יין שרף האט געשריבן:
בכלל איז זייער שווער ארויסצוהאבן א קלארע שו"ע מיט א "מהיכן דנתני", ס'איז מער ווייניגער אז בי"ד האט אנגענומען די טענה אז די תכלית פון "רב הצעיר" איז ממלא מקום וכד'. מילא איז עס מער תלוי אין וועלכע טענות מען האט אנגענומען, ווי א סעיף אין שו"ע.
א'
די בית דין האט גובה עדות געווען פינעם שליח מיוחד וואס איז געגאנגען רעדן מיטן רבי'ן מהרנ''ץ איבערן טיטעל ''רב הצעיר'' פאר זיין אינגערע ברודער, און רבי נפתלטשע זצ''ל זעלבסט האט קלארגעשטעלט אז די טיטול מיינט ''בלויז כיבודים'', די ווערטער זענען געהערט געווארן ביים בית דין
ב'
עס איז בכלל נישט אזוי שווער צו ארויסהאבען דעם ''מהיכן דנתוני'' קוקט נאר איבער נאכאמאל דעם הברי ושמא פון צד הרב''צ בלבוש בי''ד, און די בירור הלכה וואס האט נאכגעפאלגט פון קהילת באבוב נגדו דארט זעט מען קלאר דעם מהיכן דנתוני
א שאד נאר אז הדד בן בדד45/רב החובל48 וואס זענען דעמאלטס געווען דא אין די פעדערן זענען געגאנגען שלאפן.
אוהב ספרים האט געשריבן:ווייט פיש האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן:ווייט פיש האט געשריבן:רבנים דרוקען זיך אויס אויפן פסק דין
די אלע אזוי גערופענע תגובות פון רבי יחזקאל ראטה, רבי חיים לייב כ"ץ א.ד.ג. זענען שוא ושקר נישט געשטועגען אדער געפלויגען
אסאך גאר ערנסטע רבנים האבן זיך שארף אויסגעדרוקט איבער די קארופציע וואס שיינט ארויס פון יעדן ווינקל פינעם פסק, מסתבר איז אז די רבנים זעלבסט זענען מוכן צו מאכן א פאבליק ענאונסמענט וועלן זיי זעלבסט עס מאכן,
דערווייל פעלט נישט אויס אז מען זאל דא אויסשמירן פרטי'שע נעמען פון רבנים.
די רבי רמ''ד זאגט אז אן א שיעור רבנים זאגן אים און קלינגען פערזענליך אן זאגן אז דאס איז ''קיין פסק''
וועמען האט רמ"ד דאס געזאגט, פאר דיר ווייט פיש, אדער פאר דיין קאזין סעלמאן פיש
קודם שיקט מען ארום אין טוויטער נעמען פון ר' יחזקאל, ר' חיים לייב, ר' מיכל שטיינמץ, ווען מען טשעקט דאס אויס און מען זעהט אז דאס איז הויל דמיון, זאגט מען אז מען דארף נישט אויסשמירען ברבים פרטישע נעמען פון רבנים, און אז רבנים רופען אהן פערזענליך וכו'
גראו אפ זאגט מען אויף אידיש
ווייט פיש זעלבסט האט עס געהערט מפי ב' גדולי הרבנים, און אוהב'ל זעלבסט קען זיך עס איבערצייגען מיטן גיין הערן פון אנשטענדיגע רבנים וואס זייער מיינונג איז אויפן פסק