רעגיסטראציע איז צוריק אפן – א נייע פראצעדור

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
admin
קאווע שטיבל מנהל
קאווע שטיבל מנהל
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 4:03 am
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

רעגיסטראציע איז צוריק אפן – א נייע פראצעדור

שליחה דורך admin »

כדי צו הייבן דעם קוואליטעט פון "קאווע שטיבל" א שטאפל העכער, וועלן פרישע ניקס דארפן ענטפערן עטליכע פראגעס פאר'ן אנגענומען ווערן.

פאלגנד זענען די פראגעס וועלכע ערשיינען אויף דער רעגיסטראציע זייט:

האט איר – אדער האט איר אמאל געהאט – נאך א ניק(ס) אין "קאווע שטיבל"?:
-- אויב יא, וועלכער ניק(ס)?
-- אויב יא, פארוואס דארפט איר האבן נאך א ניק?

פארוואס האט איר באשלאסן זיך אנצושליסן אין קאווע שטיבל?

ביטע ערקלערט אין כאטש צוויי זאצן.

דערציילט איבער אייך
אין כאטש צוויי זאצן, שרייבט איבער אייערע אינטערעסן, מצב, יארגאנג, חסידות, טאלאנטן, שאיפות, פלענער, וכדומה - וואס אימער איר ווילט מיטטיילן מיט אונזערע חברים.

אין וועלכע דריי פארומס ערווארט איר דאס מערסטע צו שרייבן?
ביטע וועלט אויס דריי פון די אלע: קאווע שטיבל, געזעלשאפט, אידישע און אלגעמיינע נייעס, א שמייכל, מידיא ווינקל, מוזיק!, אחיעזר, צימעס, תורה און מחשבה, העמק דבר, ספרים און ביכער, היסטאריע, אנשי שם, וויסנשאפט, שפראך און גראמאטיק, טעכנאלאגיע, קונסט, פריוואטער פארום
-- אויב איינער פון די דריי איז "צימעס", צו וועלכן חסידות (און צו וועלכער פראקציע) געהערט איר?

ווי אזוי האט איר געהערט פון קאווע שטיבל?


די ענטפערס פאר די אלע פראגעס קענען נאר געזען ווערן דורך די מנהלים.

אונזער פאליסי איבער טאפלטע ניקס איז פון היינט און ווייטער ווי פאלגנד: מיר אנערקענען עמיצנס ווילן און צורך אמאל צו מאכן א פרישן ניק. איר דארפט אבער זיין אויפריכטיג דערוועגן מיט די מנהלים. מיר זענען נישט אינטערעסירט קיינעם צו באשטראפן אויב מ'איז נישט אויפריכטיג מיט אונז איבער אנדערע ניקס, אבער אויב וועט זיך מאכן א פראבלעם מיט דעם ניק, און עס וועט נתגלה ווערן אז ער האט פארהוילן פון דער הנהלה זיינע אנדערע ניקס, רעזערווירן מיר די רעכט תיכף אויסצושפארן דעם ניק.

גלייכצייטיג ווילן מיר מודיע זיין אז 521 ניקס וועלכע זענען עלטער פון דריי חדשים און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן, זענען דעאקטיוויזירט געווארן.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

פארוואס וויל די הנהלה וויסן צו וועלכער קרייז עמיצער געהערט?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18700 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19021 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

Tag פארלאנגט עס כדי נישט צו לייגן ק"ש אויפן בלעק ליסט....
וירח ה' את ריח הניחוח
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2270 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

מיט וואס הייבן די דאזיגע שאלות די ניווא פון דער שטיבל? איז דען דא א וועג צו וויסן אויב איינער ענטפערט אויפריכטיג אדער נישט? שיין פון די הנהלה צו זוכן צו פארבעסערן דא, לעצטענס איז עס שטארק יורד געוועהן אחורנית, אבער וואס וועלן די דאזיגע געצילטע שאלות אויפטוהן?
(- - -)
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1137 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

שמעקעדיג האט געשריבן:Tag פארלאנגט עס כדי נישט צו לייגן ק"ש אויפן בלעק ליסט....

:like
באניצער אוואטאר
קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מנהל תשע"ד-ע"ו
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

שליחה דורך קעלנער »

אפטעמיסט האט געשריבן:פארוואס וויל די הנהלה וויסן צו וועלכער קרייז עמיצער געהערט?

נאר אויב דער פלאן איז אז צימעס וועט זיין פון די דריי מערסט באניצטע פארומ'ס.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1137 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

קעלנער האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:פארוואס וויל די הנהלה וויסן צו וועלכער קרייז עמיצער געהערט?

נאר אויב דער פלאן איז אז צימעס וועט זיין פון די דריי מערסט באניצטע פארומ'ס.

און ווי אזוי קען מען זיין זיכער אז ער בלאפט נישט ארים? שפילט פאפא בשעת ער איז ווין?
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8969 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

שוין לאנג געהאלטן אז מ'דארף א טורנסייל ביי די קאווע שטיבל, אזוי ווי ביי די מקוה.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

אין די דריטע שאלה — אן דעם וואס מ'זאל אנגעבן אז מ'פלאנט צו זיין אקטיוו אין צימעס — ווערט מען אויפגעפאדערט (אדער געבעטן) צו מודיע זיין צו וועלכער חסידות מ'געהער. דאס פארשטיי איך נישט פשט. [tag]קעלנער[/tag]

אין כאטש צוויי זאצן, שרייבט איבער אייערע אינטערעסן, מצב, יארגאנג, חסידות, טאלאנטן, שאיפות, פלענער, וכדומה - וואס אימער איר ווילט מיטטיילן מיט אונזערע חברים.
באניצער אוואטאר
קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מנהל תשע"ד-ע"ו
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

שליחה דורך קעלנער »

מ'דארף קלארער מאכן די ווערטער, אבער די כוונה איז אז דער פאטענציאלער מעמבער קען רעדן סיי וואס איבער זיך, און מיר געבן אים נאר עטליכע איידיעס פון וואס ער קען רעדן. אז ער וויל רעדן פון זיין חסידות קען ער דערפון רעדן, אבער ער מוז נישט.
באניצער אוואטאר
קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מנהל תשע"ד-ע"ו
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

שליחה דורך קעלנער »

פישל'ע העררינג האט געשריבן:מיט וואס הייבן די דאזיגע שאלות די ניווא פון דער שטיבל? איז דען דא א וועג צו וויסן אויב איינער ענטפערט אויפריכטיג אדער נישט?



די כוונה פון דעם נייעם מהלך איז צו פארשווערן פאר טראלס צו פירקלען דורך גיין צווישן די טראפן נישט עובר צו זיין אויף דירעקטע סעיפים אין אונזערע פרינציפן.

קודם כל ווערט שווערער דאס עפענען פרישע ניקס סתם פאר'ן צוועק צו זיין א טראל. אויב דער פאטענציאלער ניק וועט זיין אויפריכטיג מיט אונז איבער זיינע ביז יעצטיגע ניקס, וועלן מיר שוין מחליט זיין צי ער האט א נארמאלע סיבה צו עפענען נאך א ניק. אויב וועט ער נישט זיין אויפריכטיג, איז אויך נישט געפערליך ווילאנג ער האלט זיך אין די ראמען און מאכט נישט קיין פראבלעמען. אבער ברגע וואס ער מאכט פראבלעמען וועט די הנהלה נאכקוקן דורך דעם איי פי אדרעס אויב ער פארמאגט נאך ניקס, און אז עס וועט נתגלה ווערן אז ער האט אונז ליגנט געזאגט און איז נישט געווען אויפריכטיג, וועלן מיר קענען אויסשפארן דעם ניק אן קיין שום טענות ומענות, און נישט ווי ביז היינט וואס מיר האבן געדארפט דורכגיין איין ווארענונג נאכ'ן אנדערן, און מיר האבן קיינעם נישט אויסגעשפארט פאר'ן שיקן כאטש 15 (!!) ווארענונגען.

טיטאניק האט געשריבן:
קעלנער האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:פארוואס וויל די הנהלה וויסן צו וועלכער קרייז עמיצער געהערט?

נאר אויב דער פלאן איז אז צימעס וועט זיין פון די דריי מערסט באניצטע פארומ'ס.

און ווי אזוי קען מען זיין זיכער אז ער בלאפט נישט ארים? שפילט פאפא בשעת ער איז ווין?

די ציל איז אז מ'זאל זיך אידענטיפיצירן מיט א חסידות אדער פארטיי און זיין קאנסיסטענט דערמיט. מען זעהט זייער שנעל אויב מ'אידענטיפיצירט זיך מיט א חסידות בלויז אויף צו זיין א טראל, און מיר וועלן דאס נישט צולאזן.

*
ווי עס איז שוין פריער דערמאנט געווארן האבן מיר דעאקטיוויזירט הונדערטער ניקס וואס האבן זיך שוין איינגעשריבן מער ווי דריי חדשים צוריק, און האבן נאך קיינמאל נישט גענומען די מי צו שרייבן. מיר אלע, די הנהלה און אלע טייערע חברים, האבן גארנישט פון א הויכע נומער מעמבערס וואס ערשיינט אויף די הויפט זייט. מיר זענען נאר נהנה פון די וואס רופן זיך אהן, און נעמען אנטייל. דערפאר קומען פרישע רעגיסטראציעס מיט א אינטראדאקשען, ווי די נייע מעמבערס דארפן זיך תיכף פארשטעלן פאר'ן עולם, און האפענטליך תיכף זיך באקוועם מאכן צווישן דעם ציבור.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18700 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19021 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בקיצור... ווי אזוי עס ישיבה'ט זיך, אזוי קאווע'ט זיך...
וירח ה' את ריח הניחוח
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2270 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

עס קומט ענק קרעדיט, מנהלים טייערע, פאר'ן טוהן פעולות צו פארבעסערן דעם שטיבל. כה לחי.
(- - -)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

שליחה דורך כוכב »

דער עיקר פראבלעם פון קאווע שטיבל כהיום איז נישט טראלס. איך קען נישט אויסרעכענען קיין דריי טראלס, אפשר זענען זיי אין צימעס און זאלן זיי דארט טון וואס זיי ווילן נאר.
קאווע שטיבל ליידט פון דעם פאקט אז דער קליענטעל האט זיך געטוישט, אמאל איז עס באשטאנען פון אויבערשטן שטייסל, ומה נעשה אז די עליטע זענען מיד געווארן און מיר זענען איבערגעבליבן מיט פלוידערער און שמועסער.
ובכן, שטעלט זיך די שאלה פאר מורינו רבי קעלנער וכת דיליה וואס מ'קען טון אין דעם הינזיכט, איז דא אן אורזאך פאר דער מאסן עוואקואציע אז עס זאל קענען פארמיטן ווערן?
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2270 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

[tag]כוכב[/tag], איך ווידערהאלל וואס דו האסט געשריבן אין אן אנדערע אשכול: די עליטע שרייבער זענען נישט מיד געווארן, שינה אין ברפידתם. די עליטע שרייבער האבן געפילט די הויט ברענען אונטער זיי פון די אידענטיטי גריבלערס. דאס, און נאר דאס, האט זיי איינס ביי איינס פארטריבען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פישלע העררינג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
(- - -)
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5132 מאל

שליחה דורך ראשעקאל »

ווי איז די לייק קנעפעל?? איך מיין אז דא קימט זיך אפטר לייק'ס פאר עדמינ און קעלנער
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19744
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24836 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15056 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אפטעמיסט האט געשריבן:פארוואס וויל די הנהלה וויסן צו וועלכער קרייז עמיצער געהערט?

באמערק, אז די הנהלה האט נאר פארלאנגט צו ענטפערן אויף די פראגע אויב איינער פלאנט צו שרייבן אין צימעס פארום. דאמאלס איז דאך פארשטענדליך פארוואס מ'פרעיגט די שאלה. די הנהלה וויל האלטן אן אויג אז ס'זאל נישט אויסברעכן קיין וועלט'ס מלחמה אויב צוויי ניקס וועלכע זענען אנהענגער פון קעיגנגעזעצטע חסידות'ן וועלן, אויף אן עקסטרעימען אופן אטאקירן איינער דעם צווייטן אויף א נישט רעספעקטפולן אופן, מיט פערזענליכע אטאקעס און בזיונות, וואס וועט אראפציען די קוואליטי און רעפוטאציע פון קאווע שטיבל... :? 8-) :roll: :x :P :oops: ;) :( :o
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2054 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

בערל ליין איבער אלעס שטאטער .. ...
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19744
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24836 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15056 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:בערל ליין איבער אלעס שטאטער .. ...

ישמעאל הכהן: איך האב איבערגעליינט. שטאאט און שנעל. לויט ווי איך ליין עס איז די פארלאנג פון די הנהלה צו שרייבן צו וועלכן חסידות מ'געהערט, נאר אויב מ'פלאנט צו שרייבן אין צימעס. אנדערש איז עס נאר א "סודזשעסטשאן", נישט א פארלאנג... :roll: :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 467 מאל

שליחה דורך מ גפני »

טיטאניק האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:Tag פארלאנגט עס כדי נישט צו לייגן ק"ש אויפן בלעק ליסט....

:like

כ'האב געוואלט געבן א געהעריגן לייק אבער מ'קען עפעס נישט אין דעם אשכול
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1673
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6300 מאל

שליחה דורך יואב »

איך בין יא אין שטיצע פון דעם נארוואס רעפארמירטן אימיגראציע געזעץ, און ס׳איז צו באגריסן אז דאס איז פיינעלי אריין אין עפעקט בשעה טובה ומוצלחת.

אפילו ס׳גלייבט זיך אז ס׳וועט געלונגען פאר עטליכע מאניאקן איבערצוקלוגען די נייע זיכערהייט מאסאנאמען וואס וועלן האפנטליך אינפארסירט ווערן דורך די געטרייע שומרי הגבול, וועט דאס אבער פארט פארשווערן די מאסן פראדוקציע פון פרישע ניקס, וועלכע יאווען זיך דא מיט א ווילדן הפקירות, און שלעפן אראפ דעם ניווא פונעם שטיבל צו עקסטרעם נידריגע שטאפלן. און יא, דא קומט אריין דאס פראפיילען יחידים.

ס׳גלייבט זיך שטארק אז געוויסע אינטעלעקטואלע ניקס, דרייען זיך ארום דא מיט מערערע פאספארטן. קען טאקע זיין ס׳איז לצנות׳דיג, בפרט אז טייל מאל נעמט דאס אונטער אזא ״הוא מותיב והוא מפרק״ צוגאנג, בכדי צו קענען נאכקומען געוויסע צוועקן אדער סיי וואס.

ס׳איז אפשר נישט אנשטענדיג, און קען פארפירן ליינער. למעשה אבער דעליווערן זיי פרישע סחורה חדשים לבקרים מיט יעדן ניק באזונדער, און זייערע מאסקעס גיבן צו חומר און קאליר צום שטיבל. איז דאס פארט אנדערש, ואיש את ניקו יעזורו, ולניקו השני יאמר חזק, עד שיבא ניקו השלישי ויכריע ביניהם. מ׳קען נישט זאגן ס׳ברענגט שאדן, ווארום דער אמת איז אז ס׳איז פונקט פארקערט. ס׳ציפט נאר אביסל, פארוואס ס׳איז טאקע נישט דא באזונדערע ניקס וואס זאלן ערמעגליכן דעם שטיבל, אנגעפילט צו ווערן מיט תורה ומדע.

איך דיסעגרי מיט [tag]כוכב[/tag]. מ׳דארף נישט יעצט אריינקלערן אין דער סענסיוויטעט פון דעם ״טראל״ טערמין, און ווי אפט ס׳קען גענוצט ווערן.

דער פאקט איז: ס׳מערן זיך משוגעים און סאבאטאשניקעס דא, ווי אינסעקטן ביי די פאפא שויערס. און צוליב דער גרעניצלאזער טאלעראנץ ס׳ווערט געשאנקן פאר יעדן יחיד, ווערן זיי שרעקעדיגער, ראדיקאל און גרעסער מיט וואס א טאג ס׳גייט פארביי.

בעת וואס פאר דעם מאכטלאזן ליינער בלייבט נאך פילע קווענקלענישן איבער צו פאסן א מסקנה, יענעם קריכער צו נודניקעזירן, דרייט זיך יענער ארבעטלאזער מפגר אויף דער ברייטער אינטערנעץ, און טוט ענטשיידן פרוכט רעטענישן, צו פארפולקאמען פרישע ד׳ מינים סעטס. און לאנג דארף נישט געדויערן ביז ער באוואפנט זיין נייעם ניק מיט דער ישן נושן׳דיגער פרישקייט, און שפאצירט אריין אין שטיבל ולולבו שלופה בידו, גרייט אפצורעכטן זיינע ווילדע נענועים אויף אלע ריכטונגען ברוב עם, ולמשוגעים היתה אורה.

אפשר דרייען זיי זיך אין צימעס? כ׳ווייס נישט, איך ליין נישט דארט. למעשה אבער ווערן צאללאזע אשכולות לענגאויס די ראמען פון אלע פארעמס וואנדעלעזירט מיט צימעס גראפיטי. איך גלייב אז דאס קען מעיד זיין סיי ווער ס׳באזוכט נאר קאווע שטיבל.

מ׳זאל זיי דערפאר אויסשפארן? לאו דוקא. אבער זאלן זיי בלייבן מיט איין ניק, און ארויפגעלייגט ווערן אויף בירטה קאנטראל.
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 467 מאל

שליחה דורך מ גפני »

יואב אשפוג אשפגתי!!! שפתים קישאק במלוא מובן המלה
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8969 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די סאבאטאזש אנכי וועלט'ניק'ס האבן געלאזט דא זייער אפדריקן. נישטא קיין לייק קנעפל אין דעם אשכול.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
רעאגיר