רעגיסטראציע איז צוריק אפן – א נייע פראצעדור

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1084 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

שמעקעדיג האט געשריבן:בקיצור... ווי אזוי עס ישיבה'ט זיך, אזוי קאווע'ט זיך...

איך גזוכט די לייק באטטאן.
וואס שרייב איך אריין אין "חסידית"?
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מנהל תשע"ד-ע"ו
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

שליחה דורך קעלנער »

די נייע פראצעדור איז נישט ענדגילטיג, און מיר וועלן נאך מעגליך אביסל טוישן אין לויף פון די קומענדיגע פאר טעג.

איך וויל דא אויסקלארן צוויי נקודות.

1) איינע פון די פראגעס איז ווי פאלגענד:
You.JPG
You.JPG (26.78 KiB) געזען געווארן 4000 מאל

דאס מיינט נישט אז א נייער מעמבער דארף רעדן פון די אלע זאכן, נאר אז ער זאל זיך אינטראדוסען פאר אונזערע מעמבערס, און מיר זענען נאר מציע טאפיקס פון וואס ער קען רעדן. מ'דארף נישט געבן קיין שום אינפארמאציע וואס קען אים אידענטיפיצירן. די איינציגסטע פאל ווען מיר פארלאנגען צו וויסן מיט וועלכן חסידות איינער אידענטיפיצירט זיך איז נאר אויב ער פלאנט אז צימעס זאל זיין פון זיינע דריי מערסט באנוצטע פארומס. דאס פאלגענדע איז א פאסיגע ענטפער צו די שאלה, אפילו עס אידענטיפיצירט גארנישט:
שלום עליכם, איך בין א אידיש קינד, און איך קום דא קיין קאווע שטיבל אנטיילצונעמען אין די שמועסן. איך האב הנאה פון דעם פלאץ, בפרט פון ... פארום/אשכול, און איך האף אז איר וועט הנאה האבן פון מיר. איך האב אסאך אינטערעסן, און עס איז שווער אויסצורעכענען עפעס ספעציפיש.

נאך איינס:
שלום עליכם טייערע אידן!! עעעעעענדליך האב איך מיך שוין איינגעשריבן!! איך לאקער שוין אויף ענק חברה אפאר חדשים, און איך האב נאך נישט גענומען די מי אריינצוטאנצן אין די קאלטע וואנע. איי איי איי אשר קרך. יעצט גיימיר דא שרייבן אז ס'זאל גיין א רויעך, און עטץ זייטס מיר מקרב ווי ס'פאסט פאר בני אברהם יצחק ויעקב.

2) אלעס וואס דער נייער מעמבער ענטפערט קען געזען ווערן בלויז דורך די מנהלים. אבער די איין פראגע וואס איך האב צוגעברענגט ווערט ארויפגעשטעלט אין פובליק, ווי עס שטייט קלאר אין דעם קעסטל דארט.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3590 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

עס איז נישט צום באגרייפן די כוחות וואס די הנהלה דא לייגט אריין צו אויפהויבן די ניווא פונעם שטיבל. יעדע שטיק צייט קומען זיי אויף מיט פרישע געדאנקען להרמת קרן השטיבל. איך ווייס נישט פונקטליך די טובת הנאה וואס זיי האבן פון די פילע ארבעט, אבער איך בין זיך זיכער מחי', זאל דער אייבערשטער זיי באגליקן מיט וואס זיי דארפן.

די הויפט מעלה פון קאווע שטיבל איז אז זיי לייגן אריין מער כוחות אין די קוואליטעט ווי אין די קוואנטיטעט. דאס קען מען זעהן ביי דעם אלטן לייק קנעפל וואס איז דא צוגעשטעלט, וואס דאס טוישט די גאנצע צוגאנג פון די שרייבערס, אנשטאט צו זוכן ווי מער צו פירקלן אין די וועלט אריין צו הייבן די מספר התגובות, וועט מען ליבערשט אריינלייגן כוחות אין די קוואליטעט פון דאס געשריבענע און הייבן ענדערש די מספר הלייקס. אין אנדערע אידישע פארומ'ס ווערט אוועקגעמאכט די תועלת פון דעם לייק קנעפל, ווייל מיט דעם ווערט מען גע'פטר'ט פון צולייגן א תגובה צו זאגן ש'כח, און דאס נעמט אוועק א גרויסע צאל פון דאנק-תגובות. אייגנטליך וואס א חילוק צי מען זאגט ש'כח אין א תגובה צי דורך א לייק? די חילוק איז נאר אז ביינונז וועט מען אויסדרוקן א דאנק מיטן לייק קנעפל, און אינעם געשריבענע תגובה וועט מען שוין אויך צולייגן נאך אן אינטערעסאנטע נקודה צום שמועס, וואס דאס וועט נאר צוגעבן צום קוואליטעט פונעם שמועס.

יעצט מיט די נייע סיסטעמען וואס מען האט דא איינגעפירט, וועט דאס ברענגען די קוואליטעט צו נאך א העכערן שטאפל. אין ריעל לייף זעהט מען אז עס איז מער געשמאק צו פירן א שמועס מיט א מענטש וואס מען קען שוין, ווי מיט א פרעמדן. א מענטש וועם מען קען און מען ווייסט מער ווייניגער זיינע שיטות און נויגונגען, איז גרינגער צו שמועסן מיט אים מען ווייסט בערך וואס יענער וויל און צו וואס ער ציהלט, און מען פארשטייט זיך בעסער מיט אים. און די זעלבע איז אויך מיט אנאנימע ניקס, איינער וואס האט נאר איין ניק און מיט דעם באנוצט ער זיך צו אלע פארומ'ס און ענינים, איז געשמאקער צו פארברענגען און שמועסן מיט אים, מען האט בערך ארויס זיין מהלך המחשבה, און לויט דעם קען מען פירן א געשמאקן שמועס. אבער אז עס קומט איינער מיט צען ניקס, און מיט יעדע ניק פירט ער א צווייטע מערכה, איז דאס זייער אומבא'טעמ'ט, עס נעמט אוועק פון די קוואליטעט פון די שמועסן, און ברענגט אראפ די ניווא פון קאווע שטיבל. מיט די נייע פראצעדור פון מער צו קאנטראלירן די טאפלטע ניקס וועט דראסטיש רעדוצירט ווערן דער פראבלעם, און דאס וועט צוגעבן היבש מער רואיגקייט צו דעם אזוי אויך רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען.

דער נייער איינפיר אז די נייע ניקים זאלן זיך גלייך אינטערדוסן פארן עולם איז אויך זייער א געניאלע געדאנק, סיי פאר דעם נייעם ניק וואס דאס וועט אוועק נעמען פון אים דאס ברעכן די בושה פון שרייבן די ערשטע תגובה, און סיי אז דער עולם וועט אים גלייך שיין אויפנעמען, וואס דאס וועט אים געבן די אפעטיט זיך גלייך צו באטייליגן אין די שמועסן און צוגעבן צום געשמאק פונעם שטיבל.

הכלל, מען זעהט קלאר אז די הנהלה איז יום ולילה לא ישבותו, זיי האלטן אין איין אויס'פיגור'ן נייע איידיעס ארויפצוברענגען אונזער שטיבל, קומט זיך זיי זיכער א גרויסן דאנק. דער חידוש איז נאר אז פונקט אין דעם אשכול וואו עס איז די ריכטיגע פלאץ זיי צו באדאנקען פאר זייער איבערמידליכע ארבעט, דייקא דא האבן זיי אוועק גענומען די לייק אפציע, ויהי לפלא.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8969 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

זאגסט מתוק :like
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19793
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15087 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:בקיצור... ווי אזוי עס ישיבה'ט זיך, אזוי קאווע'ט זיך...

איך גזוכט די לייק באטטאן.
וואס שרייב איך אריין אין "חסידית"?

ר' היימישער ליטוואק אדער "חסיד נלהב" (ער זעהט אויס שטארק ענליך צו דעם היימישן ליטוואק). אשת חסיד. ס'איז א גרויסער נפקא מינה אויב מ'שרייבט "חסידות" אדער "חסידית". אדער "רבנות" און רבנית". "ציונות" אדער "ציונית"..." :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 850 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

גבאים געדענקטס מיר פליז איין כלל, טאמער פילט עמיצער אויס ביי חסידות נטורי קרתא.. דאן זאלט איר זיך דערמאנען וואס א מעמבער אין יענע קרייז האט שוין דא פארארבעט..
באניצער אוואטאר
קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מנהל תשע"ד-ע"ו
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

שליחה דורך קעלנער »

מיר האבן אוועקגענומען די פראגעס איבער אנדערע ניקס, און אנשטאטס דעם אוועקגעשטעלט א קלארע פאליסי איבער דאפעלטע ניקס.

מיר האבן אויך אוועקגענומען די פראגע פארוואס מ'האט זיך איינגעשריבן אין קאווע שטיבל, אנשטאטס קען מען דאס ענטפערן אויף די פראגע ווי מ'דארף זיך פארשטעלן פאר'ן עולם.

מיר האבן צוגעלייגט א פראגע ווי מ'דארף באשטעטיגן צו האבן דורכגעליינט אונזערע פרינציפן.
באניצער אוואטאר
קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מנהל תשע"ד-ע"ו
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

שליחה דורך קעלנער »

כדי צו פארזיכערן אז דער סיסטעם ארבעט און שטעלט זיך אויס די בעסטע פאר אלע חברים, פראבירן מיר קליינע שינויים, tweaks בלע"ז, צו זעהן וואס ארבייט די בעסטע.
מיר האבן יעצט געטוישט די פראגע ווי מ'דארף זיך פארשטעלן, אז אנשטאט דארפן ענטפערן אין דריי זאצן, דארף מען ענטפערן אין א מינימום פון 25 ווערטער.
באניצער אוואטאר
קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מנהל תשע"ד-ע"ו
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

שליחה דורך קעלנער »

מיר האבן געהעכערט די מינימום ווערטער פאר די ביא (bio) זיך איינצושרייבן צו 40.
רעאגיר