נטורא קרתא: די בחורים דארף מען בידים הרג'ענען רח'ל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

נטורא קרתא: די בחורים דארף מען בידים הרג'ענען רח'ל

שליחה דורך כוכב »

אין דער צייט וואס אידישע הערצער בכל מקומות מושבותיהם צאפלען פאר שרעק איבער דאס וואוילזיין פון די דריי ישיבה בחורים וואס זענען פארכאפט בידי רשע, און מ'קוקט ארויס אויף זייער באלדיגע באפרייאונג, האט די עקסטרימיסטישע נטורא קרתא באוועגונג ארויפגעשטעלט א דרשה אויף זייער האטליין וואס דארף רח'ל פארשטעלן דעם אמתע'ן דעת תורה אז די בחורים זענען מחויב גאר מיתה בידים ווייל זיי זענען רודפים ומוסרים ואפיקורסים עפ'ל.
בושנו ונכלמנו, אבל אשמים אנחנו, עס איז א בושה און א חרפה אפילו איבערצוזאגן זייער בלוט דורשטיגע רייד, מי יגלה עפר מרן הרבי זי'ע, וואס וואלט ער געזאגט צו אזעלכע דברי דופי, נעמען קנאות דקדושה און דאס פארוואנדלען אין רציחה גמורה און ענדלאזע רשעות.
3 יונגע אפרוחים, תלמידים בבתי ספר, קינדער פון אברהם יצחק ויעקב, שומרי תורה ומצות, זענען בצר, זענען במיצר, אין א שרעקליכער סכנה, ואין איש שם על לב.
וואס דארפן מיר זיך לערנען דערפון?
די שעדליכקייט פון ראדיקאליזם אין יעדער רעליגיע! אז מפארלירט די גבולים, מהאט נישט די כוח ההבחנה, מאיז זיך נישט מיחס צו קיינעם, נישט דא קיין שום הכנעה, יונגע שועלים נערים מתורה ממצות מחכמה נעמען שטעלונגען אויף עניינים וואס זיי זענען בכלל נישט באהאוונט ועומדים ברומו של עולם, קומט מען צו צו אזא מצב, און סוועט נישט נעמען לאנג, מהאלט שוין נישט קיין סך ווייטער פון זעלבסטמערדער זאלן זיך אויפרייסן אויף באסעס פול מיט מאמעס און פיצלעך קינדער.
והוקע אותם נגד השמש, אונז גענוג פארשעמט, עס דארף דערהערט ווערן א קול מחאה, די פראקציע האט פורץ געווען אלע גבולים מיט זייער אומאויפהערליכע מאראטאן פון רשעות און שלעכטס, מדארף זיי עוקר מן השורש זיין, גענוג אידישע פרנסות מקפח געווען, גענוג אידיש בלוט געצאפט, זיי זענען דא צו צעברעכן, סתירת נערים סתירה, יסכר פי דובר שקר, הבל יפצה פיהם, כולנו למערכה נגד הרוצחים הרשעים קשר בוגדים, מטאר דאס נישט צו לאזן, באסעס יסע בעדפארד ביי די הייוועי, ולה' הישועה.

דער אשכול פארמאגט 56 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר