יידל האט געשריבן:zurich האט געשריבן:אין "באריסטא"איז יא גוט? וואט די העלל מיינט באריסטא?
באריסטא.
יידל: צו ערשט א דיסקלעימער. געוואנדן צו די אלע מענטשן ביי וועמען די ראקעט לאונטשערס האבן זיך אנגעצינדן. ס'הייסט? איך רעאגיר אויף אן אלטן פאוסט. ישן נושן... איז דער תירוץ ווי פאלגנד: איך האב עס הערשט בהיינט צום ערשטן מאל געליינט. איך בין נישט שולדיג אויף דעם. והעיקר. אז איך האב עפעס א מיינונגספולע באמערקומג צו מאכן איבער דעם ענין.
יעצט אדרעסיר איך מיך צו יידל. דו האסט געברענגט די "וויקיפעדיע" וועלכע איז מסביר וואס "באריסטא" מיינט. אויך זאגט מען דארט אז מ'זאלל עס נישט אויסמישן מיט דעם טערמין "בארריסטער". אט פון דעם טערמין וויל איך יעצט רעדן. דאהי אין די יו.עס. אף עי. איז עס נישט פאראן אין טעגליכן באנוץ. נאר אין ענגלאנד, און אמאל אין קענעדע זענען געווען צוויי קאטעגאריעס פון לאיערס אין דעם לעגאלן סיסטעם: איינער. דער קלענערער, האט געהייסן "סאליסיטאר". ד.מ. אז ער האט נאר געקענט אויספילן אפיציעלע לעגאלע פאפירן, ווי פעטישיאנס צום קאורט. אדער ריעל עסטעיט קאנטראקטס. אבער ער אדער זי אליינס האט נישט געקענט ערשיינען אין קאורט פאר א ריכטער, און טענה'ן איבער א לעגאלן קעיס.
א צווייטער, און העכערער סארט לאיער האט
יא געהאט די רעכט צו ערשיינען פאר א ריכטער אין קאורט און טענה'ן איבער א קעיס אדער פארטיידיגן זיין קליענט. דער איז אנגערופן געווארן
בארריסטער...!