חתונה מאכען - די פראבלעם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1423 מאל

חתונה מאכען - די פראבלעם

שליחה דורך איחוד פעלד »

דאכט זיך אז אן אשכול וואס איז דן איבער חתונה מאכען איז נאך דערווייל נישט געווען.


קודם די מציאות.

ביי אונז חסידים איז איינגעפירט אז מען מאכט חתונה די קינדער פין די אכצען און העכער, און די גאנצע הוצאות פאלען אויף די עלטערען.
די הוצאות היינט צו טאג קומען אהן צו פיפציג טויזענט דאלאר א צד, און דאס איז ווען מען טוט אלעס נארמאל, אז מען שפארט אביסעל מער קען מען עס אראפ ברענגען צו פינף און פערציג טאפס.
רוב מענטשען, לכאורה בערך אכציג פראצענט מיטשען זיך חתונה צו מאכען, און באקומען געלט דורך הלוואות, גניבות, קרעדיט, מארגאדזעס, משפחה וכו'.
בערך דרייסיג פראצענט האבען נישט פין ווי צו בארגען, און גייען ארום שאפען חתונה מאכען, גייען צו גבירים נאך געלט וכדומה.
ביי די אכציג פראצענט מענטשען איז ליידער ליידער חתונה מאכען זייער א שווערע זאך עמאציענאל, מען וויל זיך אהער שטעלען בעלי בתיש, און די פרעשור איז אנגעהויר גרויס, ווען מען דארף באצאלען די בילס, די קליידער וכו', בלומען, אלעס אלעס, ברענגט צו הויכע בלוט דרוק, און כעס, וואס מען לאזט ארויס אמאהל אויף די בני בית, אמאהל אין ביהמ"ד ווען איינער רעדט ביים דאווענען, אמאהל אויף די אנדערע צד (יעדער האט אזאנס לעת הצורך), אמאהל אויף דער חבר וואס וויל נישט געבען בארגען, אמאהל אויף דער וואס רעדט לשון הרע, און די ליסטע גייט אהן פאר לאנג.


דער פראבלעם איז באמת א גאר שטארקער חסידישער פראבלעם בעיקר, און די רבנים רביס שטייען פין דער זייט, און טוהן כמעט גארנישט. איך זאג דוקא כמעט, ווייל מיט אלע תקנות וואס סאטמערע רב ר' אהרן האט געטוהן, איז עס נאך אלץ נישט גענוג.


די אסיפה אין סיטי פילד וואלט געקענט זיין אויף דעם, און עס וואלט מער אויף געטוהן אויך.

דער פראבלעם וואס געשעהט דא איז דאך אין לשער, מענטשען ווערען קראנק פין דעם, עס מאכט חרוב גאנצע אידישע שטיבער, און דער גאנצע מהות פין די מענטשען איין מאהל זיי מאכען חתונה טוישט זיך, און נישט אויף א פאזאטיווער וועג. די איינציגע וואס בלייבען נאך מיט זייערע אמאהליגע דיגניטי זענען די אמתע גבירים.

וואס איז פשוט אין דער מחלה???

איך מיין בפירוש נישט די מחלה פין חתונה מאכען מיט יענעם'ס געלט.
איך רעד וועגען די מחלה פין די שטיל שווייגעניש פין די וואס קענען דאס אפשטעלען.

איז עס ווייל זיי האבען אונז אלע אין דער ערד, און קענען ביישטיין אז מענטשען זאלען זיך אזוי מוטשען עד למוות?
ווי איז דער אחריות פין די מנהיגים עפעס אויף צו טוהן לטובת הקהל?
אלע דורות איז געווען תקנות אין אזעלכע ענינים, תקנות וואס מען האט איינגעפירט מיט חרמות און נידויים, וואס איז היינט געשעהן??

ואם לחשך אדם לומר, נשתנו העתים, די רבנים האבען נישט די זעלבע כח ווי אמאהל, אף אתה אמור לו, און ווי האבען זיי יא א כח? צו אסר'ן אינטערנעט און פראטעקטען די מאלעסטערס?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

דער אשכול פארמאגט 86 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר