ווערט אן "אחראי"!

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
באניצער אוואטאר
באריסטא
מנהל
מנהל
הודעות: 716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 7:28 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל
קאנטאקט:

ווערט אן "אחראי"!

שליחה דורך באריסטא »

תודה לא-ל אז אין די עטליכע חדשים וואס "קאווע שטיבל" עקזיסטירט האט זיך עס אויסגעברייטעט צו פילצאליגע פארומס און הונדערטער הודעות טעגליך. מיר האלטן א כסדר'דיגן אויפזיכט איבער אלעם וואס ווערט געשריבן, אז ס'זאל שטימען מיט די פרינציפן פון דעם ארט, ווי אויסגעשמועסט אין דעם "ווארט פאר דעם נייעם מעמבער". פארשטייט זיך אז עס מאכט זיך כסדר אז מ'דארף זיך אפגעבן מיט פירן טעמעס צו זייערע ריכטיגע ערטער, פארמעקן א ווארט אדער הודעה, און אנדערע אנגעלעגנהייטן אז "קאווע שטיבל" זאל קענען האבן די ריכטיגע צורה, און דינען דעם ציל. יעצט, ווען מיר ברייטערן זיך נאך מער אויס, און בעיקר זיך גרייטנדיג צו עפענען דעם לאנג-ערווארטעטן פריוואטן פארום, ווילן מיר אויסברייטערן די מעגליכקייטן פון די חשוב'ע חברים.
ווי מיר האבן שוין אויסגעשמועסט, וועט דער פריוואטער פארום פארמאגן א שטרענגער צענזור כדי צו היטן אז עס זאל זיין דינען דעם ציל פון אן ארט וואו ערליכע חרדישע אידן קענען זיך צונויפשמועסן בדיבוק חברים על דרך ישראל סבא. כדי דער כסדר'דיגער אויפזיכט וואס וועט זיך אויספעלן זאל זיין אפעקטיוו, וועלן מיר געבן פאר א מספר מצומצם פון חברי השטיבל פארשידענע רעכטן וועלכע זענען ביז היינט געווען עקסקלוסיוו פאר מנהלים. אט די "אחראים", ווי מיר וועלן זיי רופן, וועלן האבן די מעגליכקייט צו פארמעקן הודעות תיכף ווי נאר זיי באמערקן אז זיי טויגן נישט. די הודעות וועלן דאן מער נישט געזען ווערן, אבער אויב עס וועט אויספעלן וועלן זיי קענען צוריקגעשטעלט ווערן דורך די מנהלים.
די פריווילעגיעס וועלן נישט זיין באגרעניצט בלויז פאר דעם פריוואטן פארום. אן אחראי וועט קענען נוצן די פונקציעס אויך אין די אנדערע פארומס, אויב עס וועט אמאל אויספעלן.
וכאן המקום להודיע אז ווער עס וויל ווערן אן אחראי מיטצושטיין מיט דעם אויפזיכט אויף אונזער/אייער שטיבל, זאל זיך מעלדן צו איינעם פון די מנהלים. ווי געשריבן, בלויז א מספר מצומצם אחראים וועלן אנגענומען ווערן.
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 623
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 349 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך smart »

עס איז זייער א ריכטיגע וועג וואס עטס נעמט און וויכטיג דערצו, און נאר אזוי וועט מען קענען אנגיין,

אבער אינעם איצטיגען מצב לויט מיין טאג אויסשטעל בין איך צו פארנימען זיך צו קענען אינטערנעמען, אבער עוד חזון למועד אפשר וועט אנקומען די צייט וואס איך על מיר קענען מער אריינלייגען

עס בלייבט צו ווינטשען כה לחי!! האלט אן ענקער ארבעט ביתר שאת וביתר עז אין דער אייבערשטער זאל ענק געבן די כח, געלט, און צייט, עס אנצוהאלטען מיטן פילען שטארקייט און טעמפא!

ב.ד.וו. ווען גייט זיך טאקע עפענען די פריווטא פארום? (פשוט האסט עס דערמאנט פרעג איך)
א גוטן טאג אייך!
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 321 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

אויב איך מעג פארשטיין.

וואס איז די ציהל פון לייגן אן הודעה אין פובליק איבער ווערן אן אחראי?

די הודעה איז דען געצילט פאר יעדעם איינעם? אזא איינעם ווי מיר, למשל, וואס איך בין דא כמעט מיום הווסדה פונעם שטיבל, אבער שרייבן בין איך גאר גאר קנאפ אקטיוו. איך ליין כמעט אלעס, לויט ווי מיין צייט ערלויבט, אבער רעאגירן טוה איך נאך ווינציגער, צוליב טעכנישע סיבות. צו אזא איינעם איז דאך דער הודעה זיכער נישט געצילט.

ווידעראום די וואס שרייבן גאר אפט, אבער טאקע דערפאר זעהט די הנהלה אז זיי זענען נישט קוואליציפירט צו זיין מנהל אדער אחראי, צו זיי איז דאך די הודעה אויך נישט געצילט.

אלזא, די הודעה איז געצילט צו א גאר א קליינע ענגע צאהל שרייבער. טא וואס פעלט אויס די מעלדונג אין פובליק? פארוואס שיקט מען נישט צו די קליינע צאל שרייבער וואס קוואליציפירן פאר דעם אמט, א פריוואטע הודעה און זאלן זיי מחליט זיין צו זיי ווילן עס אננעמען צו נישט?

אין יעדן פאל, הצלחה צו דעם עווענטועלן אחראי!!!

----
נ.ב. איך באנוץ מיר יעצט מיט די שנעלע תגובה קנעפל. דאכט זיך מיר אז די רי"ש פון שנעלער איז איבעריג. דא איז די ווארט שנעל א שם תואר נישט א פועל. לכאורה במקום שנעלער תגובה צ"ל שנעלע תגובה.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

שליחה דורך זר זהב »

נ.ב. איך באנוץ מיר יעצט מיט די שנעלע תגובה קנעפל. דאכט זיך מיר אז די רי"ש פון שנעלער איז איבעריג. דא איז די ווארט שנעל א שם תואר נישט א פועל. לכאורה במקום שנעלער תגובה צ"ל שנעלע תגובה.

אפשר מיט די שנעלעם ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6778 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך זע אז מיר האבן שוין ב"ה אן אנאנימע אחראי און ס'טוט זיך שוין א מעקעריי.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2716
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1631 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

געפילטע פיש האט געשריבן:איך זע אז מיר האבן שוין ב"ה אן אנאנימע אחראי און ס'טוט זיך שוין א מעקעריי.


ב"ה געלויבט אויף דעם.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
אלבערט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 241
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 8:36 pm
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

שליחה דורך אלבערט »

געפילטע פיש האט געשריבן:איך זע אז מיר האבן שוין ב"ה אן אנאנימע אחראי און ס'טוט זיך שוין א מעקעריי.

וואו זעסטו דאס?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6778 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דולה ומשקה האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:איך זע אז מיר האבן שוין ב"ה אן אנאנימע אחראי און ס'טוט זיך שוין א מעקעריי.


ב"ה געלויבט אויף דעם.

איך ווייס נישט פון ווי דיין אויפברויז אויף מיר שטאמט? איך האב געפרעגט א שאלה אין די העלבראנץ אשכול סתם צי וויסן ווער דער וואלדמאן איז, א עסקן, א בנש"ק, א שלום בית מאכער, טעראפיסט, נישט לקנטר חס ושלום, נאר ווייל קאנטרארי טו פאפולער ביליף, איז נישט יעדער דא אין ק"ש א סאטמערער אנהענגער, און כ'נאר געוואלט פארשטיין פון וואס ס'האנדעלט זיך דא. איך האב געהאלטן אז ס'נוגע לענין, אבער משום איזה סיבה האבן די אחראים אפגעמאכט אז זיי עפענען א באזונדער אשכול פאר דעם.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שליחה דורך ידען »

געפילטע פיש האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:איך זע אז מיר האבן שוין ב"ה אן אנאנימע אחראי און ס'טוט זיך שוין א מעקעריי.


ב"ה געלויבט אויף דעם.

איך ווייס נישט פון ווי דיין אויפברויז אויף מיר שטאמט? איך האב געפרעגט א שאלה אין די העלבראנץ אשכול סתם צי וויסן ווער דער וואלדמאן איז, א עסקן, א בנש"ק, א שלום בית מאכער, טעראפיסט, נישט לקנטר חס ושלום, נאר ווייל קאנטרארי טו פאפולער ביליף, איז נישט יעדער דא אין ק"ש א סאטמערער אנהענגער, און כ'נאר געוואלט פארשטיין פון וואס ס'האנדעלט זיך דא. איך האב געהאלטן אז ס'נוגע לענין, אבער משום איזה סיבה האבן די אחראים אפגעמאכט אז זיי עפענען א באזונדער אשכול פאר דעם.

איך פארשטיי נישט אויף וואס דו גייסט ארויף.

צו וועם רעדסטו?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

מסתמא האט עס געדארפט גיין אין אישית צו איינעם
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6778 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ידען האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אויף וואס דו גייסט ארויף.

צו וועם רעדסטו?

אויף אונזער חשובער חבר הרב דולה, עס זעהט אויס אז די יוסל וואלדמאן אשכול האט עם שטארק פאראיבעלט.

דולה ומשקה האט געשריבן:איך פרעזענטליך בין א שטארקע מתנגד צום גאנצעל אשכול בין לימין בין לשמאל,
איך דער גיי נישט און קען נישט אראפ שלינגען דער עצם פאקט פון אזא אשכול דא אונעם קאווע שטיבל.
נישט קיין אינטערשייד ווי אזוי דיין השקפה איז בנוגע הנידון דאס איז א עקל,
איך קען דאס נישט פארשטיין ווי אזוי ווען דער פארברענגען אפטיילונג ווערט שטילע פון דעם צרעת הבהרת קומט אין מאכט זיכער צוריק אראפ צו שלעפן דעם אפטיילונג צו... וד"ל



דולה ומשקה האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:איך זע אז מיר האבן שוין ב"ה אן אנאנימע אחראי און ס'טוט זיך שוין א מעקעריי.


ב"ה געלויבט אויף דעם.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4713 מאל

שליחה דורך יידל »

געפילטע, איך האב א צד אז דולה האט געמיינט דעם ב"ה סארקאסטיש.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6778 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יידל האט געשריבן:געפילטע, איך האב א צד אז דולה האט געמיינט דעם ב"ה סארקאסטיש.

אויב אזוי ציה איך צוריק פון די גאנצע מעשה, ליבטל וליהוי כעפרא דארעא.
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 321 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:נ.ב. איך באנוץ מיר יעצט מיט די שנעלע תגובה קנעפל. דאכט זיך מיר אז די רי"ש פון שנעלער איז איבעריג. דא איז די ווארט שנעל א שם תואר נישט א פועל. לכאורה במקום שנעלער תגובה צ"ל שנעלע תגובה.


א היבש שנעלע רעאקציע פון די אחראים איבער די ווערטער אויסלייג פונעם סייט. שנעלער ווי איך האב מיר גערישט.
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך sunbar »

איי עם אוועילעבל...
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

אין א אנדערע אשכול האסטו זיך אפגערעדט אויף די אחראים, און דא גלוסטו צו זיין איינער פון זיי?
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך sunbar »

שמואל הלוי האט געשריבן:אין א אנדערע אשכול האסטו זיך אפגערעדט אויף די אחראים, און דא גלוסטו צו זיין איינער פון זיי?


קודם כל, איך האב מיך נישט אפגערעדט. איך האב געפרעגט ווי לאנג עס דארף צו געדויערן ביז מען באקומט אן ענטפער...
(די מנהלים/אחראים זענען אונז גארנישט שולדיג... איך פארשטיי אויב עס נעמט אביסל לענגער צו באקומען א ריפליי.. .)

צווייטנס, טאקע משום האי טעמא האב איך געפרעגט אויב מען דארף נאך אחראים...
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6285
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8974 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2859 מאל

שליחה דורך איך אויך »

איך בין גרייט עס צו געבן א טריי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2054 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

איך אויך
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 849 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך אויך
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6285
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8974 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2859 מאל

שליחה דורך איך אויך »

האב איך שוין דריי וואטס פאר מיר..
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1137 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

עס איז אזוי מאדנע
קאווע שטיבל האט אזויפיל שיינע אינטערסאנט אשכולות מלא וגדוש, און ציליב איין סענסעטיווע זאך וואס אסאך ניקס דא זענען זייער סענסעטיוו דערויף ציליב דעם גייט מען אוועק מאכען די גאנצע זאך דא?
איך זע איין זאך, וואס מען לערנט אויס א קינד ווען ער איז קליין דאס בלייבט אויף שטענדיג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
מען האט אין ענק סאטמערע חסידים אריינגעהאקט און געבראקט איבער די הייליגקייט פון דער רבי זכותו יאגיין עליינע, און איבער די גערעכטיגקייט פון די שיטה און דאס בלייבט אזוי קלעבען צי ענקערע נשמה אז ענק סאטמארע חסידים קענען זיין זייער זייער זיס און געשמאק אבער אויב רירט מען צי צי דעם גלויבינג ווערען ענק אזוי ווילד אז מען דארף זיך רייבען די אויגען צי זען ווי ענק זענען משנה צורה און קול פון איין רגע צי די צווייטע
ווילאנג מען רעדט פון עפעס אנדערש איז אלעס אקעי, אבער אך און וויי טאמער איינער רעדט וועגען דער רבי און זיין שיטה, פשיהא! א גאנצע איבערקערענישט נייע גבאים אחראים פרעג נישט ממש א פסח קליניג, אזאש אז מען הייבט שוין אן צי באלויבען די יושבי חושך וצלמות אין אייוועלט
זאגטס עטץ גייטץ פארהערען די נייע אחראים דעם ספר ויואל משה אדער די נשא תורה?
בכלל זענען זייער אסאך סאטמרערע אזוי, זיי קענען עובר זיין על כל התורה אבער צים כותל וועט ער נישט גיין, ווען איך זע דאס זאג איך געב א קיק וואס מיינט "חינוך" אויף א יונג קינד! שטעלט אייך פאר ווען מען זאל אזוי אריינהאקען גאט און זיין תורה אין די קינדער ווי די סאטמערע האבען אריינגעהאקט דעם רבין אין זייער קאפ, שטעלט אייך פאר ווי שיין מיר וואלטען אויסגעזען

הערט אויף צי ווילדעווען, יא סאטמערע רבי איז געווען א רבי ווי אלע רבי'ס א בשר ודם א טייטלבוים און ער האט געהאט רעכט צי האבען א מייניג און אנדערע האבען געהאט רעכט נישט צי קויפען זיין מייניג, עס איז דעמאקראטיע אויף די וועלט! און ער האט געהאט רעכט צי האבען גבאים ארים זיך וואס האבען עם געקענט פירען ביים נאז פינקט ווי יעדער אנדערע רבי
אין מיינע אויגען איז ר' אהרן גארנישט ווייניגער ווי ער
איין חילוק, ר' אהרן האט זיך פארפליישיגט מיט משה גבאי און ר' יואליש איז געקימען אויף א נייע פעלד נאכען קריג מיט א באנדע נשמות נשברות און ער האט געהאט א גרינגע פאליטישע פיעלד מעבר לזה, פינקט ווי מען קען נישט אוועק מאכען ר' אהרן'ס גאונות און געוואלדיגע כח הדרוש און מנהיגות די זעלבע מיט ר' יואליש, איי צי דען בין איך מסכים צי אלעס וואס ר' אהרן טיט? ניין! ער מעג זיין ווי גרויס ער איז אבער ער איז פארט א מענטש און פארט א טייטלבוים און האט גבאים נאז פירער
הערט אויף מיט די שטותים און הייבט אייך אביסעלע העכער דעם צימצום
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 849 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
רעאגיר