yatzmachp האט געשריבן:
קאפקע,
דו רעדסט טאטאל non sense. לערן אביסל עקאנאמיקס פאר דו שרייבסט עפעס. קודם אז דו רעדסט פון gdp עס איז דא אסאך מיני וועגן פון רעכענען gdp, איינע פון די וועגן רעכנט אריין די טאטאל פון די געלט וואס גייט אריבער פון הענט צו הענט אין אן עקאנאמי פאר goods and services (מיט עדזשאסטמענטס פרשטייט זיך). מיט דעם אלעם דארף מען געדענקען אז gdp איז נישט קיין measure וואס ווייזט די welfare פון די מענטשן אין א עקאנאמי. פון אן עקאנאמיק פערספעקטיוו מאכט נישט אויס צו די מאכסט אויף א סטאר אויף לי עוו אדער אויף פיפט עוו. עקאנאמיקס איז ״נישט״ קיין zero sum game. די פשוטע משל וועט זיין אונזער סטאלער. ער טרעפט א שטיקל האלץ אין וואלד, עס האט אים גארנישט געקאסט, און געט אוועק זיין צייט, מוח און כח, שניידט אוועק שטיקער פונעם האלץ און סווערט א זאך. דער סטאלער האט מער ווייניגער אוועק געגעבן א חלק פון זיין לעבן אדער קענסט עס אנרופן צייט. קומט א מענטש וואס זאגט, דעם איסגעארבעטן שטיק האלץ געפעלט מיר זייער, איך בין גרייט צו אוועקגעבן מיין לעבן גערעכנט למשל אין דריי שעה צייט צו שטיין און וואשן וועש כדי צו באקומען דעם שטיקל האלץ. It happens to be אז די שפראך וואס די צוויי מענטשן רעדן צווישן זיך אפצושאצן זייער צייט איז אין דאלאר, שקל, רובל אדער סיי וועלכע אנדערע וועג. די באטאם ליין איז אז די צוויי מענטשן זענען ביידע געווארן רייכער. נישט אז דער קונה איז געווארן ארימער פארן אוועקגעבן זיין געלט און נישט איז דער מוכר געווארן ארימער פארן אוועקגעבן זיין שטיקל האלץ. דער מוכר איז געווארן רייכער ווייל ער האלט אז די געלט איז מער ווערט פאר אים ווי די האלץ און דער קונה ווערט רייכער וויל ער האלט אז די האלץ איז פאר אים מער ווערט ווי די געלט.
איך קען זעהן אז מענטשן וועלן נישט פארשטיין וואס איך האב געשריבן, אבער עס איז זייער שווער צו לערנען די פונדאמענטלס פון עקאנאמיק טעאריע אין א פאוסט אויף קש. אויך טאר מען נישט פארגעסן אז עקאנאמיקס איז נאר א social science און נישט קיין hard science.
לאמיר זאגן אזוי,
עס ציען זיך אריין טויזנט פרישע משפחות אין וויליאמסבורג,
האלב אינגעלייט ווערן מלמדים, דיינים, סופרים, שפילערס, זינגערס, בדחנים, מגיהים, שרייבערס, גראסערי לייט, קלינערס, סוחרי ספרים, וכו' וכו' לאמיר זאגן זיי מאכן אלע גאנץ שיין פרנסה,
די אנדערע האלב עפענען א געשעפט אויף פיפט עוועניו, פארקויפן אויף איבעי, עמעזאן, אדער אן אייגענער וועבזייטל, און אלע מינים סערוויסעס אבער נישט אין וויליאמסבורג נאר פאר די אלגעמיינע גאס, לאמיר זאגן זיי מאכן אלע גאנץ שיין פרנסה,
די ערשטע האלב האבן א דירה צאלן רענט, סכר לימוד, קויפן עסן קליידונג, וכו' אבער וויבאלד זיי סערווירן נאר וויליאמסבורג, איז יעדע פעני וואס זיי געבן אויס איז שוין געווען אין וויליאמסבורג פון פריער,
קומט אויס אז די זעלבע פינף ביליאן דאלער וואס איז געווען צעשפרייט אין די אריגינאלע צען טויזנט וויליאמסבורגע פאמיליעס, איז יעצט צעשפרייט אין צען אהאלב טויזנט פאמיליעס, (חוץ פארשטייט זיך די סעקשן עיט, און פוד סטעמפס, וכו' וואס די פינף הונדערט פרישע משפחות באקומען פונעם גוטן פעטער)
די צווייטע פינף הונדערט יונגעלייט האבן די זעלבע דירה, רענט, ס.ל. עסן, קליידונג, וכו, אבער זייער געלט קומט פון קאליפארניע, טעקסאס, ניו דזשערסי, אדער קווינס און מאנהעטן, די צווייטע גרופע ברענגט אריין פינף אין צוואנציג מיליאן דאלער א יאר וויליאמסבורג, (חוץ סעקשן עיט, פוד סטעמפס, וכו')
לייג צו פינף טויזנט פון גרופע נומער איינס, און וויליאמסבורג איז טיף אין דר'ערד, אפילו זיבעציג פראצענט האט א לעגעטימע פרנסה, אויב סערווירן זיי נאר וויליאמסבורג, אדער כמעט נאר וויליאמסבורג גייט עס נישט ארבעטן,
(כ'האב גארנישט קעגן זיי, איך בין נישט אנגעצויגן, ציניש, אויפגערעגט, דיסאילוזשנד, וכו'
ס'גייט מיר גאר ווייניג אן וואס איר טוט פאר פרנסה, איך טו נישט גרינגשעצן מלמדים, אדער קלינערס, איך האב גארנישט קעגן כוללים און כולל יונגעלייט,
ס'שטערט מיר נישט קיין כי הו זה אז מען נעמט פראגראמען, אדרבה איך האלט אז מען דארף נעמען וויפיל מען קען

אלל איים סעינג איז, ווען א כולל יונגערמאן גייט ארבעטן, זאל ער דאס נעמען אין חשבון,