- די צייטונג האט אנגעהאלטן א חודש צייט. דער פעטער ז"ל האט נאך געלעבט, בערך א פערציג יאר [צוריק]. און ער האט געהייסן פארמאכן דעם צייטונג, תיכף ומיד. האט ער געזאגט, א צייטונג, דארף, מעלדן, אלע נייעס; ער דארף דאס דעקן, מעלדן בהרחבה, מיט א ברייטקייט, און מסביר זיין, מיט א טעם, ווי דער דרך פון א צייטונג. עס איז נישט מעגליך, אז מ'זאל נישט נכשל ווערן אין ציוניסטישע פראפאגאנדע – אזוי האט ער געזאגט, בשגגה, נישט וועלנדיג. האט ער געהייסן פון איין טאג צום אנדערן טאג, יא, פון איין טאג צום אנדערן טאג, מ'זאל זאפארט פארשפארן.
איך טראכט צוריק, וואס וואלט ער געזאגט היינט צו טאג צו די אידישע ראדיא, וואס וואלט ער געזאגט אויף דעם? ער'ט יעדן טאג, מפרסם די נייעס, מיט א ביאור מיט אן הרחבה, אלע פיטשיווקעס, אזוי... דער אידישער ראדיא האט א חלק אין בלבול המוחות, א ציוניסטישע שטימונג, ציונות כשר למהדרין, משפיע ביודעין ובלא יודעין, דעות נפסדות, רעגליעזע (?) ציונות, פרומע ציונות, אין אומר ואין דברים.
פאר'ן צוקומען צו דעם רבי'נס שטוינענדער היפאקריטסטווע, איז וויכטיג אנצואווייזן אויף די אפענע היסטארישע שקרים וואס דער רבי שליט"א האט דא אויסגעזויגן פון פינגער כדי צו קאכן זיין אגענדע.
פון דעם ערשטן מינוט וואס סאטמאר איז געווען אינסטרומענטאל איבערצונעמען די צייטונג "דער איד", איז דער ציל געווען דאס צו פארוואנדלען אין א געהעריגער טאג-צייטונג גענוי ווי די אנדערע אידישע צייטונגען וואס זענען דעמאלט ערשינען. יעדע פאר יאר זענען ערשינען ארטיקלען אין "דער איד" וואס האבן גערעדט וועגן דער האפענונג אז איין טאג וועט "דער איד" קענען אנפאנגען צו ערשיינען יעדן טאג פון דער וואך. ענדליך איז דאס ערמעגליכט געווארן אין די סוף ל'-יארן, ווען די "אידישע צייטונג" האט אנגעפאנגען צו ערשיינען דורך אן אליאנץ פון סאטמארער און ליובאוויטשער שרייבער.
יא, אין דער צייט וואס דער עקסטרעמערער עלעמענט אין סאטמאר האט שוין פרובירט צו די היינטיגע שנאה מעטאדן פון אפפרעמדן יעדן וואס גייט נישט אין שפאן, איז ליובאוויטש נאך געווען אפיציעל כשר אין סאטמאר (כ'האף זיך צוריקצוקערן צו דער טעמע אין א צוקונפטיגן ארטיקל פון די "דער איד" ארכיוון), און די "אידישע צייטונג" האט זיך געעפנט בברכתו פון האדמו"ר מסאטמאר ז"ל.
ווען די טעגליכע "אידישע צייטונג" האט זיך געעפנט, זענען תיכף ארויסגעשפרינגען די בלינדע עקסטרעמיסטן און יעדן טאג האבן זיי פרובירט צו טרעפן חטאים פון דער צייטונג. האדמו"ר מסאטמאר איז שוין געווען אין זיינע לעצטע יארן, און איז גרינג מאניפולירט געווארן דורך די אלע עקסטרעמיזם-הונגעריגע פארשוינען. ענדליך איז איין טאג ערשינען אין דער "אידישער צייטונג" א באגריסונג פאר דעם שרייבער הילל זיידמאן, און די קיצונים האבן דאס אויסגענוצט צו העצן דערקעגן פאר'ן רבי'ן. די העצעס, נאכדעם וואס אזעלכע רבנים ווי האדמו"ר מקאשוי ז"ל האבן זיך דערין אריינגעלייגט, זענען געווען דער גורם אז דער סאטמאר-ליובאוויטשער אליאנץ איז געבראכן געווארן, און די צייטונג האט אויפגעהערט צו ערשיינען.
אבער די היפאקריטסטווע פון דעם סאטמארער רבי'ן שליט"א איז נאך פיל מער איראניש און טראגיש. אונטער זיין נשיאות ווערט שוין יעדע וואך אין די לעצטע 14 יאר ארויסגעגעבן "דער בלאט", א דיקע צייטונג אנגעפילט מיט טפשות און רשעות, אין א קלארע באווייז אז עס איז אינגאנצן נישט קאנטראלירט דורך מענטשן מיט מער ווי עטליכע אונסעס שכל אין קאפ. די צייטונג וואס האדמו"ר מסאטמאר האט כלומרשט אפגעשטעלט ווייל עס איז נישט מעגליך גענוג נזהר צו זיין, איז יעדן טאג ערשינען מיט קארגע פיר זייטן. דורכאויס דעם גאנצן חודש וואס די "אידישע צייטונג" איז ערשינען, זענען געדרוקט געווארן ווייניגער זייטן ווי עס ווערט היינט געדרוקט אין "דער בלאט" אין איין איינציגער וואך!
ווי טראגיש און ביטער אז פשוט'ע פאקטן וואס שרייען אין פנים אריין מיט קולי קולות דרינגען נישט דורך דעם הארץ און געוויסן פון א מענטש וואס שטייט בראש פון א גרויסער געמיינדע אידן. די געמיינדע באשטייט פון טויזנטער אנשים, נשים וטף; פרישע דורות וואס וואקסן אויף קוקנדיג אויף אים ווי דער מוסטער פון צדקות און אמת. וואס קען מען ערווארטן פון אזעלכע תינוקות שנשבו, וועלכע ווערן געקארמעט מיט דברי הבל פון שנאה און השחתה פון קליינווייז אן. עס איז אפילו שווער זיי צו באשולדיגן ווען זיי לעבן אין א וועלט פון אילוזיע, וואו אמת ושקר זענען משמשים בערבוביא.