דורך קאך_לעפל » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:10 am
אפשר קען דא עמיצער קלאר מאכן די פאקטען איינמאל פאר אלעמאל?
לויט ווי איך האב א ביסל פארשטאנען די טענה'עס ומענה'עס פון ביידע צדדים, שטעלט זיך עפעס ארויס דעם בילד:
דער מהר''ש השני מבאבוב האט פארלאזט דעם דאזיגער וועלטע'ל ר''ח אב תש''ס. און ער האט איבערגעלאזט 2 זון. זיין זון בזו''ר דער אדמו''ר מהרנ''צ ז''ל, און זיין זון הרב בנצא''ל שליט''א פון זו''ש.
פאר יעדען איז געווען קלאר אז דער מהרנ''ץ איז דער יורש מדאורייתא, והוא ישב על כיסא שלמה אביו, דאס איז יעדער מסכים.
י''ב אדר תשס''ה האט דער מהרנ''ץ ז''ל פארלאזט אונזער וועלטעל.
אצינד איז אזוי:
וואלט ווען מהרנ''ץ ווען געהאט א זון, וואלט דאך דער זון זיכער געווען דער יורש מדאורייתא.
נאר במציאות האט ער נישט געהאט קיין זון נאר איידעמער, וואלט ווען זיין עלסטע איידעם הגר''י רובין שליט''א געדארפט זיין זיין יורש מדאורייתא, אלס חותנו כבנו (אויב עס איז א טענה גאר).
למעשה האבן זיך א קלענערע גרופע חסידים מיישב געווען, און עקלערט אז ניין! הגר''י איז עפעס נישט אזא בר הכי, ער פארמאגט עפעס נישט דעם באבובער חן, דער נעימות וואס פארלאנגט זיך פאר אן אדמו''ר לבית באבוב, דעריבער קען ער נישט זיין דער יורש, נאר מען האט אויפגענימען דעם יונגערע איידעם הגרמ''ד שליט''א מבאבוב – דאמבראבע, אלס יורש, וואס ער פארמאגט טאקע יא א היפש א שיינער שמייכל, און ווי אויך פארמאגט ער גאר א לייטישען פיגור,דעריבער האבן זיי געהאלטן, אז דאס וועט זיך בעסער אויסארבייטן, ( זייער טענה איז נישט אזוי ווייט געווען מדיני ירושה, ווייל אויב יא, פארוואס נישט הגר''י? נאר וואס דען דער פארטעל איז געווען "נאר נישט הגרב''צ" ודו''ק ותשכ''ח.) כאטש דאס איז זיך בפשטות (און אפשר גאר מדין תורה). געקימן פאר פאר הגר''י שליט''א. (וואס עס איז ידוע אז הגר''י האט קיינמאל נישט עכט שלום געמאכט מיטן מציאות אז דער אינגערער איידעם איז געווארן רבי, ווייל דאס מיינט דאך קלאר, אז ער איז נישט געווארן צולוב זיין נישט פארמאגן די נויטיגע קוואליפעקעציעיעס צו דינען אלס אן אדמו''ר לבית באבוב)
ווידעראום רוב חסידי באבוב, האבן געהאלטן אז ניין, היות דער רנ''ץ ז''ל, האט נישט איבערגעלאזט קיין זון, נאך פול מער, ווען דער עלטעצטער איידעם טענה'עט ווען ירושה, וואלט ווען אפשר געווען א שטיקל טענה, אבער דא איז מען ממלא אוועק געגאנגען פון די דין ירושה, און מען האט דאס פשוט איבערגעגבן פאר א א יונגערען איידעם, נא, אז מען גייט ממלא אוועק פון די דין ירושה, ווילן זיי מקבל זיין אלס רבי הגרב''צ שליט''א. (וואס איז א ברידער און אין זייערע א סאך חסידישע הויפן איז די אדמור''ת איבערגעגאנגען צו א ברידער, אפי' במקום שהיה לו בנים. עיין ערך גור, ואלכסאנדער, ועוד)
אבער די פארזענדליכע ירושה פון הגרנ''ץ ז''ל, וויל למשל די אונטער וועש, די חובות, דעם זילבענעם שטעקן, דעם טאשן-טיכל, זיינע פראזענדליכע דאקימענטן און חפצים, זאלן צוטיילט צוווישען די געשוויסטער, לויט ווי די הלכה לויטעט.
(די טענות אז דער מהר''ש האט אזוי געזאגט, צו ער האט אזוי געזאגט איז אין גאנצען נישט רעלעווענט, ווייל עס איז נישט דא קיין געשריבענע צוואה, און געזאגט האט ער מן הסתם, אז יעדער זאל זיין א רבי, אדער אמאל אזוי און אמאל אזוי, דעריבער איז ניטאמאל אונטערסאנט וואס ער האט געזאגט צו נישט געזאגט)
איי איי איי איי אבער דער איידעם הגרמ''ד וויל דאך פארט זיין א רבי, (בבחינת איך וויל זיין א רבי, בניגון הידוע ליו'ח) איז 2 זאכען: איינס ער קען טאקע זייער גערן זיין א רבי, (ער קען אפי' האבן חסידים אויך) ווי אויך קען ער זיך אפי' ריפן באבוב אבער האר מיט מיט א כינו, 2 מען האט אים געגבן א ציקערל אלס איבערבעטען געלט. והכול על מקומו יבוא בשלום.
און דאס טאקע האט דער ב''ד געפאסקענט. פארוואס זענען די אנשי הגרמ''ד אזוי דערביטערט??? עטץ האט'ס געוואלט פארכאפן באבוב, עס איז ענק אבער ליידער נישט געלונגען, דער יושר און דער תורה איז ענק פארלאפן דעם וועג, ווישט'ס ענק אפ די נאניעס, און היידא! גייטס אן מיטן לעבן. איך זע דא גארנישט נישט יושר'דיג אונעם פסק ב''ד.
וואס עס איז יא זייער ביטער, איז די פראגע פארוואס האט אזעלכע דברים פשוטים גענימען 9 יאר פאר א ב''ד צו פאסקענען, (דאס טיט קלאר אנדייטען אז עס איז עפעס פארגעקימען אונטער די קוליסן, מיין געוויסען זאגט מיר אזוי שטילערהייט אז מר' קאראפציע איז דא געווען ערענסט פארמישט, ווער ווייסט? אבי דער פסק דין איז שוין דא, און איצט קען שוין אנפאנגען א דין תורה אין סאטמאר, (אויב איינע פון די צדדים זענען נאך בכלל אונטערעסירט))