איך האב נישט קיין געדולד צו זאגן קינות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

איך האב נישט קיין געדולד צו זאגן קינות

שליחה דורך כוכב »

איך בין זייער טרויעריג אז דער בית המקדש איז חרוב געווארן און תשעה באב איז א טאג וואס איך וויל מיך עכט צושטעלן.
כ'האב געגעסן אסאך אש נעכטן, כ'לאז נישט מיינע קינדער האבן נאש היינט, כ'רעד צו יעדן איינעם זויער, כ'האב געקויפט א תשעה באב בענקל און איך האב געכאפט א פלאץ אן איזולירטן ווינקל אין ביהמ"ד. איך וויל זיין וואויל.
דער פראבלעם איז אבער כ'האב נישט קיין געדולד צו זאגן קינות. איכה קען איך נאך מיטלעבן, ס'איז פסוקי נ"ך און מ'קען דערין טרעפן א געשמאק, אבער זאגן צוויי שעה פיוטים אין א שווערן לשון קודש, מ'כיפערט און מ'פליעט, און כ'פארשטיי ממילא נישט קיין ווארט, ממילא ווער איך צעפלאצט, ס'דאכט מיר שוין אפילו אז איך בין שוין אפילו הונגעריג.
בכלל האלט איך נישט פון קלאגן אויף פאעזיע מיט נהייתה כציפור בודד על גג, אז דו ווילסט קרעכצן וויין ווי א מענטש און דערצייל א טרויעריגע מעשה.
פארוואס קען נישט זיין ווי ביי די פרויען ווי מ'קומט זיך צוזאם און מ'לערנט מדרשים אויף דער אידישער שפראך, יעדער איז טרויעריג און מיין ווייב קומט אהיים מיט רויטע אויגן יאר יערליך.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר