שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך Milk shake »

איך לייען שוין א לאנגע צייט קאווע שטיבל, אנגעהויבן פון איינמאל א חודש, ביז איך עפן שוין דעם טיר פון שטיבל עטליכע מאל אין וואך, איך האב באשלאסן אז ס'איז שוין געקומען די צייט צו קענען לערנען די ליבע חברים פון די נאנט, זע יאך אז ווארעמס איז דא גענוג, האב איך געקלערט, לאמיך ברענגען אביסל קאלטס פאר די חברה וואס זיצן אין הייסן קאווע צימער

לשאלת רבים, איך בין נישט רילעיטעד צו די רבי'שע מילק שעיק פאמיליע, פארקערט, מיר ווערן אפשר גאר פאררעכנט אלס די מתנגדים פון דעם מילק-שקר רבי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום Milk shake, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

שליחה דורך שעפטל »

שלום עליכם אלע נייע חברה, זייער שיין פארגעשטעלט, און ביי א גרויס חלק איז עס דארט פארבליבן...

נאדער א שטיקעלע איבערזיכט פון די לעצטע 6 וואכן...

חלזון האט געשריבן:א גוטן טיייערע ברידער, מיין נאמען איז חלזון מיטן אויבערשטנס הילף קלער איך צו שרייבן איבער דער ניי געפינענע מיורעקס תכלת און איך האב אין פלאן אפילו איבערצוזעצן דעם וואונדערבארן ספר לבוש הארון, אויף אידיש, וועלכער ווארפט א ליכט איבער דער מצוה חביבה.

[tag]חלזון[/tag] מיר ווארטן נאך...

unknown האט געשריבן:שלום עליכם
אזוי ווי מיין ניק זאגט, האב איך געפלאנט צו זיין אומבאוויסט און פרייוועט, אבער אזוי ווי די הנהלה וויל נישט אקטיוועטען מיין אקאנט פאר איך שטעל מיך פאר, וועל איך ענק יא אויסזאגען אביסל וואס ליגט אין מיר.
איך האב מיך אויפגעסיינט אויף קאווע שטיבאל פאר עטליכע סיבות. 1. איך גלייך זייער שטארק די געדאנק פון "פרידאם אוו עקספרעשאן" (כאטשיג איך האלט אנדערשט פון יענעם, מעג ער נאך אלס זאגען זיין מיינונג). 2. די לעבן איז זייער קורץ, און יעדע טראפ ידיעות און קלוגע אינפארמעשאן איז זייער וויכטיג, דעריבער בין איך געקומען דא צו מיטטיילען און בעיקר צו פרעגען און הערן. 3. און צום לעצט וויל איך מאכען א גילו דעת: אין בין איד און גלייב און איין איינציגע באשעפער, פאר די 13 אני מאמינ'ס וועל איך זיין גרייט מיך צו ווארפען אין פייער, און אזוי ווען מיין אקאנט וועט ווערן אקטיוו, וועל איך ווערן א חלק פון קאווע שטיבל און אזוי ווי נישט עס איז נישט מעגליך צו קענען אייביג זיך אנרופען ווען איינער שרייבט עפעס נישט אויסגעהאלטען, וויל איך מיט די אינטערדאקשאן לאזן וויסען מיין מיינונג פאר לעבר און להבא.

א דאנק פאר ליינען מיינע שורות

[tag]unknown[/tag] ביז דערווייל האסטו נאכנישט עקספרעסט דיין פרידאם... און נאכנישט מיטגעטיילט פון דיין קורץ לעבן... און קיין חלק זעכער נאכנישט געווארן...

כלבאשבוע האט געשריבן:זייט די בראשית יארן פון היידפארק האב איך נאך נישט געטראפן אזא אפענע און אנגענעמענע פארום ווי קאווע שטיבל, איך קום דא צו פארברענגן און זיך אויסדרוקן.

וועגן מיר: ווען איך בין זאט בין איך גאנץ א רואיגער מענטש, ווען דער מאגן איז ליידיג בין איך אומשטאנד מיין איידעם ארויסצוקאפענען איבער א ויכוח.

[tag]כלבאשבוע[/tag] איי געס מ'קען נישט ריפלעיסן הייד פארק און ס'איז גארנישט אזוי אנגענומען דא...

איבערגעצויגנס האט געשריבן:בעצם בינעך א שטילער, כ׳זאגניש קיין סאך. אויב אבער וועט איר פרובירן שטארק מיר הויעך צו מאכן העטעס אייך מעגליך געלונגען.. דער עיקר איז - נעווער גיוו אפ!

[tag]איבערגעצויגנס[/tag] נאופס! נאך בכלל נישט געלונגן! באט, ווי דאונט גיוו אפ!!!

יעדער לאכט האט געשריבן:איך גלייך צו ברענגען א שמייכעל אויף מענטשן פנים'ער
איך גלייך צו ליינען אסאך
איך גלייך צו דיבאטירן

[tag]יעדער לאכט[/tag] ליין שוין ווייניגער און ברענג מיר א שמייכל מיט א גוטע דעבאטע...

מי שברך האט געשריבן:איך האב לעצטנס געהערט פון אפריינד וואס שרייבט אויף דעם אתר. און כ׳האב פארשטאנען אז מען קען זיך זייער ארויסהעלפן דא. צו איז עס זיך אויסרעדן דאס הארץ. אדער גאר באקומען אקלוגע עצה.

[tag]מי שברך[/tag] שוין לעת עתה קוקסטו אויס מסודר, ס'הארץ איז אקעי און קיין עצות דארפסטו נישט...

משה נתן האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:
משה נתן האט געשריבן:איך האב זייער ליב צו שרייבן. און און ספעציעיל אויפן אידישען שפראך.
איך האף אז דא איז די פאסיגע פלאץ דערפאר

וועים טיט משה נתן רעפרעזענטירן,
וואס איז די פשט פינעם ניק
איך בין אהער געקימען צו רעפרעזענטירן מיינע ארטיקלען, און איך האף אז ס'וועט זיין אינטערעסאנט פארן ציבור

[tag]משה נתן[/tag] פון ווי קען איך וויסן צו ס'איז אינטערסאנט ווען האסט נאכנישט פרעזענטירט..??? האסט נאמאר ליב צו שרייבן אידיש??? אדער דא איז נישט ס'פלאץ?

איךלעבנאך האט געשריבן:איך בין א אינגערמאן וואס האט ליעב מיטצוהאלטען און דיסקוסירען וואס עס גייט פאר אין אונזערע קליינע וועלט וויא אויך אין די גרעסערע וועלט אין דער אויסען.

[tag]איךלעבנאך[/tag] איי געס, די וועלט איז שוין גארנישט אזוי גרויס, באט בכלל נישט קליין...

david11205 האט געשריבן:איך בין א נייגעריגער מענטש און האט ליב צו אלעס וויסן איך האב שטארק הנאה צו קומען אויף אזא היימישע פלאץ איך פיהל אזוי ווי ביי טאטע אין וויינגארטען

[tag]david11205[/tag] איך בין זעכער מ'האט מיט עפעס געשטילט דיין נייגער... אבער קוקט נישט אויס אז דו ביזסט אזוי היימיש אין דיין טאטע'ןס וויינגארטן...

ברוקלין האט געשריבן:דערציילן איבער זיך איז נישט גרינג, און קען זיין וועט פאסירן בשעת איך וועל פארוויילן אין אייער געזעלשאפט. פאר יעצט, שלום עליכם!

[tag]ברוקלין[/tag] נאכנישט פאסירט!

משה לייזער האט געשריבן:איך האב הנאה צו ליינען די ארטיקלען און אויך וויל איך קענען האבן שייכות מיט די חברים אין פרטי, אויך וויל איך קענען פובליצירן מיין דעה

[tag]משה לייזער[/tag] קאן זיין אין פרטי ביזסטו שוין מסודר, דיין דעה איז נאכנישט פאבליצירט!

גילוי אליהו האט געשריבן:איך בין דא צו פארברענגען און ארויסגעבן מיינע בויך ווייטאג און געדאנקען. פרעגן און ענפערן...

ווי יעדער דא בין איך בעצם א שטילער יונגערמאן אין זוכט זיך ערגעץ ארויסגעבן..

[tag]גילוי אליהו[/tag] גענימען געזעקס? איך וויל דיר נישט וואונטשן אז ס'זאל נישט העלפן.. באט געב דיך ארויס!

אחמד האט געשריבן:איך האלט מיך געשמאק, מיין מאמע פלעגט זאגן איך האב א סענס אוף הומאר, כ'בין עטוואס אן אויבער-חכם, א גרויסער שרייבער און שטיקל בר בי רב. איי וועט איר פרעגן פארוואס יאך רוף מיך "אחמד", איז דער תירוץ אז איר זאלט האבן וואס צו פרעגן.
איך בין אין א שטיקל דעפרעסיע און איך דארף ערענסט אביסל ליבשאפט. עטס קענטס מיר מקרב זיין אן מורא האבן פון לא תחנם, ווייל כ'בין עכט יא א איד. פינעף און צוואנציג?

[tag]אחמד[/tag] מ'האט דיך מקרב געווען מיט 8 לייקס און אפאר תגובות, זיי נישט קיין אויבער-חכם און לאמיך זעהן צו דיין מאמע איז גערעכט...


צום האפן אז די טעג וועט זיי אויפוועקן....
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
אהבת ישראל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:07 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך אהבת ישראל »

איך גלייך דעם פורום אין פין מאל צי מאל גליסט זיך מיר אריינצישרייבין א מיינונג כדי צי אויסקלארען דאס בילד איך בין אין דע דרייסגער יארען א חסידישער יוד האפענטליך...איך מיטען אייברשטענס הילף חלילה נישט צי שרייבען קיין לשון הרע אין רכילות איך גלליך מער די פאזעטיווע אשכולות
זעמעלע זעמל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 12:02 am
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך זעמעלע זעמל »

מיין נאמען איז זעמעלע, איך ארבייט שווער אהיימצוברענגען ברויט און שטוב אריין, ווי נישט ווי דארף דאך א יוד האבן ערגעץ ווי זיך דעם קעפל אנידערצולייגן, זעה איך דא אז עס איז דא קאווע שטיבלאך, קרעטשמע׳ס פארברענגענס, נו איז דאך עס ממש צוגעפאסענט פאר זעמעלע.

בין איך דא.
באבא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:39 am
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך באבא »

א חסידישער היימישע בחור, אינטערסאנט זיך אין מיוזיק וכדו', וואינט אין ארץ ישראל אין ירושלים עיר הקודש תובב"א,
דער באשעפער זאל העלפן אז איך זאל זוכה זיין צו משפיע זיין דא נאר גוטסקייט...
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6309
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 9053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2884 מאל

שליחה דורך איך אויך »

זעמעלע ע''ש ווי די אנטווערפענער רופן אונזער באליבטע בעיגל? אדער זעמל פון יענע באוויסטע פלעי? צו גאר ביידע.


באבא פון וועלכע שושלת הבאבאס שטאמט איר? אין-יעדעס-פאל קענט איר מיר ביטע מגלה זיין דיי וואך'ס לאטארי נומערן? איך בין מבטיח צו שטיצן אייערע מוסדות ביד רחבה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אתא קלילא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 8:25 am
געפינט זיך: אויף הר הבית
האט שוין געלייקט: 607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך אתא קלילא »

אויב וואלט דער באבא געויסט די נומבער פונעם לאטא ברוח קדשו וואלט ער גענימען דאס בינטל געלט פאר זיך אין זיך אליין געשטיצט אן דארפן צוקומען צו יענעמס טובות
די שושלת פון אלע באבות איז גיגאסען פון ריין גאלד סאיז אין עכט א גאלדענע קייט פונקט וי ביי אונז ביי די רעבישע וי מצוהט ווייטער אויס די גאלדענע קייט, אין די איינציגע זאך וואס רעדט צו די באבות איז די שפראך פון געלט, אין צומאל לייגט מען אויף אויסלייג די ישועות אויף סעעל,
א שטייגער וי @ישראל קאפקע האט געשריבן יענע וואך אויף קול מבשר וואס זענען מודיע אויף א סעעל געספאנסארט דורך חבורת מהרח״ו פון מחילת עוונות אויף סעעל
דער עיקר איז געלט אין וואס מער איז חשובער אין בעסער
5596701167צו הערען געקליבענע דרשות מפי האתון דער מאנארא חכם וגוץ
באניצער אוואטאר
קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מנהל תשע"ד-ע"ו
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

שליחה דורך קעלנער »

לשאלת הרבים: די ערשטע הודעה פון יעדע ניק קאפי איך ארויס פון די רעגיסטראציע פארום און איך שטעל עס דא ארויף. נאכ'ן ארויפשטעלן טויש איך די נאמען פון דעם פאוסטער פון מיין ניק צו די ניק וואס האט עס געשריבן. דערפאר קען מען אמאל זעהן מיין ניק פאר עטליכע סעקונדעס, פאר כ'טויש עס צו די ניק פון דעם שרייבער.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

איך בין בעל הבית וואס איז ב״ה טרוד על המחי׳ ועל הכלכלה, און איך זיך אסאך מאל צו הערן א גוט ווארט פון א גוטן פריינד, דעריבער בין איך זיך מחי׳ צו קענען זיין א טייל פונעם פראגראם!
תפיליןלייגער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 2:51 pm
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך תפיליןלייגער »

איך בין א חסידישער יונגערמאן, כ'באקום כסדר לינקס אהער, און כ'האב הנאה פון דעם שיינעם קרעמל, טראץ דעם וואס איך בין נישט איינשטומיג מיט אלע דעות דא.
כ'זוך דא צו קענען מיט-שמועסן מיט די חברים איבער די אקטועלע און אידישע נייעס, אזוי ווי אין קאווע שטיבל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6309
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 9053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2884 מאל

שליחה דורך איך אויך »

א לובאב?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5132 מאל

שליחה דורך ראשעקאל »

שלום עליכם אלע פרישע געסט!! אזוינע הייליגע נעמען ב''ה, קודש הילולים, אהבת ישראל, תפילין לייגער, באבא. קעניינעהארע.
זעמל דערמאנט מיר פון שליש שליש זאם זאם אין די גארביטש!!!....
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5132 מאל

שליחה דורך ראשעקאל »

איך אויך האט געשריבן:א לובאב?

לעסט טיים איי טשעקד לייגט מען אויך תפילין אין בעלז....
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6309
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 9053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2884 מאל

שליחה דורך איך אויך »

מען לייגט תפילין אבער נישט קיין תפילין לייגער ,יחי ההבדל הקטן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
תמימותדיגע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:23 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך תמימותדיגע »

איך בין א אינגערמאן וואס וויל שרייבן דא. איך דריי זיך דא א לענגערע צייט און קוק ארויס צו אנטייל נעמען אין די פארום. איך פיל אז דא דרייען זיך אינטטעלעגענטע נארמאלע מענטשן.
אינטער ברימער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 6:49 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך אינטער ברימער »

איך בין נישט קיין שרייבער אין אוודאי נישט זיך צו פארמעסטן מיט די אלה שרייבערס דא אבער איך גלייך צי ליינען די אלע גאר אינטערסאנטע אריקלען אין פין מאל צי מאל סוועט מיר חאפן די גוסטע זאל איך האבן עקסעס צי צולייגען מיינע צווי סענצס
arifriedman
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 6:41 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך arifriedman »

37 year old Chasidish Educated Participant....Live in Boro Park, Brooklyn

Looking to see what, who and how is out there, participating in this informative, humorous and entertaining site....hopefully enough characters for now

Details to follow
בהסתרה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 3:02 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך בהסתרה »

קאווע שטיבל האט גאר א ווייטן אפקלאנג, און איז א העכסט-אינטערעסאנטע אכסניא פאר אלע סארט שרייב-ווערק אין און ארום די אידישע וועלט
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4244
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3620 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

שלום עליכם, איך וועל אי"ה רעפרעזענטירן די אלע 20 נייע ניקס וואס האבן זיך לעצטנס איינגעשריבן. איך וועל שרייבן אויף זייער ביהעלף.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
עסקן נמרץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 8:57 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך עסקן נמרץ »

די קאווע שטיבל אין מיין בית מעדרעש איז שוין אלט אפגענוצט איך זיך שוין א נייע.

ווער עס ברויך סיי וואסארא הילף פונעם עסקן קען זיך פארבינדן מיט מיר.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 286 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 803 מאל

שליחה דורך outspoken »

עסקן נמרץ האט געשריבן:די קאווע שטיבל אין מיין בית מעדרעש איז שוין אלט אפגענוצט איך זיך שוין א נייע.

ווער עס ברויך סיי וואסארא הילף פונעם עסקן קען זיך פארבינדן מיט מיר.


יהא בואכם לשלום
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
ניקסאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 1:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך ניקסאן »

אגוטען אלע חשובע חברים דא.

פארוואס האט איר מחליט געווען צו ווערען א חבר דא ?

איך וויל זיך רעגיסטרירען דא אלץ א חבר משום כמה סיבות.
די הויפט סיבה איז.ווייל דא איז א פלאץ וואו מדיסקוסירט און מאיז מברר פארשידענע וויכטיגע און נוצבארע נושאים.
אזעלכע נושאים וואס ווערען געווענטליך געלייגט און א זייט,און ווערען איגרענירט משום סיבות שונות ומשונות,ווערען אבער דא ארויפגרעברענט און די אפן און דיסקאסירט.

מצב,
ככה ככה.

יארגאנג,
און די דרייסיגער.

חסידות,
אומפארטייעש רעגיסטריריט ביי די וואלען אלץ א none בלע״ז

טאלאנטען,
איך האלט אינמיטען אויספיגורען.

שאיפות,
מיין איין שאיפה איז צו לעבן אבער געלעבט כדבעי.

פלענער,
שוין לאנג אדורך דיע פלאנען סטעיזש.
פאלענד ספרינג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:22 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך פאלענד ספרינג »

איך בין א אכט און צוואנציג יעריגער אינגערמאן וואס ארבעט שווער פאר פרנסה. איך סיין מיר אויף דא כדי צו האבן אן אוטלעט זיך אויסצוגעבן צו קענען ארויסלאזן אביסל סטיעם פון די ארבעט. איך האף צו שרייבן און ליינען ווען איך האב אביסל צייט דורכ'ן וואך.
רעאגיר