װי לעבט זיך דאָרטן
צװישן מיטאָסן בליען טעותן
גרײזן אױף רײזעס
אין מיטן סודות פֿון אמת
הערן זיך רױע געשרײען.
לײג אװעק דעם בלײער, מענטשן קומען אום
אױף דער קינסטערלישער גאס.
װאָס זשע העלפט א גראם
אז דער קערפער װײסט נישט װעלכער טעות ערגער איז:
דאָס לעבן אין פײער אָדער דער טױט
װאָס דרײט זיך אין די קאָרידאָרן
די פאָעטישע ליצענץ גײט אױס
לײג אװעק דײן בלײער
דו האָסט געװאונען תיכף־מיטגעפיל
דו קענסט שױן שפירן אױף דײנע געדערעם
די האנט פון נישט װערן
די באָמבע ראמט דיך אױס
דער ראקעט פטרט דיך אװעק
א מבין שױן אױף דײן אײגענעם עק
און דער סוף פון א בינטל שטרױ־געפאקטע חלומות
נו װי לעבט זיך דאָרטן
אין די דעװעלאָפמענטס פון טױט?
װי לעבט זיך דאָרטן
- שלום בערגער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 112
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
- געפינט זיך: באַלטימאָר
- האט שוין געלייקט: 137 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
- קאנטאקט:
דער אשכול פארמאגט 9 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן