פאליציי = פאלנע מערדער!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

פאליציי = פאלנע מערדער!

שליחה דורך אליצפן »

משום איזה סיבה שיהיה האט דער מעשה נישט פיגורירט צו שטארק אין דער מידיא, אבער דעם פארגאנגענעם פרייטאג ביינאכט האט די פאליציי אין לאס אנג'עלאס געשאסן א אומבאוואפנטן מענטש צום טויט execution style אויף לייוו טעלעוויזיע!

דאס האט פאסירט נאך וואס דער פארשוין האט געפירט די פאליציי אויף א גאר שנעלע געיעג פון איבער א שעה. זיין עבירה סך הכל איז געווען דרייוון ווילד און א חשד אז ער איז שיכור.

נאכדעם וואס ער האט ווי ערווארטעט אריינגעהאקט אין א צווייטע קאר, איז ער ארויסגעקומען פון דעם קאר אינגאנצן צומישט, און לומפנדיג אויף א פיס, האט ער פרובירט אוועק צו וואקן פון די פאליציי, און אזוי בשעת זיין רוקן איז אויסגעדרייט צו די פאליס, האבן זיי אים געשאסן עטליכע מאל, און מ'זעט ווי ער פאלט אראפ באוואוסטלאז. ער איז געשטארבן אין שפיטאל ווייניגער ווי א שעה שפעטער.

די גאנצע מעשה איז אפגעכאפט געווארן לעבעדיג מיט גאר קלארע ווידיא, דורך א מידיא העליקאפטער וואס האט נאכגעפאלגט די גאנצע טשעיס.

עס איז צום האפן אז דאס מאל וועלן די פארשאלטענע פאליציי זיך נישט קענען ווי אייביג ארויסדרייען פון דער זאך, נאכדעם וואס עס איז ברור לעין כל אז דא איז פארגעקומען א פשוטע און פראסטע ערשטע דעגרי מערדעריי.

פאלגנד קען מען זעהן ווידיא פון די גאנצע טשעיס און די נאכפאלגנדע קראך און רציחה.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ug5KXzpbf9M[/youtube]

דא קען מען זעהן נאר די קראך און דער הריגה.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=u8sQG4uoc68[/youtube]

More in depth news coverage

דער אשכול פארמאגט 92 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר