איז סייענס א סתירה צו רעליגיע

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2183 מאל

איז סייענס א סתירה צו רעליגיע

שליחה דורך פארוואס? »

שוין פארשידענע מאל ארויפגעקומען דער וויכטיגער נושא דא אין שטיבל, און איך האב נישט געזעהן אז עס זאל ווערן געהעריג אויסגעשמועסט.
און פארשטייטס זיך, אז איך בין מקדים מיט א גילוי דעת בפירוש, אז איך באציה זיך נישט דא צו די אידישע רעליגיע, וואס מיר אלס בני מאמינים זענען מאמין דערין באמונה פשוטה, און עס אינטרעסירט אונז נישט וואס די סייענטיסטן האבן צו זאגן דערויף. מיין עיקר נקודה איז אין אלגעמיין, צו קען א סייענטיסט זיין גלויביג? צו איז סייענס א סתירה צו רעליגיע?
די ערשטע זאך ברויך מען צו קלאר מאכן, אז די פראגע איז נישט אויב סייענטיסטן זענען אקעגן רעליגיע. ווייל כידוע אז עס זענען דא אסאך רעליגיעזע סייענטיסטן, עס איז נישט ארויפגעצווינגען אויף קיין איין סייענטיסט צו אננעמען א געוויסע מיינונג, יעדער קען האלטן און גלויבן (אדער זיך דערקלערן אלס גלויביגער) אין וואס ער וויל.

עס זענען דא צוויי באזונדערע עניינים צו אויסשמועסן. ערשטנס כל, קען מען פרעגן אויב סייענטיפישע ערפינדונגען זענען א סתירה צו רעליגיע. און דערנאך איז די פראגע וואס איז די ״אנגענומענע״ מיינונג אין צווישן די סייענטיפישע קאמיוניטי.
דער קלארער ענטפער אויף די ערשטע פראגע איז זייער שווער, נישט ווייל עס איז נישט קלאר וואס די סייענטיפישע ערפינדונגען זענען, עס איז פשוט נישט קלאר וואס מיינט מען ווען מ׳נוצט דאס ווארט ״רעליגיע״.
עס איז נישטא קיין קלארע דעפינאציע פארן ווארט ״רעליגיע״, רעליגיע קען מיינען א ספעציפישע רעליגיע, אזוי ווי נצרות איסלאם אדער להבדיל יהדות. און עס קען אויך מיינען דער עצם גלויבונג אז עס איז פארהאן א גאט וואס האט באשאפן די וועלט, און (אויב מען וויל צולייגן) ער איז משגיח אויף יעדע טריט און שריט אינעם וועלט וואס ער האט באשאפן. און לדעתי איז די דאזיגע נקודה זייער וויכטיג ווען עס קומט צו די סארטן וויכוחים.
כרגע, וועל איך רעדן פון די פשוטע מיינונג פון רעליגיע, וואס דאס איז א ספעציפישע רעליגיע, וואס גלייבט אז גאט וואס האט באשאפן די וועלט, האט אוועקגעשטעלט געזעצן וואס יעדער איינער אהן קיין אויסנאם איז מחוייב צו אויספאלגן, און אלס א רעזולטאט מוז זיין אז אלע אנדערע רעליגיעס זענען פאלש.
אין די לויף פון די היסטאריע, האבן מיר פארשידענע מאל געזעהן, אז נאך ווען די סייענטיסטן קומען אויף מיט נייע פרוף אויף געוויסע זאכן, און נאך וואס די רעליגיעזע האבן שוין אויסגענוצט זייער גאנצע זאק מיט תירוצים, און געווארן צוגעדריקט צום וואנט. דאן קומען זיי זאגן, אז די געפינסן זענען בכלל נישט קיין סתירה צו זייער רעליגיע. און רוב מאל, איז אדרבה! עס איז גאר א חיזוק לדבריהם. (די גרינגסטע דאס צו טוהן, איז דורך אנטלויפן פונעם אויבנדערמאנטע דעפינאציע פאר ״רעליגיע״, און רעדן נאר פון די לופטיגע דעפינאציע, אזוי ווי איך וועל שפעטער מער ערקלערן).
די מערסט באקאנטע איבערקערעניש, איז דאס וואס איז געווען אין אירופא מיט פיהר הונדערט יאהר צוריק, ווען גאלילעא גאלילעי - אן איטאלקישער אסטראנאמער - האט גע׳טענה׳ט אז די ערד-קוגל דרייט זיך ארום די זוהן (די העליאצענטרישן מאדעל), אנדערש ווי די דעמאלטסדיגע ארויפגעצווינגענע מיינונג פון די קאטוילישע טעאלאגן, אז די ערד-קוגל שטייט אין די צענטער פון די אוניווערס, און עס איז דעמאלס פאררעכנט געווארן דורך די קירכע אלס כפירה, אן עבירה וואס צומאל האט די שטראף געקענט זיין טויט.
ווען ער איז גערופן געווארן צו די אינקוויזיציע אויף א פארהער, האט ער געמוזט אויפגעבן אויף זיינע מיינונגען, ווען ער האט זיך אונטער געמורמלט שטילערהייט: ״און מיט דעם אלעם רוקט זיך עס״ (און עברית קלינגט עס בעסער: ״ואף על פי כן נוע תנוע״). כלומר, איהר קענט ארויפצוואונגען אייערע מיינונגען אויף די מענטשהייט, אבער נישט אויפן נאטור.
דערנאך איז ער געווארן פארהאלטן אונטער הויז-ארעסט ניין יאהר ביז זיין טויט.
פארשטייט זיך, אז היינטיגע צייטן דינגט זיך שוין קיינער נישט דערויף, און אפילו די רעליגיעז גלויביגע (חוץ די וועלכע גייען ממש קאפ אין וואנט), זענען שוין מסכים אז די וועלט דרייט זיך ארום די זוהן. און דאס איז א דוגמא, ווי אזוי רעליגיע איז געווארן איבער-דיפענירט אדאנק סייענס.
אז מען זאל נעמען די היינטיגע סייענס מיט די אמאליגע מיינונגען פון די רעליגיע, איז עס קלאר א סתירה. נאר וואס דען? די רעליגיע האט זיך געצוואונגענערהייט זיך אדזשאסטעד און אופדעיטעד לויט די ערפינדונגען פון די סייענטיסטן אין די לויף פון די יאהרן, שרייענדיג דערביי אז זיי האבן די אבסולוטע אמת מיט זיך נאך פון ששת ימי בראשית.
עס איז פארהאן א באקאנטע טענה וואס די רעליגיעזע מיסיאנערן נוצן, (נעם אין באטראכט אז דאס זאגן נאר די מיסיאנערן ווען זיי פראבירן צו אריינ-נארן אומשולדיגע נשמות אין זייערע נעצן, אבער איינמאל ער ווערט שוין גלויביג וועט ער שוין מער קיינמאל נישט הערן אזעלכע רייד פון זיינע רעליגיעז גלויביגע משפיעים), אז סייענס קען נישט זיין קיין סתירה צו רעליגיע, עס איז נישט מעגליך. ווייל סייענס באהאנדלט אינגאנצן אנדערע זאכן וואס די רעליגיע באהאנדלט.
סייענס און רעליגיע זענען צוויי באזונדערע דעפארטמענטס, אינדערצייט וואס די סייענטיסטן פראבירן צו פארשטיין ״ווי אזוי״ די וועלט איז באשאפן, זענען די רעליגיעזע פארנומען מיט די פראגע: ״פארוואס״ איז די וועלט באשאפן.
דער ענטפער אויף די טענה איז פילפאכיג. קודם כל, איז עס א גראבע ליגנט, רעליגיע פראבירט יא צו זאגן א מיינונג ווי אזוי די וועלט איז באשאפן, עס זענען דא אהן א שיעור דוגמאות פון פאקטן וואס די רעליגיעזע טעקסטן זאגן איבער דעם נאטור, (וואס רוב מאל שטעלט זיך ארויס פאלש). מען וואלט אפשר געקענט זאגן אז זיי זענען נישט געקומען בעיקר צוליב דעם, רעליגיע איז נאר געקומען אויף צו ברענגען מוסר אויף די וועלט. (אבער דאס איז אויך נישט אמת, ווייל היסטאריש גערעדט, איז רעליגיע צושטאנד געקומען אדאנק דעם וואס די מענטשהייט האט געזוכט ענטפערס אויף פארשידענע פראגעס, וואס די סייענטיסטן געבן אויף דעם היינט אנדערע ענטפערס, ואין כאן המקום להאריך בזה).
צווייטנס, רעליגיע איז טאקע פארנומען מיט ״פארוואס״ איז די וועלט באשאפן געווארן, אבער מיט וועלכע רעכט?
כלומר, לויט די סייענטיפישע מהלך המחשבה, קען נישט איינער זאגן קיין זאכן אהן קיין באווייזן, דעפינאציעס, און אויסגעהאלטן לויט שטרענגע לאגישע כללים.
אויב זאל ווען א סייענטיסט קומען זאגן א טעאריע איבער סיי וואס, מיט די זעלבע טולס וואס דער גאלאח/אימאם/… קומט זאגן ״פארוואס״ איז די וועלט באשאפן, וואלט מען איהם ניטאמאל אנגעקוקט.
אין אנדערע ווערטער, אפילו נניח אז סייענס באשעפטיגט זיך נאר מיט ״ווי אזוי״, און רעליגיע מיט ״פארוואס״. קען אבער די רעליגיעזע מיינונגען נישט פאררעכנט געווארן ריכטיג אין די סייענטיפישע אויגן, וויבאלד זיי וואלטן נישט אנגענומען אזעלכע מיינונגען בנוגע ״ווי אזוי״ אויב עס איז געבויעט אזוי ווי רעליגיע איז געבויעט.
און דריטנס, וועלכע רעליגיע האט טאקע א פונקטליכע ערקלערונג ״פארוואס״ די וועלט איז באשאפן געווארן?
---------------------
און בנוגע די פראגע וואס איז די אנגענומענע מיינונג אין צווישן די סייענטיסטן. עס זענען שוין געמאכט געווארן פארשידענע אנקעטעס צו אקעדעמישע עדיוקעישן נעמט אראפ פון גלויבונג, און איין אנקעטע צווישן די נאציאנאלע אקעדעמי פאר סייענס (פון אמעריקע) האט ארויסגעברענגט נאר 7% גלויביגע.
מיט דעם אלעם, זענען דא פראמינענטע סייענטיסטן וועלכע זענען געווען אויסגערופענע רעליגיעזע, (אויף יעדן איינעם פון זיי קען מען באזונדער ארום שמועסן), אזוי ווי: אייזיק ניוטון, וועלכער איז געווען א רעליגיעזער, א קריסט. און ווי אינטרעסאנט עס הערט זיך, האט ער למעשה געשריבן איבער רעליגיע, מער פון איבער אלע טיילן פון וויסנשאפט וואס ער האט זיך באשעפטיגט.
אבער דא קומט איין וויכטיגע נקודה, מוסלעמעינער קענען נישט נוצן אייזיק ניוטון אלס א באווייז צו זייער רעליגיע, און נישט דער רמב״ם, (חוץ אויב זיי טענה׳ן אז דער רמב״ם האט זיך געשמד׳ט צו איסלאם בסוף ימיו, כידוע). און קיין איין רעליגיעזער קען נישט נוצן ברוך שפינוזה אדער אלבערט איינשטיין אלס א תמיכה אין זייערע גלויבונגען.
איינס פון די מערסט באקאנטע פון די אלע, איז טאקע דער מלך החכמים ״אלבערט איינשטיין״, ווי באקאנט אז רעליגיעזע מיסיאנערן פראבירן נוצן פאר זייער טובה. (און [tag]רויטע וואנצעס[/tag] האט שוין איין מאל דערמאנט א בריוו פון איינשטיין בנוגע דעם).
די וועלט פאלגט נאך מיט דארשט יעדע איינציגסטע סטעיטמענט וואס ווערט איבער געזאגט בשמו, און מיט רעכט. איינס פון זיינע באקאנטע סטעיטמענטס בנוגע רעליגיע, איז: ״סייענס אהן רעליגיע איז הינקעדיג, רעליגיע אהן סייענס איז בלינד״.
כדי צו פארשטיין ריכטיג די אלע סטעיטמענטס, איז וויכטיג זיך צו באקענען מיט איינשטיין אליינס.
איינשטיין איז א א געבוירענער פרייער דייטשער איד מבטן ומלידה (ליידער), ער האט געלערנט אין א קאטוילישע סקול.
איינשטיין האט קיינמאל נישט אפגעלייקנט זיין אידיש׳ן אפשטאם, אבער אזוי אויך האט ער נישט געגלויבט אינעם תנ"ך. (איך וויל דא נישט אראפברענגען די ווערטער וואס איינשטיין האט געזאגט אקעגן די תנ"ך, מחמת די שרעקעדיגע זלזול שבו, ליידער איז ער געווען מזרע ישראל).
אלא מאי? וואס האט איינשטיין געמיינט מיט זיינע אלע סטעיטמענטס איבער רעליגיע?
ער האט גערעדט איבער דעם גלויבונג פון יעדער סייענטיסט אז עס הערשט א מורא'דיגע הפלא'דיגע סדר אויפן וועלט, וואס מען קען רעדן איבער דעם זייער אסאך, (ואין כאן מקומו להאריך בזה). כיוצא מדבריו. (אדרבה, לייענט נאכאמאל זייו אויבנדערמאנטע בריוו).

איך וועל ענדיגן מיט איין נקודה חומר למחשבה, אז מיר זעהן אז יעדער עקסטרעם גלויביגער (דאס איז איינער וואס נעמט אן רעליגיע מיט די גאנצע ערנסקייט), וועט נישט שיקן זיינע קינדער לערנען אין פאבליק סקול אדער קאלעדזש. (א שטייגער אזוי ווי די אמיש קאמיוניטי אין פענסלעוועניע).
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק

דער אשכול פארמאגט 64 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר