ווער וואלט געווינען אין מלחמות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קעגן די נעט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 31, 2013 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

ווער וואלט געווינען אין מלחמות

שליחה דורך קעגן די נעט »

[center]א גוטן. לעצטנס קוק איך ארום די טעמע פון מלחמות אזוי ווי אין יעדע ראיאן ארום וועלט שארפט זיך יעדער דעם שווערד, יעצט אין ישראל גייט פאר א מלחמה, רוסלאנד האט אוועקגעכאפט קריים פון אוקריינע, אינדיע און פאקיסטאן זענען שוין יארן אין אזוי געריפענעם שלום אפמאך ביידע לענדער זיצן אויף נוקלעארע וואפן און יעדע שטרייט קען ברענגען מלחמה צווישן די צוויי שונאים. איראן וויל אונטערברענגן ישראל, און ישראל סטראשט מיט אונטערברענגען איראנ'ס נוקלעארע וואפן.. נארט קאריע וויל אונטערברענגן אמעריקע און זיי בויען נוקלעארע באמבעס און מיסיילס מיט וואס עס צו שיקן. אמעריקע האט לעצטענס אויפגעפאדערט רומעניע אז זיי זאלן ספענדן מער אויף דעפענס בודזשעט, אמעריקע וויל האבן שטערקערע שותפים דארט מיט וועם צו באלאסירן קעגן רוסלאנד. דער מצב איז נישט רואיג ארום און ארום
האב איך געזוכט און געטראפן בעיקר אויף יאהו ענטפערס, ווי מ'שרייבט ארום ווער ס'וואלט געווינען א מלחמה מיט וועלכע לאנד און פארוואס, ס'איז אנטערעסאנט צו ליינען אויך פון מילטערישע ווייסערס וויאזוי יעדער דיטעיל וואס איין לאנד זאל האבן מער ווי א צווייטער וואס אויבנאויף זעט עס נישט אויס ווי ס'מאכט א חילוק, יעדע קליינקייט טוישט ארום דאס גאנצער געים. קליינע לענדער וואלטן געווינען קעגן ריזיגע
איך וועל שטעלן די זעלבע מינע פראגן דא און זען וואס מענטשן האלטן, ווער וואלט געווינען אין א מלחמה (איינעמען און געווינען, נישט אקופאציע) אן נוצן נוקלעארע וואפן פארשטייט זיך[/center]

אמעריקע קעגן טשיינע?
אמעריקע קעגן רוסלאנד?
רוסלאנד קעגן טשיינע?
דייטשלאנד קעגן פראנקרייך?
ישראל קעגן אינדיע?
נארט קאריע קעגן דרום קאריע
מעקסיקא קעגן ארגענטינע
איראן קעגן אמעריקע
ישראל קעגן איראן
ענגלאנד קעגן אויסטראליע

לאז הערן ענקער מיינונגען
איך בין מוחה!!!

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר