רואיגקייט ווינקל! אינטרעסאנטע פאקטען און נאך

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2513
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 5049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3289 מאל

רואיגקייט ווינקל! אינטרעסאנטע פאקטען און נאך

שליחה דורך יין שרף »

לאור שמעקעדיג'ס הייסע בקשה צוריקצוברענגען די רואיגקייט צום שטיבל, און כפי תקנת המקום אויף וואס די שטיבל איז געגרינדערט געווארן "א רואיג ווינקל צו שמועסען און פארברענגען" וועלן מיר פראבירן צו לאזן די עולם רילעקסען אביסל מיט די אינטרעסאנטע פאקטן.
נעמט א גלעזל קאווע, זעצט אייך אויפן ריקליינער און ליינט מיט הנאה.

[center]-------------------------------------------------------------------[/center]

1] אויב האט איר אמאל געהאט די וועלטס בארימטע קשיא אייך עגבערן אין קאפ דהיינו "וואס איז געווען קודם די טשיקען אדער די איי", האט איר אוודאי אויך פיליזאפירט וואס איז געווען קודם די פרוכט ארענדז (orange) אדער די קאליר...? נו וואס זאגט איר?
עדות'שאפטן געבן אן אז די פרוכט האט מען שוין אזוי גערופן אין די דרייצענטע יאר-הונדרעט, משא"כ די קאליר האט מען אזוי גערופן צום ערשט אין די זעכצענטע יאר-הונדרעט...

און א זייטיגע אינטרעסאנטע נאטיץ אז די ווארט orange האט נישט קיין שום גראם אין די ענגלישע שפראך...

2] די קיען פארמער געבן צו עסן פאר די אינגע קעלבלעך א שטיקל מאגנעט, אז אויב זיי שלינגען איין א נאדעל פון צווישן די שטרוי זאל עס צוגעצויגן ווערן דערצו, און זאל זיי נישט שאטן.

3] ביז און יאר 1960 זענען די אמבולאנסען אין אמעריקא צוגעשטעלט געווארן די פיונערעל האומס (א וואונדער זיי זענען אלע געשטארבן...)

4] ניין הונדרעט און זעכציג טויזענט מאל פיט אונזער וועלטל אריין אין די שטח פון די זון!
און אויב וואלט מען צוזאמגעשטיפט איין צום צווייטען וואלט אריין די וועלט אין דעם שטח 1,300,000

5] עס עקזעסטירט א סארט קאץ וואס קען לעבן אן וואסער.

6] איבער פופציג פראצענט פון די וועלטס פאפולאציע, האבן נאכנישט גערעדט אויף א טעלעפאן.

7] פייער טראקס זענען טראדיציענאל רויט, ווייל עס איז געווען די ביליגסטע קאליר פארב...

8] די קעניג פון אלבאניע, האט אין יאר 1931 אליין גע'ענפערט מיט פייער, ווען מאנכע האבן אים געוואלט דערמארדן, ער האט איבערגעלעבט איבער פופציג! מארד פארזוכען.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..

דער אשכול פארמאגט 107 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר