צניעות פאליציי

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

צניעות פאליציי

שליחה דורך פליקער »

צניעות פאליציי

מיר ווייסן אז צניעות נעמט א וויכטיג ארט און אינזער געמיינדע, אבער אלעס האט דאך א גבול, מיר זענען דאך נישט טאליבאנער אפשטאמיגע, מיר האבן דאך א עבר, מיר זענען נישט דא אהער געקימען נעכטען דורך אראפ פאלן פון א פארישוט.

עס האבן ליידער לעצטענס זיך פארמירט גרופעס מענער און פרויען וואס האבן אויף זיך גענימען דעים יאך און ארגענעזירט א בעל הכרם יכלה את כרמו קאמפיין, פשוט זיי נעמען די אלע פארשידענע תקנות וואס זענען פארהאן, און ווי מיר ווייסן אז נישט יעדע פורץ ווערט געכאפט, נאר א מיעוט, די איבריגע גרויס חלק דרייט זיך ארויס פון די נעיגל פון אינזערע אינקוויזיטארן, וועלכע אידיש בליט איז ביי זיי הפקר, פאר יעדע מינדערליכע זינד איז אייער גאנץ לעיבן נישט ווערט קיין כסף אדער שוה כסף.

וואס טיט מען, מען ווענדט זיך צי די קליינע קינדער, מען רייצט זיי אויף קעיגן די עלטערן דורך פארשידענע וועיגן, וואס די רשעי עמך בית ישראל האבן געניצט צי רעפארמען אידישקייט, אדער ווי די קאמעניסטן האבן אינציאנירט אז מען זאל פארמסרן די עלטערן, אדער די נעלה גרופע'ס וואס די ציונים האבן ארגענעזירט, די טאטע'ס ווייסן נישט אלעס דינג, מיר ווייסן בעסער ווי זיי, די זעלבע מעטאדן ניצן די היינטיגע עסקנים, זיי רייצען אן קינדער קעיגן עלטערן, פשוט כמשמעו, זיי הייסן די קינדער אויספילן פארם'ס וועלכע עבירה די עלטערן זענען עובר, וועלכע טעלעפאן זיי האבן, וויפיל קאמפיוטערס ער פארמאגט, דעיס איז ריין רשעות, אך און וויי אז איינער עפענט זיך דאס פיסק, דאס איז דאך א קלארער באווייז אז ער באהאלט אויס עבירות.

די שפיאנען שעימען זיך נישט צי בעיטן אינזער הילף, זיי ריפן אויס אויב מיר זעיען א בחור אדער א מיידל מיט א סעל פאן, דאן זאלן מיר אנאנים אריין ריפן די געמיינע באנדע, זיי וועלן נעמען די קעיס, און קיינער וועט נישט וויסן, וויפיל רשעות ליגט דערין, פון וואנעט ווייסטו אז עס איז א טריפה'נע כלי, אפשר האט עס א פילטער, אפשר האט עס בכלל נישט קיין אינטערנעט, נאר אויף רשעים פרעיגט מען נישט קיין קשיות, זאל זיך דער בחור קימען פארענטפערן פאר זיין מנהל אז ער האט נישט געזינדיגט, וועים גייט וואס קרנצעקווענצען דער בחור גייט דורך גיין לכבוד דעי רשעות, ווער ווייסט וויפיל דורות גייען זיין אויסגעריסן פון אידישקייט וועיגן דעים אנאנימער אימשילדיגער טעלעפאן קאל.

זיי גייען ארים שפיאנירן און געיגענט, זיי קיקן אויף אלע מקומות המכוסים זעין אויב איינער טראגט שבת, זיי לויפן ארים צי חתינות, קיקן צי איינער שמירט זיך אן ל"ע מען זאל נישט אויסזעין ווי א שמאטע, וואס איז די עוולה אז איינער א מיידל וויל אויסזעין שיין ביי איר שוועסטער'ס חתונה, ווי מעיג א אימגעריפענע גאסט קימען קרעשן די חתונה, דורך אפיר נעמען דעיס מיידל און אפיר האלטן, מיר האבן געזעין אז איר האט ביים חתונה געהאט מעיקאף, על כן גיי דיר אהיים פון דא, נישט נאר דאס, זיי האבן א באקימען א אינוויטעישן צי א חתונה, גייען זיי קיקן אויב איינער פון די קרבנות לערנט ביי זיי און סקול, די מנהלת ריפט זיי אן, די מנהלת ווארנט אן אין עונשין אלא אם כן מזהירין, די רשעים מאכן אז אינזערע קינדער זאלן שעלטן די סקול, יעדע פון אינזערע פרויען גייט מיט מעיקאפ, פארוואס איז א מיידל פון אכצען יאר באשטראפט אז זי קען קיין מעיקאפ נישט גיין, און זי ווערט אויסגעשליידערט אויפ די גאס ווי א זונה, וואס פארא היפאקראציע איז דעיס אז מען רעדט איין די מיידלעך אז די גאס איז געפערליך על כן מיז מען בלייבן און צוועלעפטע קלאס, און פאר א זינד פון לייגן וועזעלין אויפ די ליפן איז מען גרייט אז די מיידל זאל זיך דרייען אויפ די טריפה'נע גאס.

וואס פאר א פארשטינקענע ביזנעס איז דעיס אז זיי מישן זיך אריין און א פריוואטע שמחה שלא בשעת סקול, האבן זיי מיך געריפן ווען איך האב געזיכט א דירה, האבן זיי מיך געריפן ווען איך בין געקראכן אויף די גראדע ווענט צי דעקן אלע קאסטען, אה אבער צי ווארענען אז מען גרייט זיך ארויסטראסקענען מיין טאכטער, אויף דעים איז דא געניג און נאך רשעים, ווי האבן מיר זיך דערקייקלט, ווער לאזט דאס צי.

מען איז מסביר אלע קינדער אז די טאטע איז נישט באגלייבט מיט זייער אידישקייט, מען ברויך הערן וואס רעבעצען ה"ה האט צי זאגן, זי ברויך מסביר זיין פאר די קינדער וואס טשעטן מיינט, זי ברויך פאר זיי קלאר ארויסברעינגען וואס סאשעל נעטווארקס מיינט, זי ברויך פאר זיי געיבן הדרכה ווי אזוי מען זאל קענען ביישטיין די ניסיונות פון די אלע אפיסעס, ווער מיינט זי זי איז, האט זי רעכט צי בארעדען די עלטערן פאר די קינדער, האט זי א רעכט צי העצן קינדער אז די עלטערן ווערן נעבעך ניכשול און געפערליכע עבירות, האט זי א רעכט צי זאגן פאר די קינדער אלע סענסעטיווע זאכן פון די טריפה'נע גאס.

ווען מען האט אריין גענימען מיין קינד אין די מוסד, האט איר געברויכט מאכן א תקנה אז מען נעמט נישט אן קיין קינדער פון עלטערן וואס שמירן זיך בלאש, ווייל אויב יא איז דא א ערענסטע מקום לומר אז די קינד גייט גיין בלאש, פונקט אזוי ווי טראגן שבת מיט בֵּיי האר, אבער א תקנה וואס איז נישט איין געפירט, מען קען זיין א מעמבער און סאטמער אפילו דאס ווייב שמירט זיך כדרך כל הנשים, מיט וועלכע רעכט קענען זיי מסביר זיין פאר מיין טאכטער אז מיין ווייב איז א שיקצע, און אין אמת'ן אריין טאר מען נישט גיין קיין בלאש אדער ליפ סטיק, דעיס איז דאך א בראך און די גאנצע מסורה, היינט בין איך נישט באגלייבט אריין באכענען און מיין טאכטער צניעות ווייל רעבעצן ה"ה האלט מיך פאר א שיקצע, און ווי אזוי קען איך דאן זאגן פאר מיין טאכטער אז עס איז דא א גאט און הימל, איך בין דאך ניפגם, איך בין דאך נישט באגלייבט, דעיס איז א פגם און די יסוד פון אידישקייט, פאר דעים צאלט מען א גאר טייערע פרייז, איך בין נישט מסכים דערצי.

וואס איז די איסור פאר א פרוי זיך צי שמירן בין הנשים, עס איז נישט דא אזא איסור, ווען זי גייט און גאס איז איין זאך אבער בין הנשים ווער ווערט ניכשל חוץ די שפיאנען, נאר די קאפ ליגט זיי א גאנצען טאג ווי מען קען איינעם רשעות טיען, די מוסדות פירט זיך דורך די עטליכע טעראריסטן, וועים קיין איין נארמאלע מעיסיגער בעל בית קען זיך נישט קעיגן שטעלן, און מיר בעל בתים וואס צאלן די שכר לימוד קענען גארנישט טיען, מיר ווערן געפירט ווי שעפסלעך צים שחיטה, זיי וועלן איינזעין ווער עס מעיג בלייבן א איד און ווער עס ברויך ווערן א גוי אדער גויטע, היו לא תהיה, מיר ברויכן די גזירה אפשלייכן, מיר ברויכן זיך איינשרייבן און יעדע כולל וואס איז פארהאן, מיר ברויכן גיסן חי ראטל משקה אז די גזירה זאל אינגיכן בטל ווערן.

ווי עס זעיט מיר אויס גייט דא ווערן אסאך ערגער איידער עס וועט ווערן בעסער, איך זעי נישט ווי אזוי עס קען ווערן בעסער, מיר טיען אלעס אויף דער וועלט שלעכט, און ווען די "הכנות האקט די פען" דאן צייגן מיר מיטן אצבע אויף השי"ת,זה קלי ואנוי-ה-ו אז ער ברעינגט אינז גזירות, ער מיז עס מבטל זיין, ווי קימט ער אריין, ער גיבט אינז בחירה, מיר זענען בוחר ברע, און מיר נעמען אים אין בילד, מען טראסקעט ארויס א בחור פון ישיבה, דער בחור קען זיך נישט האלטן ביי אידישקייט אן קיין ישיבה, אבער מיר פארשטייען אז דער באשעפער איז שילדיג דערין, פארוואס ווי קימט ער אריין דא, מיר ברויכן זיך נעמען און די הענט אריין, מיר ברויכן טיען צי די זאך, די מוסדות זענען נישט קיין נכסי יחיד, מען קען נישט טראסקענען אן קיין פארוואס נאר ווייל עס האט זיך פארשמעקט פאר בלומענפעלד.

מען ברויך פארמירן א וועד ההורים, אזוי ווי עס איז פארהאן ביי אלע פרייוועט סקולס, די וועד ההורים ברויך ווערן אריין געשטימט מיט שטימעס פון אלע מעמבערס, זיי וועלן האבן א כוח בשם די פילע עלטערן, אזוי ווי א יוניען, מען וועט ווייזען פאר די ישיבה ווער עס האט די לעצטע ווארט, אוודאי קענען זיי טיען וואס זיי ווילען, ווייל קיינער ברויך נישט אפגעיבן קיין דין וחשבון, יעדער איינער איז א חטאת היחיד, מיר טארן דאס מער נישט דערלאזן, יעדע פאליסי מיז ווערן אדורך גערעדט מיט די וועד ההורים, טרענספערענסי, נישט יעדע יחיד קען רעדען און נאמען פון א הנהלה.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר