אינגערמאן ארעסטירט אין וויליאמסבורג! וואס טוהט מען למעשה?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

אינגערמאן ארעסטירט אין וויליאמסבורג! וואס טוהט מען למעשה?

שליחה דורך שעפטל »

כ'קען נישט יעצט ארויפלייגן די דריי קליפס וואס דרייען זיך יעצט ארום אויף די וואטסעפ גרופ'עלעך, אבער די ווערסיע פון די מעשה איז אזוי:

א אינגערמאן, האט זיך אפגעשטעלט, דאבל פארקט פארענט פון זיין אפיס, און פון די זייט ציט זיך אריין א קליינע סקוטער'ל פון א פאליציי מאן, דער פאליסמאן קומט ארויס און הייבט אן צו שרייבן א טיקעט, -ווי מען זעהט אויפן ווידיא- האט אים דער אינגערמאן גענצליך איגנארירט, דער פאליסמאן קומט צו איבערצוגעבן דאס קוויטל, און רופט זיך אן פארן אינגערמאן "איך פאר דיר שוין נאך פיר בלאקס".

דער אינגערמאן -סארי, באוט א שטיקל ווייס גיי מיט דעס טוהן- רופט זיך אן "אהא, אינטערסאנט איז נאר כ'האב דיך נישט געזעהן, אבער וואס איך האב יא געזעהן יעצט איז, אז דו ביזסט אריבערגעפארן א רעד לייט, זיך נישט אפגעשטעלט ביי א סטאפ-סיין, און אריינגעקאט אין מיר, נאכדערצו אן קיין לייטס, און למעשה האסטו מיך ניטאמאל אפגעשטעלט, נאר איך האב מיך דא אפגעשטעלט און דו געסט מיר דא א טיקעט פאר דאבל פארק..."
דער טינקעלער אפיציר האט זיך א‏ויפגערעגט, און שרייט אויף אים "אההה ביזסט א ווייס-גיי?"
ענטפערט אים דער אינגערמאן, "בכלל נישט, איך זאג דיר נאר ס'אמת אין פנים".
דער געזעץ היטער האט זיך פארשווארצעוועט, און האט אים געעפענט די טיר, אויסשרייענדיג ‏"דו ווילסט מיר לערנען דרך ארץ? איך וועל דיר ווייזן וואס דאס מיינט... ביזסט אנדער ארעסט!"
‏דער אינגערמאן, ניטאמאל וויסענדיג וואס ס'האט אים באטראפן, רופט זיך אן "אהער מיט דיין סופערווייזער! דו קענסט מיך נישט ארעסטירן סתם אזוי" (גראדע קען ער יא!!!!!!!!!)
דער קאפ איז נאר ווילדער געווארן, און זיך גענומען שרייען "איך גיי נישט דא ווארטן אויף א סופערווייזער, קום שוין ארויס פון קאר"
נאכן זיך טענה'ן און רעסיסטן ארעסט (א קלאגע פאר זיך) האט דער אפיציר געסטראשעט אז אויב קומט ער נישט ארויס פון קאר פרייוויליג און לייגט די הענט אין די בעק מיט דרך ארץ.. גייט ער אים פעפער ספרעי'ן, וכך הוה! דער אינגערמאן האט ווייטער געשטעלט א ווידערשטאנד און ס'אויגן זיינע האבן אים נעבעך גאנץ שנעל אנגעהויבן צו ציפן פון די פעפער.‏
דער אינגערמאן איז ארעסטירט געווארן‏ מיט דריי קלאגעס.

איך האב למעשה ארויסגענומען אפאר אינטערסאנטע זאכן און באמערקט אויף די ווידיא וואס איז אנגעכאפט געווארן דורך א חבר זיינער, און צו דעם וויל איך צוקומען:

איינס, זאג נאר, מיסטער אפכאפער/פארשפרייטער‏, האסט גערעדט צו א לויער פאר דו האסט אזוי העראיש דעם ווידיא פארשפרייט? טראכסט נישט אז דעס קען דעם אינגערמאן שטארק שאטן סתם אזוי? דאס איז זיכער אז ער האט רעסיסטעדט ארעסט, צו ער איז גערעכט צו נישט איז א צווייטע זאך, וואס טוהסטו יעצט אויף מיטן פארשפרייטן אזא ווידיא??

והשנית, כ'הער דארט ווי דו שרייסט "וועם זאל איך רופן? דיין שווער? יודל ליכטענשטיין?" ניין!!!! מ'רופט א לויער ענדערשט רייט-א-וועי! וואס קען זיין שווער העלפן דא? אפשר רופסטו נעקסטיים זיין שוואגער וואס האט נארוואס בר מצוה געהאט? ער האט שוין א קראוס פען מיט א לעט-פענסל ארויסגעשטעקט פון זיין וועסטיל טאש.

און צום עולם דא, ס'איז זייער נישט בא'טעמ'ט צו ווערן ארעסטירט, קיינער וויל דאס נישט, און קיינער וואונטשט דאס נישט פאר קיינעם, באוט האלא! דא אין אמעריקע איז נישט ארץ ישראל, די פאליציי זענען נישט אזוי בארבארישע... און דער קרבן איז נישט אזוי פרידליך און אומשילדיג.... קען זיין אז דא איז ער טאקע ממש אומשילדיג! באוט רעסיסטן ארעסט האט נאך קקייייננעערר נישט אויסגעפירט און די נאכווייען זענען ערגער.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר