היימישע פאלקלאר און דיכטונגען

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

היימישע פאלקלאר און דיכטונגען

שליחה דורך כוכב »

לעצטנס האב איך מיך שטארק אריינגעלייגט אין אונזער רייכער היסטאריע פון מעלאדיע און פאלקלאר ניגונים, און וואס א טאג מער עס גייט דורך ווער איך מער איבערראשט איבער דעם גייסטרייכן ענדלאזן קוואל די מוזיק-היסטאריע פון דעם עם חכם ונבון איז באשאנקען.

פאר ווער ס'ווייסט, שלאגן אונזערע ווארצלען טיף טיף אין חכמת המוזיק והפיוט, עמוק עמוק מי ימצאנו, אזש סלאזט זיך גאר זאגן אז כל אומה ולשון, יעדע ראסע און שטרעמונג, איז אויף איין וועג אדער דער אנדערער אינספירירט געווארן פון אונזערע אוצרות.

ארינגייענדיג טיפער האב איך מיך גענומען צענעמען און חקרנ'ען די היסטאריע און באדייטן פון געוויסע ספעציפישע וועלט באקאנטע ניגונים, וואס מיר אלע קינד און קייט זענען אויפגעוואקסן און אויפגעהאדעוועט געווארן דערמיט, קאמפאזירונגען, מעלאדיעס און פאעטן וואס האבן אונז באגלייט אין אונזער יוגנט, און איבערגעלאזט א באדייטנדע אימפערסיווע השפעה אויף שטענדיג.

נאך מי און פלאג איז מיר געלונגען צו מאכן באגריסווערנדע פארשריט אין דעם פעלד, און איך וויל דא פרעזענטירן את אשר העלה במצדתי פאר'ן ברייטן פובליקום, בעזרת קל גיבור ונורא. צום ערשט וועל איך אנהויבן מיט דעם קלאסישן בענקענדן ניגון וואס איר אלע געדענקט נאך פון וויגעלע ארויס און ברענגט ארויף נאסטאלגישע זכרונות, ווי פאלגנד:

ס'רעגנט ס'גיסט
די אלטע באבע הוסט
ס'קומט א פאליס
און ס'געט א שיס

צום ערשט דארף מען באוואונדערן די אומנות פון די גראמען, עס איז איבריג צו באטאנען די קונסט דערפון, ווי ממש יעדע צוויי זאצן גראמען וואונדערליך איינער מיט'ן צווייטן.

צו וויסן דעם מקור פון דעם ניגון האב איך מיך פארבינדן מיט אן אלצווייסער וגוגל שמו, והעלה חרס בידי...
שטעלט ענק פאר וואס פאר א מיסטעריע עס נעמט ארום דעם ניגון, עד כדי כך, אז אפילו גוגל ווייסט נישט מבטן מי יצא את השירה הזאת.
איז כדרכו פון די וויסנשאפטלער און די אקעדעמיקער, העל איך מיך נעמען צו די טעקסט אליין און צענעמען צושטייטלעך דעם ניגון, טריט נאך טריט, און אפשר וועלן מיר צווישן די שורות טרעפן מרגליות טובות וואס וועט ווארפן א ליכט אויף דעם אפשטאם פון דעם ניגון.

מיין השערה איז, אז דער ניגון איז ווארשיינליך נתחבר געווארן אין די לעצטע עטליכע צענדליגער יארן, נאך דער צווייטער וועלט קריג. אויך בין איך ביי דער מיינונג, אז דער ניגון איז פארפאסט געווארן אדער אין אמעריקא אדער אין ענגלאנד, וכדומ', א לאנד וואו מ'רעדט ענגליש, ואפרש מעמדי:
נעמט די ערשטע צוויי גראמען: 'גיסט' איז מיט א חיריק יו"ד, און 'הוסט' איז בשורשו מיט א מלאופים. אז די צוויי ווערטער זענען צוזאמענגעשטעלט אלס א גראם, מוז זיין, אז דאס איז געטון געווארן דורך אן אשכנזישער איד מיט א חסידישן לעצטיגן דיאלעקט, וואס האט געמאכט פון חיריק, שיריק און מלאופים, אלעס איין. האמיר שוין איין גרויסן אויסטרעף.
נאך א נקודה: מ'זעט אז דער פאעט האט זיך באנוצט מיט'ן ווארט 'פאליס'. דאס באדייט פאליציי אויף דער ענגלישער שפראך, און איז מיט די יארן פאראידישט געווארן. דאס ברענגט צו די מסקנה, אז דער ניגון איז נתחבר געווארן דורך א אידיש-ענגליש רעדנדער פערזאן.

א סברא זאגט אז דאס האט א קינד געמאכט, ווייל קינדער זענען אלעמאל פארנומען מיט די פאליציי: איך וועל רופן די פאליס, איך וועל זיין א פאליס, וכדו,' אבער דאס איז שוין נישט אזא שטארקע ראי,' און מ'קען זיך אפשר דינגען.

איז הכלל, לא בזכותי אלא בזכות אבותי, האמיר זוכה געווען אריינצוברענגען א נייער דערהער און באדייט און דעם ניגון עתיק וואס איז געווען טמיר ונעלם פאר יארן לאנג.

די צווייטע ניגון אין וועלכן איך האב מיך פארטיפט איז שוין מער א שווערערע און פארצווייגטע סוגיא, ווארום מ'טרעפט כמעט נישט אז די פריערדיגע זאלן רעדן דערפון. עס איז דע פארשידנארטיגע נוסחאות, אנדערע האבן א צווייטע ווערסיע אין דעם ניגון. מיר ברענגען עס וויאזוי עס איז אונז באקאנט. דא האט איר דעם טעקסט:

אברהמ'לע מלמד ליגט אין בעט
מיט א שמאטע צוגעדעקט
אוי וויי
געב מיר טיי
די טיי איז ביטער
געב מיר צוקער
די צוקער איז צו זיס
לעק דיין פוס
די פוס איז קאלט
גיי אין וואלד
אין וואלד האב איך מורא
לערן תורה
די תורה איז צו הייליג
עס בייליק
די בייליק איז פארדארבן
המן איז געשטארבן
א גוט מארגן

אט דער וואונדערבארער זמר מיט גאנצן אייגנארטיגן באצויבערנדן חן עס טראגט, איז עס אבער דאך איינגעוויקלט אין א שווערן נעפל. ווארום, ביז "די צוקער איז צו זיס" קען מען נאך עטוואס פארשטיין דעם המשך, און ארויסנעמען א שטיקל משמעות אין דעם ניגון, אבער פון דארט און ווייטער קלעבט נישט איין ווארט מיט'ן צווייטן.
אבער אז קינד און קייט זינגען און פילעווען אין דעם ניגון, מוז דאך זיין אז עס האט א פשט, ספעציעל אז סאיז יסודתו בהררי קודש פון הבל פיהם של תינוקות של בית רבן שאין בהם חטא, וכידוע וואס די גמ' זאגט אז בזמנינו ליגט די נבואה ביי די יונגע קינדער, קען דאך נישט זיין אז דאס איז סתם געהאקט א טשייניק.

א סברא האב איך געקלערט, אז עכ"פ די ערשטע העלפט איז נתחבר געווארן דורך לאנגווייליגע תלמידים פון אן אלץ-קרעכצעדיגן מלמד מיט'ן נאמען אברהם וואס האט איין טאג געפעלט פון חדר, און די קינדער נוצן זייער פאנטאזיע אויסצו'משל'ען ווי דער מלמד זיצט אינדערהיים און קרעכצט זיך אונטער און לאזט זיך באדינען.

ווידעראום פון דער סיפא פון דעם ניגון זעט זיך אויס אז דאס קומט פון א 'פורים שפיל' ווי מ'זעט אז המן שפילט א גרויסע און אונטעגראלע ראלע אין דעם ניגון, אבער אויף זיכער קען מען דאס נישט זאגן.
דא קענט איר זען א לענגערע אפהאנדלונג פון א בארימטן פראפעסער, איבער די אנדערע ווערסיעס פון דעם ניגון.

אזוי צי אזוי, בלייבט דער ניגון פון די סאמע באקאנטסטע פאלקלאר ניגונים וואס האט אונז אינספירירט און אריינגעברענגט אזויפיל לעבנסלוסט און געשמאק דורכאויס אונזערע יוגנט יארן און וועט ווייטער דינען אלס לערע און אינספיראציע פאר אונזערע קינער און קינד קינדער, וואס וועלן אויף שטענדיג חזר'ן דעם וואונדערליכן געשיכטע פון אברהמ'לע דער מלמד, וועלכער איז עלי דרך לא דרך קונצליך אנגעקומען ביז צום גוט מארגן.

מיינע איבריגע געפינסן איבער אנדערע באקאנטע פאלקלאר מעלאדיעס, ווי צום ביישפיל: איני מיני דיקסא דיני, ענע באנענע באנענע ספליט, שלום עליכם באקסעס, זשאני סטעפס, און וואן פאטעיטע טו פאטעטיטע טרי פאטעטא פור, וועט נאכפאלגן אין א קומענדיגער געלעגנהייט.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר