החסיד וליטוואק משה מעצגער

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2007 מאל

החסיד וליטוואק משה מעצגער

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

זייער שווער צו באשרייבען ר' משה, ספעציעל טאמער ביסט בבכלל נישט קיין שרייבער.

כ'וועל אנהייבן אביסעל אין די עולם וועט שוין האפנטליך צו ענדיגען.

ר'משה אויפציעלע פאסטען איז גבאי אין שומר שבת, (משה גבאי)

כ'האב גראדע זייער וויניג מיט עיהם ממילא קען איך נישט שרייבען פון ווי ער שטאמט אין ווי זיין משפחה איז וגו'

איך קען עיהם אלץ מוסר זאגער, טאמער זעהט ער ווי איינער כאפט זיך מיט מיטן מנין האט ער א ברירה צומאכן בושות אין שרייען common, another minyan downstairs in two minutes.

ער האלט אויך זייער א שטרענגע אויג אויף זיינע שגיונות וואס כאפט עיהם אן, יעדער שטיק צייט א צווייטע.
למשל ער הענגט אויף די פרישע צעטלעך אויפן אלטע, אזוי אז יעדער צעטעל האט אונטער זיך א גאנצע שטויס פון צעטלעך, אין טאמער וועט ער זעהן איינער פראבירט אראפ צו נעמען די אלטע צעטלעך
(אלץ עסקן) קען ער מאכן קולות פון איין זייט ביהמ"ד צום צווייטען,

איינער פון זיינע הלכות זענען תחנון ביי מנחה, דאס איז א חק ולא יעבור, ס'קענען פליען קלעפ, ער לויפט ארום אלע מנינים ביי מנחה זיכער צו מאכן אז מ'זאגט תחנון, טאמער זעהט ער א חסידישע צו גיין זארגט ער זיך זייער, מ'קען זעהן אויף זיין פנים א נישט צופרידענקייט, דאס מיינט אז יעצט גייט ער דיך גארנישט ענטפערען קענסט עיהם קלאפן די פליצה, ער איז יעצט פארנומען זיכער צו מאכן מ'זאל זאגן תחנון,
כ'געדענק אין מיינע אינגע יארן האב איך געוואלט האבן פאון, כ'בין צוגעגעאנגען אין מחליט געווען כ'בין טויב, ער קען שרייען וואס ער וויל, כ'הייב אן יתגדל ויתקדש..., נו נו נו נו תחנון, איך פאהר ווייטער, ער איז געקומען פו לויפן מיט די דריי פישקעס אין די הענט אין געמאכט אזעלעכע קולות, the law in this shul is you say tachnun till the shkieh, your never going again to the umid, אין רבותי ס'טוט עיהם באמת וויי טאמער מ'לאסט אויס תחנון,

א בעל קורא איז ער איינס אין די וועלט, ער איז מדיוק אויף יעדער ווארט, אין טאמער גייט א צווייטע צו אין איז נישט מדייק גענוי מאכט ער אויך קולות,
ס'זייער אינטעסאנט צו באמערקען ווי ער דרוקט אויפן מפיק "ה", כ'האב א מנהג אז יעדער יאר פרשת שופטים גיי איך שבת נאכמיטאג דאוונען אין שומר שבת, יצו הערען ווי מ'ליינט ביי מנחה פרשת כי תצא, אין יענער סדרה איז דא אסאך ווערטער וואס ענדיגען זיך מיט א "ה" אין ס'איז ממש א צענור צו זעהן ווי ער לייגט א דגוש אויפן מפיק ה.
(וראית בשבי'ה' אשת יפת תאר וחשקת'ה' ב'ה' ולקחת לך לאשה. והבאית'ה' וגו' ראש'ה' והסיר'ה' את שמלת שבי'ה' וגו')
שוין המבין יבין

זיין לבוש איז א אשכול פאר זיך.

א שוואכע אינגערמאן דערציילט מיך אז אסאך מאל האט ער נישט קיין געדולט צו קומען דאוונען מיט מנין, אבער ווען ער דערמאנט זיך פון משה וויל ער קומען ווייל ער וויל זעהן וואס איז היינט די theme, וועלעכע קאליר משה האט זיך אנגעטוען.
יעדער רעקל קומט מיט א סעט, טאמער איז עס א ברוינע רעקל, איז די טיי, העמעד, קאפלינקס, שיך, אמאל סניקערס, אויך ברוין, אין דאס קען זיין פון אלע קאלירן אין די קינדער ביכל,
ווילסט זעהן איינער מיט גרינע שיך אין א גרינע רעקל? קום קיין שומר שבת, (נישט היינט, היינט איז רויט די קאלער)
אין אלץ איז עס ריין שיין כאילו ס'ניי,
כ'האב עיהם כמה פעמים געפרעגט ווער קויפן איין פאר עיהם, ער זאגט אז ער גייט אליין שאפינג,
כ'מיין כ'קען זאגן כ'האב עיהם נאך קיינמאל נישט געזעהן גיין די זעלבע אנצוג, ער דארף צו האבן אין די היים א געשעפט פון קליידער,

שוין כ'דארף לויפן, ס'נאך דא אסאך צו רעדן וועגען עיהם,

זיין בייק, זיין גיין אין מקווה, זיין שלום בית מיט הלל, זיין אפיעל פאר געלט צוויי מאל א יאר, זיין פאסטען בה"ב, זיינע זוהן די צווילינג וגו'
מ'בעהט דער וואס קען זאל צו לייגן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר