זענען אינזערע ישיבות געזעצלאז? ווי אין א 3'טע וועלטס לאנד?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
חרבונה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

זענען אינזערע ישיבות געזעצלאז? ווי אין א 3'טע וועלטס לאנד?

שליחה דורך חרבונה »

[justify]יעצט איינגענימען עטליכע פרעשור פילען ווייל ס'מיר שווער צו דערהייבען אזוינע שוידערליכע שמועות מבהילות.
איך האמיר נאר יעצט אנגעהערט איבער עטליכע ישיבות שומו שמים!! דער אייבערשטער זאל אינז באהיטען פון די היינטיגע פוסעים על ראשי עם קודש.

שוין.. למעשה ווייסט איינער ווי מען קען איינגעבן א אנקלאגע נגד איינער וואס האט גענימען אויף זיינע לייצעס הינדערטער בחורים און טוט כאוות נפשו אהן קענען אפילו איינגעבן א קלאגע און געריכט, ב"ד, וכדומה, אפילו אן אימעיל צו א פי או באקס איז נישטא ווי צו שיקען די בלוטיגע זוידיגע טרערן בכתב.

ווי אימער איך האב נאר פרובירט נעמט קיינער נישט אהן אזוינע קלאגעס, דאס אז מען גייט אים ווארפען אין עטליכע יאר ארום און דאן וועט מען זיך אפרעכענען איז מיר נישט גענוג, איך ברויך יעצט וויסען וואס צו טון להציל הנעשק מיד עושקו.

איז מעגליך דא אויסצולופטערן בדרכי נועם אהנע דערמאנען שמות פרטיים קלאגעס וואס כ'האב און נאך פילע האבען, קעגן געוויסע הנהגות פון א.ג. פירער פון ישיבות?


"אין יעדע נארמאלע משפט היינט צוטאגס איז דא אן אדוואקאט א פראסעקוטער א שופט און א דשזורי און יעדער האט זיין פליכט אינעם משפט, און יעדער בר דעת פארשטייט אז אויב וועט פעלן איינע פון די פאקטארן איז דא זייער שוואכע שאנסן אז עס זאל ארויסקומען א משפט צדק.

היינט אין די ישיבה וועלט איז געווארען א מצב וואס דער מנהל איז דער סניגור קטיגור דער שופט און דער זשורי, און צו דעם אלעם האט ער נאך א טוץ נגיעות אויך, און מען רעדט נישטא פון דיני ממנות דא מען רעדט פון דיני נפשות ה"י אידיש בלוט איז ממש הפקר ! ! ! דאס אומדערהערטע דארף זיף אפשטעלן, אבער באצייטנס פאר דער המון עם וועט נעמען די זאך אין די הענט... און בלוט וועט זיך גיסן אין די גאסן פון מצרים
.."

דאס איז אן אזהרה חמורה איר זאלט נישט זאגען מען האט אייך נישט געווארענט, ווייל די כותלי ה'קאווע וועלן קומען לדין מעיד זיין אויף אייערע התראות.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חרבונה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר