ווען א טשאלמער רופט זיין טאטע מיט א שטיקל חזיר פון ריווערדעל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

ווען א טשאלמער רופט זיין טאטע מיט א שטיקל חזיר פון ריווערדעל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך יוני 18, 2014 8:00 am

אנצוטון א וועסטיל מיט א נישט באטעמטע לעצטע נאמען.
איי מין וואט די חופה, צאמיר שוין נישט וואס צו טון מיט אונזער לעבן, די לופט לאזע אטמו
אטמאספערע וואס דא הערשט איז צום ברעכן, אז מיין נטרא קרתא אשכול איז שוין פון די בעסערע.

סצייט זיך ארופצוציען די גאטשעס און מודה זיין על אמת, קאווע שטיבל זייגט אז ערגער קען שוין נישט זיין, פון אן אדרעס פאר דעה בינה והשכל איז עס טראנספארמירט געווארן צו קינדישע לאנגווייליגע טשיט טשעט ווי ממאלט וואסער.
אוי את אחיי, אוי אנוכי מבקש, אוי הגידה נא לי הגידה נא לי אוי איפה הם רועים.
אז מווייסט אז מאיז קראנק איז שוין א האלבע ישועה.
וואס איז די עצה? נישטא קיין עצה לדעתי, אבער אז סטוט וויי שרייט מען, אזויפיל קלאר אז מיר דארף פרעדיגן אז מאיז נישט צופרידן, מיר זענען נישט העפי, דאס איז נישט ווער מיר זענען.

איך האלט באמת מדארף אנהויבן שטודירן מה קרא פארוואס קאווע שטיבל זייגט געפערליך אז אייוועלט איז אויף אן אמת בעסער ווי דא ליידער.
ווער קען אויפקומען מיט א טעאריע פארוואס וועט געווינען א סקאלערשיפ אין אייכל גימפלעריי.
עני סאזשעשטענס?
כוכב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1998
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 3609 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4869 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך יוני 18, 2014 8:47 am

איך פארשטיי דיין ווייטאג! אבער למעשה איז דא אידן וואס האבן ערנסטע פילאזאפישע חקירות פון א נטורי קרתא טשאלמער מיט א שמוציג וועסטל וואס עסט א שטיקל חזיר אין די מוטערס בויך , סאיז נישט אזוי אוועק צו מאכן !!!

בד״ו הרב כוכב האסט אפשר די טעלפאן נומבער פון די תולעת יעקב באס קאמפני ??

אה ...כהאב עס שוין באקומען פין אייוועלט .. זעט אויס אז זיי זענען טאקע בעסער
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון איינע פון די עלטערן אין זייער דעוועלעפינג יארן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן.
-יואליש,ק״ש
שבת אחים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 535
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
האט שוין געלייקט: 1327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

הודעהדורך בר דעת » מיטוואך יוני 18, 2014 11:55 am

די שטיבל האט א ווסת קבוע, עס איז עולה ויורד יעדע שטיק צייט, ועוד ישמע בערי שטיבל ובחוצות קאווע קול חכמים ומתפלספים בעגלה ובבערל בעל עגלה
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 7:17 pm
האט שוין געלייקט: 889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 623 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יוני 18, 2014 12:29 pm

כוכב: א גוט מארגן. לויט ווי איך זעה ביסטו שטארק פארווייטאגט. אפשר גייסטו צו א ספעציאליסט, אדער קיירא-פראקטאר. נאר איך האב אן אנדערע קשיא. די סיפא איז נישט די זעלבע ווי די רישא. די העדליין פון אשכול וואס דו האסט אויפגעמאכט האט גארנישט מיט'ן טעקסט. ביטע זיי מסביר וואס די קאנעקשאן פון די כותרת ראשית מיט די חידושים איז. יישר כח למפרע... :? :roll: :P :oops: :cry: ;) :( :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6778
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 7301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3354 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יוני 18, 2014 12:31 pm

בר דעת האט געשריבן:די שטיבל האט א ווסת קבוע, עס איז עולה ויורד יעדע שטיק צייט, ועוד ישמע בערי שטיבל ובחוצות קאווע קול חכמים ומתפלספים בעגלה ובבערל בעל עגלה

אמן כן יהי רצון... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6778
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 7301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3354 מאל

הודעהדורך petergrifin » מיטוואך יוני 18, 2014 2:12 pm

איך האב א טעריע פארוואס אבער איך גיי עס שרייבען אין אייוועלט.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1079
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 675 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך יוני 18, 2014 2:22 pm

בר דעת האט געשריבן:די שטיבל האט א ווסת קבוע, עס איז עולה ויורד יעדע שטיק צייט, ועוד ישמע בערי שטיבל ובחוצות קאווע קול חכמים ומתפלספים בעגלה ובבערל בעל עגלה

בולש*ט און א פוילע תירוץ. עפעס יסודותדיג קומט דא פאר, עס איז 'נישט' קיין צייטליכע דורכגאנג.
איינער שרייבט מיר אין אישי אז דער פראבלעם איז גילוי, ווי פאלגנד:
גוטע שרייבער זענען בדרך כלל נארמאלע מענטשן אין זייער טעגליכע לעבן. זיי זוכן זיך ארויסצוגעבן ערגעץ, און קאווע שטיבל איז אן אנאנימע פלאץ ווי מען האט דאס געקענט טוהן מיט רואיגקייט. משרבו הפריצים, און מען האט נישט אויפגעהערט חקר'ענען טאג און נאכט אין די אידענטיטעטן פון דער און יענער שרייבער, און סעקירן די שרייבערס אין אישי מיט השערות מהשערות שונות ווער זיי קענען אלץ זיין, האבן די דאזיגע שרייבערס געמאכט פליטה פון דאנעט. מה להם ולצרה הזאת? זיי זענען נישט סתם אזוי גע'גט'ע ליידיגגיער וואס האבן די נעכט צום פארשטופען. זיי האבן דזשאבס, זיי האבן ווייב און קינדער. זיי האבן א געזעלשאפט ווי מען מוז זיך אריינפאסן. דער ריסק ווערט צו גרויס. איז מען געבליבן מיט טאקע די פאר טשעפעניאקעס און גריבלערס. די נערנים און טיפשים. די וואס ווילן וויסן צו מען מוז גיין א וועסטל. די וואס ווילן וויסן צו מען זאל אויסטוהן די ווייסע זאקן. דאס איז א דירעקטע תוצאה פון גריבלען אין די אינדענטיטיס. הערשט לעצטע וואך האבן צוויי ניקס מיך גע'אישי'ט מיט א השערה ווער זיי מיינען אז איך בין. די חוצפה דערפון האט מיך אויפגעברויזט עד לב השמים. די חוצפה איז נישט אז זיי קאנטאקטען מיך אין אישי מיט זייערע נערישקייטן. די חוצפה איז אז עס איז בכלל א נושא איבער וואס אונזערע מעמבערס זענען פארנומען. איי מין (כלשונך תמיד...), ווילט עטס נישט ווייטער נהנה זיין פון גוטע שרייבערס דא? ווילט עטס נישט א יואב? ווילט עטס נישט א מאראנצןזאפט? ווילט עטס נישט א בענדזשעמין פרענקלין? ווילט עטס נישט א לעיקוואד? ווילט עטס נישט א זר זהב? ווילט עטס נישט א פינטעלע איד? ווילט עטס נישט א קאווע טרינקער? א גוטע שרייבער איז מן הסתם א געלונגענע מענטש אלל ארויאנד, און זוכט יך נישט קיין כבוד און פירסום אז ער פארברענגט צייט אויף א שרייב פארום און איז א הוגה דיעות. סיי פארברענגן צייט און סיי זאגן א מיינונג איבער עפעס איז א שאנדישע עסק ביי אונז, און מען וועט מוחל זיין די טובות וואס קאווע שטיבל טראגט אן אויב דאס נארמאלע חלק פון א שרייבערס לעבן וועט געטאטשט ווערן מיט א כי הוא זה. מען מוז אויפהערן מיט דער גריבלעריי. נישט נאר מיט'ן סעקירן יענעם אז מען ווייסט בלא בלא בלא, נאר מיט'ן עצם גריבלען מוז מען אויפהערן. עס טאר נישט זיין א חלק פון דער ענטערטעינמענט פון קאווע שטיבל. הו קעירס ווער עס שטייט אונטער א געוויסע ניק? אזוי לאנג ווי ער געבט סחורה, ער מאכט אן הנאה, לאז איהם לעבן. די שוטים פון דא וועלן אבער קיינמאהל נישט פארשטיין אזא טענה. אז איינער האט נישט ווי אנצוברענגען זיינע טעג, און ער האט נישט גענוג חונן הדעת צו שרייבן עפעס אינטעליגענט, מה יעשה הבן שלא שלעכטער? ואת אשר שָׂם ד' בפי אותו דיברתי.
כוכב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1998
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 3609 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4869 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך יוני 18, 2014 2:37 pm

על פי בקשה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך איך אויך אום מיטוואך יוני 18, 2014 3:02 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 4749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

הודעהדורך דריידל » מיטוואך יוני 18, 2014 2:54 pm

לאמיך דיר זאגן, כוכב. איך ווייס ווער די ביסט און ס'שוין סייווי נתגלה קלונך ברבים און ס'נישטא ווי צו אנטלויפן. דיין איינציגסטע האפענונג קען זיין אויב די נעמסט דיך שרייבן אז ס'זאל גיין א רויך וועסטי כאטש פארדינען אפאר לייקס. אדערווייס איטס אווער.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1025
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1192 מאל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך יוני 18, 2014 2:56 pm

הלוואי ווען איך ווייס ווער איך בין. כבין יעדע טאג עפעס אנדערש. וואויל איז דער מענטש וואס קען זיך אליין. דער מהר'ל שרייבט אויף א פלאץ אז דאס איז די ערשטע תנאי אין עבדות ה'.
כוכב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1998
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 3609 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4869 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron