האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר, "אידישע צייטונג" און "קול מבשר"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר, "אידישע צייטונג" און "קול מבשר"

הודעהדורך ראובן » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 2:50 pm

נעכטן נאכט, ביי א סעודת הילולא צו דעם יארצייט פון האדמו"ר מסאטמאר ז"ל, האט האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין א טיראדע קעגן דער באליבטער טעלעפאן אינפארמאציע ליניע "קול מבשר". בשייכות מיט דעם, האט דער סאטמארער רבי דערציילט איבער דער "אידישער צייטונג" וואס איז ערשינען דורכאויס איין חודש בסוף ימי חייו פונעם סאטמארער רבי'ן ז"ל:

    די צייטונג האט אנגעהאלטן א חודש צייט. דער פעטער ז"ל האט נאך געלעבט, בערך א פערציג יאר [צוריק]. און ער האט געהייסן פארמאכן דעם צייטונג, תיכף ומיד. האט ער געזאגט, א צייטונג, דארף, מעלדן, אלע נייעס; ער דארף דאס דעקן, מעלדן בהרחבה, מיט א ברייטקייט, און מסביר זיין, מיט א טעם, ווי דער דרך פון א צייטונג. עס איז נישט מעגליך, אז מ'זאל נישט נכשל ווערן אין ציוניסטישע פראפאגאנדע – אזוי האט ער געזאגט, בשגגה, נישט וועלנדיג. האט ער געהייסן פון איין טאג צום אנדערן טאג, יא, פון איין טאג צום אנדערן טאג, מ'זאל זאפארט פארשפארן.

    איך טראכט צוריק, וואס וואלט ער געזאגט היינט צו טאג צו די אידישע ראדיא, וואס וואלט ער געזאגט אויף דעם? ער'ט יעדן טאג, מפרסם די נייעס, מיט א ביאור מיט אן הרחבה, אלע פיטשיווקעס, אזוי... דער אידישער ראדיא האט א חלק אין בלבול המוחות, א ציוניסטישע שטימונג, ציונות כשר למהדרין, משפיע ביודעין ובלא יודעין, דעות נפסדות, רעגליעזע (?) ציונות, פרומע ציונות, אין אומר ואין דברים.

פאר'ן צוקומען צו דעם רבי'נס שטוינענדער היפאקריטסטווע, איז וויכטיג אנצואווייזן אויף די אפענע היסטארישע שקרים וואס דער רבי שליט"א האט דא אויסגעזויגן פון פינגער כדי צו קאכן זיין אגענדע.

פון דעם ערשטן מינוט וואס סאטמאר איז געווען אינסטרומענטאל איבערצונעמען די צייטונג "דער איד", איז דער ציל געווען דאס צו פארוואנדלען אין א געהעריגער טאג-צייטונג גענוי ווי די אנדערע אידישע צייטונגען וואס זענען דעמאלט ערשינען. יעדע פאר יאר זענען ערשינען ארטיקלען אין "דער איד" וואס האבן גערעדט וועגן דער האפענונג אז איין טאג וועט "דער איד" קענען אנפאנגען צו ערשיינען יעדן טאג פון דער וואך. ענדליך איז דאס ערמעגליכט געווארן אין די סוף ל'-יארן, ווען די "אידישע צייטונג" האט אנגעפאנגען צו ערשיינען דורך אן אליאנץ פון סאטמארער און ליובאוויטשער שרייבער.

יא, אין דער צייט וואס דער עקסטרעמערער עלעמענט אין סאטמאר האט שוין פרובירט צו די היינטיגע שנאה מעטאדן פון אפפרעמדן יעדן וואס גייט נישט אין שפאן, איז ליובאוויטש נאך געווען אפיציעל כשר אין סאטמאר (כ'האף זיך צוריקצוקערן צו דער טעמע אין א צוקונפטיגן ארטיקל פון די "דער איד" ארכיוון), און די "אידישע צייטונג" האט זיך געעפנט בברכתו פון האדמו"ר מסאטמאר ז"ל.

ווען די טעגליכע "אידישע צייטונג" האט זיך געעפנט, זענען תיכף ארויסגעשפרינגען די בלינדע עקסטרעמיסטן און יעדן טאג האבן זיי פרובירט צו טרעפן חטאים פון דער צייטונג. האדמו"ר מסאטמאר איז שוין געווען אין זיינע לעצטע יארן, און איז גרינג מאניפולירט געווארן דורך די אלע עקסטרעמיזם-הונגעריגע פארשוינען. ענדליך איז איין טאג ערשינען אין דער "אידישער צייטונג" א באגריסונג פאר דעם שרייבער הילל זיידמאן, און די קיצונים האבן דאס אויסגענוצט צו העצן דערקעגן פאר'ן רבי'ן. די העצעס, נאכדעם וואס אזעלכע רבנים ווי האדמו"ר מקאשוי ז"ל האבן זיך דערין אריינגעלייגט, זענען געווען דער גורם אז דער סאטמאר-ליובאוויטשער אליאנץ איז געבראכן געווארן, און די צייטונג האט אויפגעהערט צו ערשיינען.

אבער די היפאקריטסטווע פון דעם סאטמארער רבי'ן שליט"א איז נאך פיל מער איראניש און טראגיש. אונטער זיין נשיאות ווערט שוין יעדע וואך אין די לעצטע 14 יאר ארויסגעגעבן "דער בלאט", א דיקע צייטונג אנגעפילט מיט טפשות און רשעות, אין א קלארע באווייז אז עס איז אינגאנצן נישט קאנטראלירט דורך מענטשן מיט מער ווי עטליכע אונסעס שכל אין קאפ. די צייטונג וואס האדמו"ר מסאטמאר האט כלומרשט אפגעשטעלט ווייל עס איז נישט מעגליך גענוג נזהר צו זיין, איז יעדן טאג ערשינען מיט קארגע פיר זייטן. דורכאויס דעם גאנצן חודש וואס די "אידישע צייטונג" איז ערשינען, זענען געדרוקט געווארן ווייניגער זייטן ווי עס ווערט היינט געדרוקט אין "דער בלאט" אין איין איינציגער וואך!

ווי טראגיש און ביטער אז פשוט'ע פאקטן וואס שרייען אין פנים אריין מיט קולי קולות דרינגען נישט דורך דעם הארץ און געוויסן פון א מענטש וואס שטייט בראש פון א גרויסער געמיינדע אידן. די געמיינדע באשטייט פון טויזנטער אנשים, נשים וטף; פרישע דורות וואס וואקסן אויף קוקנדיג אויף אים ווי דער מוסטער פון צדקות און אמת. וואס קען מען ערווארטן פון אזעלכע תינוקות שנשבו, וועלכע ווערן געקארמעט מיט דברי הבל פון שנאה און השחתה פון קליינווייז אן. עס איז אפילו שווער זיי צו באשולדיגן ווען זיי לעבן אין א וועלט פון אילוזיע, וואו אמת ושקר זענען משמשים בערבוביא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ראובן אום מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 11:43 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2565
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10130 מאל

הודעהדורך כוכב » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 2:58 pm

אוי להם לבריות מעלבונה של תורה.
קיינע ווערטער, קיינע ווערטער.
אין אנדערע נייעס האט קול מבשר געווינען דעם נאכט דאס מערהייט פון סאטמארער חסידים אלס פייערידגע פאטריאטן.
צו אלע הייליגע ארוינים כגאלד ודומיהן, מאך דיך צו די אויגן א מינוט און זאג מיר אויב די דרשה וואלט פאסירט אין פאל ער קרוינט מהר'א אלס אויסשליסליכער סאטמארער רבי.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2526
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7171 מאל

הודעהדורך outspoken » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 3:18 pm

און באלד וועט מען שרייען אז איך בין אן ארוני...
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

הודעהדורך גאלד » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 4:30 pm

FYI
רז"ל האט אפאר וואכן צוריק אין מאנרא געהאקט אויף קול מבשר, צוליב אקוראט דער זעלבער סיבה וואס ר' אהרן האט ערווענט נעכטן

א גוט שבת
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1723 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 4:57 pm

גאלד, אזויווי איך ווייס אז דו ביסט אן אהרוני, פרוביר איך צו כאפן וויאזוי דיין קאמענטאר איז גינסטיג פאר דיין רבי'ן. כ'קלער אז דו מיינסט צו זאגן אזוי:
באשולדיג נישט מיין רבי'ן אז ער איז א שקרן און א היפאקריט, דאס איז נישט חלילה זיין פערזענליכער פעלער. זע נאר ווי דאס איז איינגעקריצט אין דער די-ען-עי פון סאטמאר, און זיין ברודער האט געטון אקוראט דאס זעלבע.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2565
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10130 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 5:27 pm

איך גיי ערקלערן גאלד'ס נקודה.

עס איז נישט וואס מען זאגט, עס איז ווער עס זאגט עס.

רז"ל האט דאס געזאגט ואין פוצה פה ומצפצף, דו האסט נישט קיין אישו מיט וואס מהר"א האט געזאגט, נאר מיט מהר"א זעלבסט
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

הודעהדורך outspoken » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 5:41 pm

איך גיי ערקלערן גאלד'ס נקודה. (אלץ געווארענע ארוני)

ווען מהר''א זאגט עפעס שאקעלט עס די וועלט אבער ווען מהרז''ל זאגט עפעס ווייסט קיינער נישט.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

הודעהדורך כוכב » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 5:45 pm

עס פעלט דעם עולם רידינג קאמפריאנציע. ראובנס טענה'ס איז נישט געווען אזוי ווייט אויף דעם עצם קריטיקירן קול מבשר, נאר אויף די לעכערליכע קאפיטל היסטאריע מיט דער אידישער צייטונג.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2526
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7171 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 6:00 pm

משולם שטיינפעלד האט געשריבן: דו האסט נישט קיין אישו מיט וואס מהר"א האט געזאגט, נאר מיט מהר"א זעלבסט


ראובן האט געשריבן:עס איז אפילו שווער זיי צו באשולדיגן ווען זיי לעבן אין א וועלט פון אילוזיע, וואו אמת ושקר זענען משמשים בערבוביא.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2565
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10130 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 6:02 pm

כוכב האט געשריבן:עס פעלט דעם עולם רידינג קאמפריאנציע. ראובנס טענה'ס איז נישט געווען אזוי ווייט אויף דעם עצם קריטיקירן קול מבשר, נאר אויף די לעכערליכע קאפיטל היסטאריע מיט דער אידישער צייטונג.

און ווי ער נוצט א פון-פינגער-אויסגעזויגענעם קאפיטל "היסטאריע" אראפצורייסן א פיינעם יונגערמאנ'ס פרנסה, אין דער צייט וואס דער [פאלשער] סיפור המעשה איז אים אליין פונקט אזוי, אדער נאך מער, נוגע.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2565
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10130 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 10:40 pm

איך מיין אז צו באצייכענען אזא התנהגות מצד האדמו"ר מהר"א מסאטמאר "שליט"א" אלס היפאקראטיע איז א היבשער אנדערסטעיטמענט, ס'איז גענוג צו ריפען איינעם א היפאקריט ווען ער מיינט כאטש ערענסט וואס ער זאגט נאר ער פאלט דורך מיט דעם וואס ער טוט אפלייען פארשידנארטיגע סטאנדארטן פאר זיך און פאר א צווייטן, אבער אין פאל איינער רופט פארן אפשאפן איינעמס מקור חיונה ווען ס'קימערט אים ווייניג די אזויגעריפענע שווערע תוצאות אין רוחניות וואס דאס ברענגט מיט זיך מיט, ס'נאר א פשוטע תאוה'לע פון נאכמאכן א תנועה פון רבי'ן און צו ווייזן אז ער איז עומד וגודר בפרץ איז עס פשוט בארבאריזם.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1686
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1949 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2206 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:56 am

אויב געדענק איך גוט האט טאקע דער בלאט אליין באשריבן די אידישע צייטונג מיט עטליכע יאר צוריק, און זיי האבן אויך דערמאנט די עפיזאד מיט זיידמאן.
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 445
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 418 מאל

הודעהדורך שרייבער » זונטאג אוגוסט 24, 2014 10:06 am

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:איך גיי ערקלערן גאלד'ס נקודה.

עס איז נישט וואס מען זאגט, עס איז ווער עס זאגט עס.

רז"ל האט דאס געזאגט ואין פוצה פה ומצפצף, דו האסט נישט קיין אישו מיט וואס מהר"א האט געזאגט, נאר מיט מהר"א זעלבסט
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל

הודעהדורך ווייט פיש » זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:46 pm

ראובן האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:עס פעלט דעם עולם רידינג קאמפריאנציע. ראובנס טענה'ס איז נישט געווען אזוי ווייט אויף דעם עצם קריטיקירן קול מבשר, נאר אויף די לעכערליכע קאפיטל היסטאריע מיט דער אידישער צייטונג.

און ווי ער נוצט א פון-פינגער-אויסגעזויגענעם קאפיטל "היסטאריע" אראפצורייסן א פיינעם יונגערמאנ'ס פרנסה, אין דער צייט וואס דער [פאלשער] סיפור המעשה איז אים אליין פונקט אזוי, אדער נאך מער, נוגע.


די נקודה פארוואס ער האט אראפגעריסן קול מבשר איז פשוט ווייל דער עולם איז דערצו עדיקטעד און מען הערט דארט לדעתו זאכן וואס איז נישט אויסגעהאלטען
מה כל הרעש?

דער ציטאט וואס די ברענגסט איבער זיין אראפברענגען א מעשה, האט נישט מיט זיין טענה קעגן קול מבשר
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

הודעהדורך בשבילי! » זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:58 pm

אן נעמען א שטעלונג צו ר''א איז גערעכט און צו ער מיינט עס בכלל ערנסט, איז אבער די טענה וועגן אראפרייסן א אינגערמאנ'ס פרנסה נישט אויסמאכענד און קומט נישט אריין דא. ווען און אויב א רב האלט אז עפעס טויג נישט מאכט נישט אויס אז איינער האט פרנסה דערפון, גארנישט ווייניגער ווי אז איינער זאל פארקויפן טריפה מאגאזינען פאר פרנסה.
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:24 pm

והמערכה נגד ה'שטערן' ו'שפאקטיוו' יוכיח.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15193
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17967 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18281 מאל

הודעהדורך כוכב » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:31 pm

בשבילי!
דאס הייסט אם אין דעת הבדלה מנין.
באקאנט ווען זושא שמעלצער האט ארויסגעגעבן די למד קאטשקעס טעיפ, האט ר' חיים יאנקל רובין געוואלט ארויסקומען מיט אן איסור ווייל ער איז מזלזל בקדושת האותיות.
איז ער דעמאלט געגאנגען צו הרה"ק רבי הערשלע זי"ע מספינקא וועמענס יארצייט אגב איז אויסגעפאלן נעכטן, און געבעטן ער זאל מיטשטומען מיט זיין מערכה.
רבי הערשלע האט אים דעמאלט געזאגט: איר זענט גערעכט אבער פאר'ן טשעפען די פרנסה פון א איד קען מען ביטער אפשניידן, און הרב רובין האט זיך ארויסגעלאזט פון דער גאנצער מערכה.
ניין. נישט יעדע זאך איז ווי פארקויפן טריפה'נע מאגאזינען, א רב א בר דעת דארף ארייננעמען פארשידענע פאקטארן פאר ער אסר'ט סיי וואס און די פרנסה פון א איד איז גאר א וויכטיגער פאקטאר.
און איך האב פאר דיר נייעס: אפילו ווען איינער פארקויפט טריפה'נע צייטונגען איז אויך נישט אלעמאל ריכטיג צו פירן א מערכה דערוועגן. דער רב למשל וואס וועט פירן א מערכה קעגן "וואס איז נייעס" ווייל ער פארקויפט די "ניו יארק פאסט" איז א שוטה און א מושחת.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2526
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7171 מאל

הודעהדורך בשבילי! » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:55 pm

איז די שאלה ווער מאכט אפ וואו מבדיל צו זיין? ביי דיין מעשה וועט יעדער מודה זיין אז רובין איז געקראכן אויף גראדע ווענט, ביי קול מבשר איז דער בעל המבשר שיחיו אליין מודה אז ער איז נישט געמאכט פאר קינדער, און ער האט טאקע א פאליסי קיינמאל צו אדרעסירן פערזענליך קינדער אין אדווערטיזמענטס וכדומה, (און וויפיל העלפט עס?)
ווידער ביי פינקל'ס יאטקע האט שוין יעדער מודה געווען אז מ'האט געמעגט אונטערברענגען א איד'ס פרנסה.
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך ווייט פיש » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:58 pm

@בשבילי! פארוואס זאל דען א רב נישט האבן די רעכט צו מחליט זיין ווי מען מעג יא יענעם מפסיד זיין און ווי נישט, בפרט דא ביי אינזער פאל קוקט נישט אויס ווי עפעס א צד אין סאטמאר זאל דא עפעס בענעפיטירען פון דאס יא אדער נישט הערן זיין טעלעפאון
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

הודעהדורך רוח קדים » זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:18 pm

בשבילי! האט געשריבן:איז די שאלה ווער מאכט אפ וואו מבדיל צו זיין? ביי דיין מעשה וועט יעדער מודה זיין אז רובין איז געקראכן אויף גראדע ווענט, ביי קול מבשר איז דער בעל המבשר שיחיו אליין מודה אז ער איז נישט געמאכט פאר קינדער, און ער האט טאקע א פאליסי קיינמאל צו אדרעסירן פערזענליך קינדער אין אדווערטיזמענטס וכדומה, (און וויפיל העלפט עס?)
ווידער ביי פינקל'ס יאטקע האט שוין יעדער מודה געווען אז מ'האט געמעגט אונטערברענגען א איד'ס פרנסה.


קודם ווער זאגט אלע האבן מודה געוועזן ער קריכט אויף גראדע ווענט? ער האט געהאלטן מ׳שפילט זיך ארום מיט הייליגע אותיות, כאילו פון דעם אות ה׳ קען דאס פיסל אראפפאלן וכדו׳, און כפי ששמעתי איז ר׳ הערשלע זעלבס געוועזן גרייט אונטערצושרייבן דעם קול קורא, נאר אויף דער פראגע צו ס׳וועט אים נישט קאסטן דאס טשעפען א איד, האט ר׳ הערשלע געזאגט אז פאר טשעפען א איד באצאלט מען. און די אלע וואס האבן דאס געטון פריעדיגע דורות, זענען גרייט געוועזן צו ליידן פאר כבוד שמים.

קול מבשר קודם, וואו און ווען זאגט ער ס׳איז נישט געמאכט פאר קינדער; אדרבה, פון זיין נישט מעלדן פילע נייעסלעך שיינט דאס צו זיין מיוחד אויך פאר קליינע קינדער. און ווי איך פארשטיי איז דער סאטמערער רבי נישט צופרידן מטעם אזוי גערופענע ציונות.

לגבי פינקל איז דער פראבלעם נישט געוועזן זיין פרנסה. מ׳שטיינס געזאגט: מעקדאנעל׳ס וועט זיך נישט צעקראצן פאר היימישע דעמאניסטראציעס, און די קארפן קעפ מלומדי מלחמה פון חומות הדת זוכן בכלל נישט צו פראטעסטירן דערקעגן.

פינקל איז געוועזן א פשוטער פאפער, ליגנער און גנב. זיך אנגעגעבן אלס מעקלער פון א כשר׳ן יאטקע, און מאכיל געוועזן שלומי אמוני ישראל מיט נבילות וטריפות. הן פון א תורה׳דיגן שטאנדפונקט, און הן פון א מאראלישן שטאנדפונקט, איז ער געוועזן א פאלנער פארברעכער.

בקיצור, זאגסטו אז דו ביזט נישט קיין ארוני?
באניצער אוואטאר
רוח קדים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:40 am
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 225 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:25 pm

יויש, מ'פארדרייט דא מיין אשכול אז ס'איז א פחד. לאמיר עס לאזן ביי דעם אז א רב האט רעכט אונטערצוברענגען יעדנ'ס פרנסה אויב עס איז קעגן תורה/מסורה/חסידות/רבי ז"ל, וכו'. דא איז דאך נישט די טענה אז ער פרובירט אונטערצוברענגען יענעמ'ס פרנסה, נאר אז אויב איינער וויל דעם רבי'ן דערלאנגען א קורה אין קאפ אריין צוליב זיינע שקרים, באמערקט ער גלייך אז עס ליגט שוין דעם רבי'ן א ריזיגן קלאץ צווישן די אויגן.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2565
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10130 מאל

הודעהדורך שרייבער » זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:47 pm

האדמו"ר מהר"א האט עס נישט גע'אסר'ט, ער האט ס"ה געברענגט דעם עולם צו טראכטן, וואס וואלט דער רבי ז"ל געזאגט אויף אזא זאך
און היות ס'איז דא אנאליזן וואס עס ווערט ארויסגעברענגט היפך שיטתו הבהירה פון רבינו בעל דברי יואל זי"ע און דאס גרעניצט זיך מיט מינות, האט ער געהאלטן ער דארף עס ברענגן צום אווערנעס פאר זיין ציבור
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:17 pm

ראובן האט געשריבן:גאלד, אזויווי איך ווייס אז דו ביסט אן אהרוני, פרוביר איך צו כאפן וויאזוי דיין קאמענטאר איז גינסטיג פאר דיין רבי'ן. כ'קלער אז דו מיינסט צו זאגן אזוי:
באשולדיג נישט מיין רבי'ן אז ער איז א שקרן און א היפאקריט, דאס איז נישט חלילה זיין פערזענליכער פעלער. זע נאר ווי דאס איז איינגעקריצט אין דער די-ען-עי פון סאטמאר, און זיין ברודער האט געטון אקוראט דאס זעלבע.

ראובן: איך רעד נישט פאר "גאלד". כ'בין זיכער אז ער קען אויכעט אויסקלאפן א פאסיגן ענטפער אויף זיין קיבאורד. אבער לפענ"ד איז פשט אין זיין ענטפער לאמור: היות די מערסטע אטאקירער (לכה"פ דא אין שטיבל) זענען פון די מחנה הזאלונים. זאגט ער פשט אוזי. "עטץ האקטץ אויף מיין רעבי'ן איבער זיינע (נארישע און בייזוויליגע) סטעיטמענטס אויף קול מבשר?! ענקער רבי האט דאך אויכעט געזאגט די זעלבע"...\
נ.ב: איך האב געליינט דיין די.ען.עי. רעפארט. ניין פון דארט איז משמע אז דו ביסט נישט סאטמאר. מיין רעפארט איז נאכנישט צוריקגעקומען פון די "לעב"... :? 8-) :lol: :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :oops: :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13821
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15723 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8926 מאל

הודעהדורך יואליש » זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:53 pm

קול מבשר איז ס"ה א ביזנעסמאן. ער וואלט פארגעעליינט דערציילונגן פון צדיקים און קוגל רעסעפיס אויב דאס ברענגט אים צוהערער און געלט פון אדווערטייזער. ווי אסך אינדוסטריס ביי חסידים (קאמפויטער געשעפטן, קליידער קלייטן, רעסטוראנטן) רעכנען זיך די פראגמאטישע בעלי בתים מיט די רוח אויפן גאס, ווי דאס ווערטל גייט, די קאסטומער איז אלוועיס רייט. זייענדיג אויף די דיפענסיוו וועט קול מבשר ווארשיינליך איינפירן "רעפארמען" דורך שענקן א שפע פון לא יחרץ פראזן צו די פרומערע צוהערער. אזוי האט דער שטערן געטוהן ווען ער איז געקומען אונטער פייער פון די קנאים, און אזוי פירן זיך אלע פובליקאציעס פריעמטיוולי.

דער פראבלעם פאר קול מבשר איז אבער אז אנדערש ווי מיט צניעות, איז כלל ישראל צוטיילט איבער די פראגע פון פרא-ישראל סענטימענטן. זייענדיג א האטליין, אבער, איז קול מבשר אין אן אייגענארטיגע פאזיציע פאר א לייזונג. ער קען איינפירן אז ביים אריינריפן וועלן די ריפערס בוחר זיין וואספארא סארט דעקונג זיי זיכן:

קול מבשר!

פאר סאטמאר-ארונים דריקט נומבער 1, סאטמאר-זאלונים 2, פאר באבאוו 3, פאר באבוב-45 ע"פ הפסק ד"ת דריקט נישט נומבער 3, פאר פאפא 4, קלז"ב 5, פאר ברוך השם'ס און סייעתא דשמיא'ס אין יעדע זאץ דריקט 6, יעדע צווייטע זאץ 7, פאר אינטערוואיוס מיט פלאכע ביבער היטן 8, פלאכע ביבער היטן און שטאפענע היטן 9, הויכע היטן 10, טראגן מיטן עירוב ב"פ 11, עירוב וומ"ס 12, עסן OU דריקט 13, רינדיגע מצות 14, שטייען אויף סליחות פון ר"ח אלול 15, ניצן פינעף אינטשיגע הושענות 16, משומר פילטער 17, וכו:
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2521
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3911 מאל

הודעהדורך יוסף מ » זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:12 pm

ס'איז ידוע אז דער רבי ז''ל האט נישט געוויסט פון די אלע ווילדע שטיק וואס די חסידים האבן געטון.
צי זאגן אז ער ליינט בכלל נידט קיין צייטונג איז זייער נישט מסתבר, ער איז דאך ממש ווי די פעטער. קלער איך אז ער ליינט נאר דער איד, און ווייסט ניטאמאל אז זיין פארטיי געבט ארויס א וועכנטליכע צייטונג.
יוסף מ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 20, 2013 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

נעקסט

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט