מה נשתנה: סאטמארע רב'ס שיטה vs היינטיגע סאטמאר,

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

מה נשתנה: סאטמארע רב'ס שיטה vs היינטיגע סאטמאר,

שליחה דורך חזקיהו המלך »

כ'זיץ אסאך מאל און שטוין, וויזוי איז ארויס געקומען פין אזא הייליגע איד ווי סאטמארע רב, מיט זיין הייליגע שיטת הקנאות קעגען רשעי ישראל, וויזוי איז דא צימאל פין די וואס פאריפען זיך אלץ זיינע נאכפאלגער פאלנע שונאי ישראל, וואס האבען פיינט אידען פונקט אדער נאכמער ווי די ערגסטע שונאי ישראל,

איז מיר בייגעפאלען א הסבר אזוי: דער סאטמארע רב מיט זיין ריין הארץ האט געבלוטיגט אז ס'קומען ליידער רשעי ישראל און מאכען אן אזוי פיהל שאדען פאר כלל ישראל ברוחני וגשמי, דערפאר האט ער געפייערט דערקעגען מיט זיין גאנצע הארץ און נשמה, ער האט זיך מוסר נפש געווען זיך צי שלאגען מיט זיי, אבער אין די זעלבע צייט האט ער ליב געהאט יעדעס איד, ער האט זיך אוועקגעגעבען פאר אידענס וועגען, ער איז געווען פיהל מיט אהבת ישראל פאר "אלע" סארט אידען, אין זיין קנאות איז טאקע געווען מושרש אין זיין אהבת ישראל,

אבער ווען ס'קומט צי די היינטיגע "רעליגיע געווארענע קולט" פין שנאת ישראל, ווען אסאך פין די וואס פאריפען זיך סאטמאר האבען "עכט פיינט" יעדע מתנחל וואס ווערט געבוירען און די שטחים, דאס איז פאלנע שנאת ישראל און די שורש איז לכאורה ווי פאלגענד: וויבאלד ס'איז געווארען א OCD משוגעת פין חלילה נישט "נכשל ווערען אין ציונות", ממילא קוקען זיי אן יעדע מתנחל ווי א פאטענציעלע נסיון זייי צי מכשיל זיין אין "ציונות", ס'האט שוין נישט מיט אהבת ישראל, און אפילו נישט מיט קנאות, ס'איז וויבאלד "איך" וויל חלילה נישט נכשל ווערען מיט די "עוון הידוע" פין "ציונות" ממילא יעדע מתנחל און בכלל יעדע ערליכע איד וואס גייט מיט א קופה סרוגה אדער האט עני שייכות מיט די מדינה, יעדע אזא איד קען "מיר שאדען מאכען" דורעך "מיר" אריינברענגען "מחשבות זרות" איבער "ציונות", ממילא "האב איך זיי פיינט", ס'האט שוין גארנישט מיט מיינען דעם אייבערשטען, נישט מיט אהבת ישראל, נאר פשוטע אלטע עגאואיזעם, וויבאלד זיי האבען זיך קאנווינסט אז "א מחשבה זרא פין אזוי געריפענע "ציונות" איז "שרעקליך דעסטראקטיוו" ממילא האבען זיי פיינט אלעס וואס קען זיי חלילה ציברענגען אזא מחשבה, ס'איז א פשוטע עגאיסטישע חשבון, אין האט גארנישט מיט אידישקייט,

ס'איז אזוי ווי איינער זאל פיינט האבען אלע פרויען ווייל ס'ברענגט עים צי נסיונות,

פארדעם צי עוסק זיין און קנאות ברויך מען צי האבען א ריין הארץ אזוי ווי סאטמארע רב האט געהאט,

און כ'וויל ענדיגדען מיט די ווערטער וואס סאטמארע רב האט געשריבען אין אגדות מהרי"ט, ברכות
אמנם אפשר לומר הכוונה, כי בשעה שריב"ז היה חי וקיים, הרי היה הוא מנהיג את הדור, וכולם ראו וידעו את דרכו הברורה וידעו שהוא היה לוחם בבריונים ובשאר דעות נפסדות, ולא היה באפשר לפרש אותו שלא כהלכתו, ובכה ריב"ז ואמר דאחר הפטירה כאשר התלמידים ודורות הבאים יהיו מוליכים אותי, ולא שאני אוליך אותם, מי יודע כיצד יתרגמו אותי וכיצד יפרשו את דרכי וכיצד יציגו אותי בפני הבאים אחרי, וצרה זו גדולה מכל הצרות, ואיך לא אבכה.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר