וויאזוי מאכט מען א זיסע אידישקייט???

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16550
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19039 מאל

וויאזוי מאכט מען א זיסע אידישקייט???

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמעו נא רבותי, הערט מיך אויס טייערע פריינט, איינמאל פאר אלעמאל מוז איך דאס אראפנאגלען:

שוין וואכן און חדשים וואס מען ענדיגט נישט דרש'נען, מאנען און פארלאנגען, אז אונזער דרך החינוך, אונזער דרך האידישקייט טויג נישט.
דער סיסטעם איז נישט צו דער זאך, מען וואקסט אויף ווי ראבאטן, אן א געפיל און שטאלץ צו אידישקייט, און אינטערנעט איז נישט דער פראבלעם
(עכ"פ נישט דער גאנצער פראבלעם), דאס איז נישט דער פראבלעם, יענץ אויך נישט, נאכאמאל ס'איז דער חינוך, נישטא קיין געשמאק אין אידישקייט...
אמווייניגסטנס הונדערט מאל האב איך עס געזעהן אויף מערערע זייטלעך, און אממערסטנס דא, אין קאווע שטיבל.

משל: ווען די רבנים האקן אויפן אינטערנעט און שרייען "אסור אסור אסור", טענה'ט יעדער אז שרייען אסור קען יעדער,
קריטיקירן און זיין פעסימיסטיש אויף יעדע זאך איז קיין קונץ;
אדרבה לאמיר הערן עפעס קאנסטרוקטיוו, א עצה טובה, א דרך הישר, ווי אזוי עס יא צו נוצן ע"פ תורה, וכו' וכו'...

נמשל: האקן אויפן דרך החינוך קען יעדער. כ'בין שוין מאוס ונמאס דאס צו הערן. כאטש איז שטים צו דערצו, אז עס פעלט פון אונזער אידישקייט,
און פאר סיי וועלכן נסיון פאלט אונזער אידישקייט אונטער כקליפת השום. ליידער. און מען ענדיגט נישט שרייען און זיך בייזערן דערויף.

אבער קען איינער זאגן וואס "יא צו טון"? ווי אזוי זאל מען טוישן? וואס זאל מען טון? ווי אזוי גיט מען אריין א טעם אין אידישקייט, על אף די נסיונות מרים וקשים??

נאך אלעם, אונזערע מוסדות טוען וואס מען האט אלץ געטון. מען לערנט, מען דאווענט, מען פארציילט אביסל סיפורי צדיקים, און מען זאגט שיינע מוסר דרשות...
וואס נאך, לויט אייער מיינונג, דארף געטאן ווערן אז עס זאל זיין א ריכטיגע חינוך? סיי אין די מוסדות, און סיי די עלטערן אינדערהיים??

הרב טייטלבוים האט געשריבן, אז א טאטע זאל ארויסנעמען די קינדער שפילן אין א פארק, מאכן "פאן" מיט זיי, האבן א שייכות מיט זיי.
אלעס פיין און וואויל. ס'איז היילי רעקאמענדעט. אבער וואס האט דאס מיט אידישקייט? וואס העלפט דאס כלפי א נסיון?
אז א טאטע גייט אין פארק, וועט עס העלפן דאס קינד זיך מתגבר זיין?

יא, כ'ווייס אז יוסף הצדיק האט זיך מתגבר געווען ווייל "ראה דמות דיוקנו של אביו", אבער האבן מיר דען דאס יראת שמים וואס די אמאליגע צדיקים האבן געהאט?
לאמיר זיך נישט לאזן נארן. מיר זענען דאך אליינס אויסגעטריקנט, נישטא וואס אריינצוגעבן אין די קינדער צופיל. ליידער ליידער!!

וואס יא? וואס זאל מען טון צו פארבעסערן דעם חינוך? וואס און וויאזוי זאל מען לערנען? וואס זאל מען זאגן אדער נישט זאגן?

אלזא, רבותי, מיר ווילן הערן. שרייבט אריין אייערע מיינונגען, נישט קריטיק ביטע - גענוג געווען!
נאר עצות און האפענונג וויאזוי זיך אן עצה צו געבן ביז משיח'ס טאג בקרוב. און דאן וועט מען דאס בעז"ה מפרסם זיין איבעראל און פרובירן צו טון אונזער השתדלות!
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 63 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר