הכלב איננו - ליינט און שטוינט!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6282 מאל

הכלב איננו - ליינט און שטוינט!

שליחה דורך יואב »

דורכאויס די לעצטע פאר טעג, האבן כלבים גענאסן פון ברייטע דעקונג דא אין שטיבל, בעיקר אבער אויף א נעגאטיוון פארנעם. אונז ווייסן דאך אבער אז מדה טובה מרובה, און ממש כלב לשמה, האב איך פונקט פריער מיך אנגעשטויסן אין אן אינטערסאנטער געשיכטע, טאקע מישענדיג ס'בלעטל אויף סיפרא דאנפין.

די מעשה איז ערשט באריכטעט געווארן פארן פאפולערן "פרק שירה" כולל -- א כולל וואס גיבט זיך בעיקר אפ מיט אנגלעגנהייטן בנוגע חיות -- נאכדעם וואס די משפחה האט געהאט פארשפראכן דאס צו מפרסם זיין, אויב זאל פאר זיי געלונגען זיך צוריק צו פאראייניגן מיט זייער הונטל. צו אלעמענס ווינדער, און ווי אומגלויבליך ס'הערט זיך, איז נישט אדורך געגאנגען מער ווי א וואך, און זיי האבן אים אפגעפינען אין א גוטן און געזונטן צושטאנד -- בין המתים. אזוי ווי איר הערט, א דאפעלטער מופת. געטראפן ליגן לעבעדיג אין א בית הקברות.

די מעשה האט גערירט מיין הארץ, און האט מיך באמת איבערגענומען, אזש ביז צו טרערן. די געשיכטע דעמאנסטרירט אז אין דער צייט וואס לאיאליטעט און זארגפעלטיגקייט צווישן מענטשן איז שוין מער ווייניגער א חלק פון דעם ווייטן עבר, עדיין הוא מרקד בין הכלבים, און אויף אויסנאם שטארקע שטאפלען.

ליינט און שטוינט:
מיגואל גאזמאן, א חשובער מיטגליד פון דער בארימטע גאזמאן פאמיליע, האט נאכן אפלעבן זיינע יארן בעלמא הדין, אומגעקערט זיין נשמה למקור שנחצב, יום פלוני שנכפל בו וואטעווער, לשנת תשס"ו למספרנו.

מיטן אוועקגיין פון דער וועלט, האט מיגיואל איבערגעלאזט פילע גיטער און פעלדער, פאר זיינע יורשים זיך צו הרג'ענען דערויף. די גענויע אורזאך פון זיין טויט, איז דערווייל נישט באקאנט פארן שרייבער פון די שורות.

איינגעהילט אין טיפע צער, טרויער און מעלאנכאליע, האבן די משפחה מיטגלידער, דורכגעפירט די באגרעבעניש ריטואלן איידער מ'קערט זיך צוריק אהיים, לספוד למיגואל ולבכותו.

שוין זייענדיג אינדערהיים, האט נישט געברויכט לאנג נעמען, און ס'זאל אויפגעפאסט ווערן דאס אז קעפיטאן פעלט. ערשט האט מען געקלערט אז אפשר האט קעפיטאן מחליט געווען אויסצונוצן דאס צעמישעניש און בלבול המוחות, און איז געגאנגען שפילן צו א חבר.

די משפחה אבער, דערזענדיג כי פנה היום, איז פארכאפט געווארן אין פאניק, און איז אריינגעפאלן אין היסטעריע. מ'האט אלאמירט א רייע הילף ארגאנעזאציעס, בעטנדיג פאר באלדיגע אונטערנעמונגען.

קאמענד צענטערן זענען אויפגעשטעלט געווארן גאסן-ווייז, און שווערע צענדליגע וואלונטירן פון אלע שיכטן און קרייזן זענען איינגעשפאנט געווארן אין דער זוך אקציע -- אבער קיין פאזעטיווע רעזולטאטן.

ס'איז שוין מיטל-נאכט, צענדליגע אויערן פון ארום דער גארער וועלט זענען צוגעשמידט צו קול מבשר; טוויטער און וואטסעפפ גרופעס ארבייטן פיבערהאפטיג מיט איבערמידליכע כוחות, אבער דערווייל איז דא קיין שפירן פון קעפיטאן.

באלד איז אויפגעברענגט געווארן דעם געדאנק צווישן ראשי העסקנים, אז אפשר זאל מען נישטערן ביים ריזן אומבאוואוינטן פאלאץ אינדרויסן פון דער שטאט, וואו ס'איז שטארק יתכן אז קעפיטאן האט אהין געבלאנזשעט, און האלט זיך דארט אויף.

אהין צו גיין אויף דער נאכט, איז געוועזן קיין אפציע, ווארום ווי ברייט-באוואוסט פאר קינד און קייט, דרייען זיך דארט שדים ביינאכט.

הבוקר אור, והאנשים שולחו. המה, וסובערבנייהם. א ספעציעלע איינהייט איז דירעקטירט געווארן אהין, באגלייט מיט דעטאלירטע מאפעס און אנווייזונגען. צו אלעם ערשט, האבן די חברה אפגעשפארט עטליכע גאסן איבער דער גאנצער אומגעגנט. באלד דערנאך האבן זיי מיט העראאישע אייפער געשטורעמט דעם שלאס, באוואפענט מיט פילע מאנסטערישע געצייג, און א רייע מיטלען וועלכע זענען אנגעבליך אין אומשטאנד צו דיטעקטירן נאך זיינע שפורן -- אבער אן ערפאלג.

ס'זענען גרופירט געווארן סטאדעס מיט וואלונטירן וועלכע האבן געקלאפט אויף רעזידענטיאלע טירן, געשיינט מיט אויגן-שטעכיגע פלעשלייטס, ארומגעפארן מיט הויך-הילכער באגלייט מיט ווילד-טאנצעדיגע לעמפלעך, והכלב איננו. דאס הונטל איז נישט דא.

א פלייץ פון "ק/פ" מעסעדזשעס וועלכע האבן בשעת מעשה אנגעגעבן געמישטע אפדעיטס -- וואו צווישן אנדערע האט איין קוואל געוואוסט צו פארציילן אויף זיכער, דאס אז מ'האט אים יא געפונען, אבער טויט -- זענען פארדאמט געווארן דורך עסקנים וועלכע האבן פארלאנגט פון די יחידים וועלכע גייען זיך אום מיט א לייכטזיניגקייט צום ענין, זיי זאלן זאפארט אויפהערן צו פיטערן דעם ציבור מיט נישט קראנטע אינפארמאציע, וויבאלד דאס זייעט אן איבריגע כאאס, און שפילט אויף די געפילן פון דער משפחה.

אויב זענען די געמיטער ביי דער גאזמאן פאמיליע נישט געווען גענוג דורכגעזאפט מיט גרימעניש און אומעטיגקייט איבער דער פארלוסט פונעם ראש המשפחה, קענט איר זיך פארשטעלן וויאזוי די מצב האט אויסגעקוקט אינעם ערשטן טאג פון שבעה, נאכדעם וואס א שווארצער וואלקן פון אנגסט און שרעק האט מיטאמאל פארכאפט זייערע צאפעלדיגע הערצער.

נאנטע צו דער אשת המנוח, האבן געפריווט צו טרייסטן און מחזק זיין די צובראכענע אלמנה מיט אירע יתומים, אנצייגנדיג אויף דעם ווייטן מציאות אז מ'זאל נאך דאס כלב'ל טרעפן בין החיים. וואס איז שייך צו קלאגן אויף א נישט לעבעדיגער זאך, און וויפיל נוצן קען מען שוין האבן אויב זאל מען אים אפגעפונען א טויטער.

אבער אויף וימאן להתנחם, זאגט שוין רש"י: "אין אדם מקבל תנחומין על החי". די משפחה האט באשלאסן אז די לעצטע זאך וואס זיי גייען טון, איז אויפגעבן. מ'וועט זוכן און זוכן, ביז מ'וועט אים טרעפן -- "לעבעדיג אדער טויט".

א וואך פון פיין און הארץ קלעמענישן איז אריבער, והנה, ערהאלט משפחת גאזמאן א טעלעפאן רוף פון אן אומבאקאנטן נומער. אויף דער אנדערער זייט פונעם טרייבל האט זיך געהערט די שטימע פון דעם הויפט חברה קדישא מאן. געקלערט האט מען באלד, אז געוויס רופט ער, כדי צו וויסן וויאזוי ס'איז דער מנהג ביי משפחת גאזמאן, כלפי הקמת המציבה.

דערויף האט שוין בנו הבכור זיך צעבייזערט, וואסי פשט אז מ'רופט אין אזא אנגעצויגענער צייט נאכאמאל. ווארום צו וואספארא חסידות ערעב מיגואל האט באלאנגט אלע יארן איז גלוי וידוע לכל, און ס'איז גאנץ גוט באוויסט וויאזוי זיי גייען זיך אום מיט הקמת המציבה. ועוד, האט מען אים דאך שוין קלאר איבערגעגעבן דעמאלט ביי דער קבורה, אלע דעטאלן.

ווי נאר אבער ער האט אנגעהויבן רעדן, האט זיך באלד ארויסגעשטעלט אז ניין, לגמרי נישט צוליב הקמת המציבה, האט דער פוילער מאן, גענומען די מיה צו טעלעפאנירן. די מאמע האט געלייגט דעם טעל אויף ספיקער, און אלע קינדער, מיט קורץ, אבער שנעל-קלאפענדע הערצער, האבן א בייג געטאן ס'אויערלעפל, און אנגעשארפט זייערע קאנצעטראציע צו א מאקסימאלן גראד.

"מיר ווילן אייך מודיע זיין", גלייכט ער אויס זיין שליימיג-פאררויכערטע קול, "מרת גאזמאן איר זענט נאך דא?"

"יא יא", ענטפערן אלע אין דער געזינדל ווי אין א כאאר.

"געלויבט דער פון אויבן, אז מיר קענען אייך איבערגעבן די פרייליכע בשורה, אז קעפיטאן געפינט זיך דא ביינונז, געזונט און פריש".

"ויפג לבם כי לא האמינו לו". די קינדער, נישט קענענדיג מחליט זיין צו ס'איז עכט אדער א חלום, האבן ערשט באשלאסן נישט צו נעמען קיין שאנסן. זיי האבן זיך אריינגעשלייכט אינעם פיקאפ טרעקל כהרף עין, און זיך ארויסגעלאזט מיט א שנעלן גאלאפ אין דער ריכטונג פונעם בית הקברות.

קיין ברכה האבן זיי נישט געברויכט מאכן בעפאר זיי זענען אריינטאנצן אין בית הקברות, נעמענדיג אין באטראכט אז זיי שטייען קוים זיבן טעג אוועק פונעם פאריגען באזוך. (אפשר יא, ווייל האבן דאן געהאט אן הלכה פון אן אונן? אוי, כ'בין שוין אינגאנצן צעמישט. לעיקוואד ביזטא?)

די חברה האבן זיך ארויפגעווארפן אויף קעפיטאן, מחבק ונשק געווען, ויחליפו שמלותיו, פארקעמט זיין האר, אים געזעצט אויבן אן, און זיך געאיילט אהיים.

די פרייליכע נייעס האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט אין שטאט, און הגם קול מבשר האט נאך מורא געהאט צו באשטעטיגן אויף זיכער, האט שוין "ק/פ" אבער, געהאט די מעשה אלס א טרוקענעם פאקט.

א קבלת פנים בתופים ובמחולות, לכבודו של אותו כלב, האט זיך פארמירט פארענט פון דעם הויז ווי ביז בלויז נעכטן איז נאך דארט פארגעקומען אנגעשטרענגטע ניחום אבלים. באזונדערע התרגשות איז געוועזן ווען דער עולם האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ אויפן ניגון: "והשיב לב בעלים על כלבים, ולב כלבים על בעליהם", הגם א היתר צו טאנצן נאך אין שלושים, האט זיך ווארשיינדליך מיטגעכאפט מיטן היתר פון גיין אין ערכאות.

[center]* * *[/center]

די שמחה איז אפשר געוועזן גרויס אינדרויסן, אבער אינעווייניג האט זיך אפגעשפילט גאנץ אן אנדער בילד.

קעפיטאן איז מער נישט געוועזן דער אויפגעלייגטער קעפיטאן פון דעם אמאל. ווי נאר די נאכט איז געפאלן, האט ער נאס געמאכט זיין קישן בדמעות שליש, און זיך געדרייט פון איין זייט צו דער צווייטער זייט, צעבראכן און דערביטערט. ער האט געפריווט מיט אלע כוחות, און געמאכט באמיהונגען אויף צו אנטלויפן פון דערהיים.

משפחה מיטגלידער, נאכן נעמען ראט פון קלוגע לייט, און דאס דורכשמועסן מיט מחנכים, האבן באשלאסן אז מ'וועט זיך אומגיין מיט א ווייך הארץ צו קעפיטאן, און אים נאכגעבן דאס ארויסגיין ביינאכט אויף דער פריי.

א שטיק צייט איז פאריבער, און דאס בילד האט אנגעהויבן קלאר צו ווערן.

ווי ס'שטעלט זיך ארויס, טוט קעפיטאן שפאצירן טאג טעגליך, אין היץ אדער פרעסט; זומער אדער ווינטער; רעגן אדער שניי, גאנצע דריי מייל ביז צום בית הקברות, וואו דארט איז ער זיך משתטח אויפן קבר פון זיין רבי'ן. נעכטיגט איבער אויפן שטיין א גאנצע נאכט, און קערט זיך צוריק אהיים ערשט ווען ס'טאגט שוין אינדרויסן.

יעצט, שוין זיבן יאר זינט מיסטער גאזמאן הלך לעולמו, און קעפיטאן מאכט נאך זיין טעגליכן גאנג צום בית הקברות און צוריק. דער שומר הפתח שליסט נישט צו דער צוים, ביז ווילאנג קעפיטאן קומט אן. דאס איז יעדע זעקס אזייגער אויפדערנאכט שארף. ער שלאפט דארט א גאנצע נאכט, ביז דער שומר עפענט די טיר צו ותיקין.

א זייטיגע באמערקונג:
עטליכע וואכן נאכדעם וואס מ'האט אפגעפינען קעפיטאן, האט איינער וועלכער האט געהערט ערשט-האנטיג פון א משפחה מיטגליד, איבערגעגעבן צו איינע פון די אומאפהענגיגע ארגאנען, אז בשעת ווען די זוך אקציע נאך קעפיטאן איז געוועזן אין פולער שוואנג, האט מען זיך אין אמת'ן געהאט פארבינדן מיט א מקובל פון ארץ ישראל, און יענער האט עטליכע מאל געטון ווידערהוילן בזה הלשון: "א שאד אויף א יעדע מינוט וואס מען זוכט אים צווישן די לעבעדיגע".

די משפחה האט זיך שטייצעך געהאט פאר'נאר'ט, און אויסגעטייטש זיינע ווערטער כאילו ער זאל זאגן אז קעפיטאן לעבט שוין נישט. יעצט זעט מען אבער ווי גערעכט יענער איז געווען, און ווי גוט ער האט צוגעטראפן. ב"ה אבער, ס'האט זיך גענדיגט צום גוטן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום יואב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט