האט זיי געצויגן אין ערשטן פלאץ, די אז ישיר ביי שירת הים נאכדעם וואס זיי האבן געהערט ווי די פרויען האבן זיך גענומען זינגען. עס איז די פרויען געווען וואס האבן זיי אריינגעפירט אין עקסטאזע דעמאלטס און עס איז די פרויען וואס האבן זיי געמאכט זינדיגן יעצט.

און אוודאי זענען אויך געווען אזעלכע וואס האבן געהאט, מ'קען עס אנרופן, "חלומות" איבער זייערע צוקונפט. לדוגמא 'משה רבינו' אליינס, האט געחלומ'ט פון אריינקומען אין ארץ ישראל און איינגעלייגט וועלטן דערפאר, אבער ס'האט זיך אים נישט איינגעגעבן. אבער פאר זיין פאלק כאטשיג האט זיך עס איינגעגעבן. פאר דעם קומענדיגן דור (ווייל די ערשטע דור איז דאך געשטארבן אין מדבר), און פאר דעם קומענדיגן מנהיג, יהושע, האט זיך עס איינגעגעבן. אוודאי אזוי; כדי צו עררייכן א געוויסע ציהל מוז מען שטעלן גרויסציגע ציהלן, גוזמאה'דיגע אמביציעס, און צום סוף קומט מען כאטש 'ערגעץ' אן, און אז נישט דו איז עס דיין קומענדיגע דור.

אבער מען דארף כאטשיג ערגעצוואו אנהויבן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר