דער ניו יארק טיימס איבער 'פרידא וויזעל' און 'וויזיט חסידים'

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

דער ניו יארק טיימס איבער 'פרידא וויזעל' און 'וויזיט חסידים'

שליחה דורך כוכב »

דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג האט דער ניו יארק טיימס געלאזט לויפן אן ארטיקל איבער פרידא וויזעל, און איר פראפעסיע אלס א טור גייד איבער די וויליאמסבורגער גאסן, פאר אנטיילנעמער מיט קענטיגער אינטערעסע אין חסידים און זייער לעבנסשטייגער.

פרידא וויזעל זעלבסט האט אן אינטערעסאנטע געשיכטע אונטער זיך, אלס א געוועזענע ארטאדאקסישע פרוי, אן אפשטאמיגער פון קרית יואל, וועלכע איז היינט א פירערין און באקאנטע שטימע פאר די או. טי. די. געזעלשאפט.

די דאן פארהייראטע מרת וויזעל האט אין יאר 06' למספרם געגרינדעט א בלאג מיטן תמימותדיגן ציל: צו פארטיידיגן איר קאמיוניטי. ווי זי שילדערט אליין : 'נאכן זיך באקענען מיט די דרויסנדיגע וועלט בין איך געווארן פון א פארפליכטעטע חסידישע מאמע, צו א משכיל'שע אויסוואורף' .

עווענטועל האט זי אויפגעגעבן איר ארטאדאקסישע לעבן, זיך געשיידט פון איר מאן, פארלאזט די סאטמארער קהילה און איר בעל בית'שער פאמיליע. זי מיט איר איינציג זון האבן זיך פלאצירט איינזאם (תאוות אפיליאירט...) אין א קעלער אין א מאדערן ארטאדאקסישע קאמיוניטי.

כהיום איז זי אן אפטער גאסט אין וויליאמסבורג וואו זיי דינט אלס טאור גייד פאר 'וויזיט חסידים', וואו זי מאלט אראפ דער באדייט פון אולטרא חסידישער 'וויליאמסבורג', פאר אירע אומגעפער צוואנציג צוהערער אויף אמאל, וואס פארמירן א קרייז ארום איר. ווי פארשטענדליך טראגן די טורן אן אייגנארטיגקייט, ווען עס איז געוויס פיל אינטערעסאנטער א טור אין וויליאמסבורג דורך א געוועזענעם אונזעריגער היימישן, וואס ברענגט אן אויטענטישן אינערליכן בליק איבער חסידים, זייער קולטור און ווירדן.

דער אויבנדערמאנטער ארטיקל בארירט פארשידענע אינטערעסאנטע שטריכן: איבער מס. וויזעל זעלבסט, וויאזוי אירע טורס ווערן באגריסט אין די וויליאמסבורגער גאסן, און הויפטזעכליך, דער אויטענטישער 'בליק' אויף וויליאמסבורג זי האט די מעגליכקייט איבערצוגעבן, מיט א בלינק אריין דורכאויס די שפאלטענס פון די באשיידענע וויליאמסבורגער מויערן, דורך די קעגנזייטיגע קוק ווינקלען פון עמיצער וואס האט שוין נאכגעפאלגט אירע פוסטריט, און עווענטועל אויסגעקליבן זיי צו פארלאזן פון הונטערוויילעכטס.

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר