חיצוניות איז זייער וויכטיג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2005 מאל

חיצוניות איז זייער וויכטיג

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

א אינטרעסאנטע זאך האב איך בייגעוואוינט היינט,
כ'בין געווען אין א שפיטאל פאר עפעס א סיבה, איז מיך אויסגעקומען צו רעדן מיט א פרוי וואס האט נעבעך צוויי קינדער וואס זענען down syndrome, כ'בין אריין אין א שמועס וועגען דער שפיטאל,
היות זי איז ליידער א טעגליכע באזוכער, האבן מיר גערעדט איבער די דאקטורים, נורסיס וגו' זי האט מיך געוויסט צו זאגן גענוי ווער איז יא גוט און ווער נישט,
בשעתן שמועסן האט זי געהאלטן אין איין זאגן,
''זיי פלעגן מיך נישט אנקוקן''
''זיי פלעגן זיך עקלען פון מיינע קינדער''
''זיי פלעגן מיך מאכן ווארטן'' וגו'

כ'האב נישט פארשטאנען וואס איז גישעהן פלוצלינג, פארוואס האט זיך אלץ געטוישט, פארוואס האבן זיי זיך נשתנה געווען און מחליט געווען זיך צו פיהרן מענטשלעך צו דער פרוי מיט די צוויי קראנקע קינדער,

כ'האב גענומען אביסעל גאטס און זי געפרעגט, מה נשתנה? כ'זעה דו גריסט זיך מיט אלע דאקטורים, זיי זענען העפליך צו דיינע קינדער,
ווי אזוי האסטו געמאכט דער טויש?

זי געבט מיר א איידעלע שמייכעל און ענטפערט אזוי.
ס'פשוט, כ'פלעג צו קומען מיט מיינע קינדער דא אהער, ס'האט מיך זייער געשטערט אז די דאקטורים ווארפן זיך מיט מיר, שיקן מיך איינער צום צווייטען, טשעקן נישט געהעריג זייערע געזונטהייט, נאר יוצא צו זיין,
ביז איין טאג זעה איך א נייע דאקטער, כ'האב זיך געפרייט אפשר וועט ער זיין מער העפלעך, אבער גארנישט, כהאב באמערקט ווי ער כאפט אן מיין קינד מיט א שמאטע און ממש רירט עיהם נישט צי,
כ'האב פארשטאנען וואס שטערט די דאקטער, פשוט ס'שטערט זיי אז מיינע קינדער זענען געגאנגען שמוציגע קליידער, פ'רצ'טע נעזער, נישט געמאכטע האר, געשטינקען פון שמיץ, אזוי ווי פילע down syndrome קינדער,

נאך יענער נאכט, דערציילט זי, איז זי געגענגען אנגעקויפט א שטאפיר פאר דע קינדער פון די בעסטע שענסטע קליידער, גוט אפגערייניגט די קינדער בחורין ובסדקין, דיין געמאכט די האר, אנגשפריצט שמעקעדיג,
כ'קום אריין אינדערפרי אין שפיטאל, און ויקם מלך חדש, די דאקטורים דרייען זיך ארום קוקן צוויי מאל טאמער ס'די זעלבע קינדער,
פון יענער טאג האט זיך אלץ געטוישט, די דאקטורים קושן מיינע קינדער, הייבן זיי אויף מיט א געשמאקייט, רופן זיי ביי די ערשטע נעמען וגו'.
עד כאן הסיפור...


חברים טייערע,
כ'בין אוועק פון שפיטאל טראכטענדיג ווי משוגע די דאקטערס זענען, אבער ליידער בין איך נישט אנדערש,

כ'האב ליב מיינע קינדער עד אין לשער, אבער א טאג וואס איך קום אהיים אין מיינע קינדער שטיין אויסגעפוצט נאך א הייסע וואנע, געפוצטע ציין געמאכטע האר מיט פרישע פיזאמעס, פאל איך ארויף אויף זיי אין קוש זיי ביזן טויט,
ווי איידער ווען זיי זענען שמוציג נאך א גאנצע טאג,

אינגעלייט, ענק שיקן די קינדער יעדען טאג צו א מלמד, טיטשער, באס רבי, מנהל וגו' אין אפי' אנדערע קונדער אין קלרס
טאמער די קינד איז ריין, גוט אנגעטוען, שמעקט כאילו ער ארבייט אין א זייף קאמפעני האט ער א ברירה צו האבן א בעסערע טאג, ווי איידער ווען די פרישטאג שיריים זיצט אויף זיין העמעד, אין די ציינער זאגן עדות אויפן נעכדיגע נאכטמאל, אין די פיאות צופלאישכט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר