BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:15 am

משפחה מאגאזין אין עברית, האט א אינטערוויו די וואך מיט'ן בורר הרב ראזענבערג.
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20140828-WA0000.jpg
IMG-20140828-WA0000.jpg (81.51 KiB) געזען געווארן 1322 מאל
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4845
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9741 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9410 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:46 am

איך ווייס נישט ווי מועדף ער גייט נאך זיין יעצט נאך דעם יעצטיגן סדום-פסק.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1465
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 842 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1107 מאל

הודעהדורך בארא פארקער » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 7:42 am

פארוואס סדום פסק? ווייל ס'נישט גענוי ווי די האסט געוואלט?
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך יעדער לאכט » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:35 am

הדד בן בדד האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי מועדף ער גייט נאך זיין יעצט נאך דעם יעצטיגן סדום-פסק.


נאך א פשט אינעם פסוק, אני שלום...
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

הודעהדורך מארקוס » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:12 am

לאמיר אנקוקן דער פסק ניכטערעהייט:

שנת תשס"ה האט צד א' פארלאנגט גאנץ באבוב, אלע בנינים, דער נאמען - אלס יורשים.
שנת תשע"ד האבן זיי פארלאנגט לכה"פ א דריטל פון די בנינים, דער נאמען - קהלה שפרשו.

בי"ד האט אנגענומען טענת "רב הצעיר", באבוב איז א קהלה, און אלס יונגער רב איז ער דער דע-פאקטא ממאל מקום פון זיין הייליגע ברודער און פאטער.

מאידך, די טענות פון צד א' זענען צוויי:
שנת תשס"ה, באבוב איז א קהלה, "רב הצעיר" איז א טיטל אן א מיטל, דעריבער, קומט גאנץ באבוב פאר זיי.
שנת תשע"ה, היינט טענה'ן זיי אז ניין עס קומט ענק א דריטל, פארוואס עפעס א דריטל? פארוואס נישט די גאנצע? אויב "רב הצעיר" מיינט גארנישט, דארף עס גיין צו די צוויי חתנים, אלס "חתנו כבנו".
אבער ניין. ס'איז א פראבלעם. ווייל אויב נעמט בי"ד אן טענת "רב הצעיר,, פארלירן זיי אלעס, ווייל אדער גייט עס רעכטס אדער לינקס, ס'איז נישט קיין האלב וועג. דעריבער האבן זיין גע'טענה'ט, אז באבוב איז א פריוואטע ביזנעס.
נו א פריואטע ביזנעס, דארף מען זיך צוטיילן שוה בשוה. ווען מוהר"ש איז נסתלק געוארן האט דער רב גע'ירשנ'ט, חצי באבוב. יעצט ווען דער מהרנ"צ איז נסתלק געווארן איז געבליבן א האלב.
אבער וואס זאל מען טוען, ק"ק באבוב האט מכתיר געווען דעם רב הצעיר אלס ממלא מקום. אפילו צד א' איז מודה אז דער רב הצעיר האט עפעס א חלק דא. ווי אזוי צוטיילט מען זיך דא?
האט מען געמאכט וואלן, שטעלט זיך ארויס אז צד א' האט געהאט 28 פראצענט און צד ב' 72 פראצענט. לאמיר שוין זאגן א דריטל. דאס הייסט אז מען דארף ענק געבן א דריטל פון האלב = א זעקסטל.

דאס איז יושר! כ'מיין ענק פארלאנגן דאך נישט מער!
אבער ס'איז דא א קעטש. אויב איז עס א פריוואטע ביזנעס, און באבוב איז א קאמפאני נאמען, מוזטו פארשטיין, אז צוויי קאמפאניס מיט דער זעלבע נאמען גייען נישט צוזאמען. איז וועמען קומט דער נאמען? די סברא זאגט אז דער וואס האט דער גרעסערע חלק עם קומט עס. נו האט באבוב באקומען די נאמען.

וועסטו יעצט פרעגן, וואס איז די שוויות פון דער "זעקסטל"?

גאנץ פשוט:
צד א' האט געשאצט ארום 180 מיליאן דאלער.
צד ב' האט געשאצט ארום 30 מיליאן דאלער.

וואס איז דער אינטערשיט.
צד א' האט געשאצט יעדער בנין פאר זיך, וואס עס איז ווערט אויף דער מארק, אלס א רעזידענשאל בילדינג. אלס בניננים צוזאמען איז ווערט 180 מיליאן.
צד ב' האט געשאצט אלעס בנינים צוזאמען, אלס אינסטיטושאנס. ווען אלעס ווערט פארקויפט אויפן מארק "אויפאיינמאל" און אלס "נאן רעזידענשאל - אינסטיטושאנעל" ,איז די וועליו דראסטיש ווייניגער. בלויז א קארגע 30 מיליאן. דאס איז געשצאט געווארן דורך פראפעסינאלער שאצערס.

בי"ד האט אנגענומען די צד ב' שאצונג, ווייל צד א' האט באמת געוואלט אז מען זאל זייך טיילן זאפארט, וואס דאס מיינט אז אויב מען פארקויפט עס, וואלט מען נאר באקומען דערפאר 30 מיליאן.

א זעקסטל דערפון איז 5 מיליאן. דאס איז געווען ווען דער פסק איז שוין געווען גרייט 2 יאר צוריק.
תשע"ה האט צד א' געטענה'ט אז דע וועליו פון בנינים זענען ארויף מיט 25 פראצענט.

הרב גרויז האט גע'טענה'ט אז עכ"ז דארף מען נישט מוסיף זיין, אבער ער האט פארלאנגט נאך א ישיבת בי"ד עס אויפציווזיין - צד ב' האט עס קאטעגאריש אפגעווארפן און מסכים געווען צוצולייגן די 25 פראצענט, אבי דער פסק זאל שוין ארויסקומען.

יעצט וואס שטינקט אזוי מיט דעם?
ווי זעהסטו אז ס'קומט צד א' מער?
וואס איז נישט יושר'דיג?

לאמיר זאגן אז בית דין וואלט דיר געגעבן גאנצע דרייסיג פראצענט - 10 מיליאן, וואלסטו יא געווען צופרידן? די געשרייע איז בלויז אויף 3.8 מיליאן דאללער?

די האלסטו אז באבוב מוז געבן גאנצע 30 מיליאן און ארויסגיין נקי? - וואס איז דיין חשבון?
באניצער אוואטאר
מארקוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:51 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך matovu » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:48 am

אני שלום?
המה למלחמה?

א ניכטערן בליק פון א זייטיגע צוקוקער
איבער די ענדע פון די מחלוקת אין באבוב


"אני שלום, איך בין פאר שלום, איך זוך נישט קיין מחלוקת, נאר זיי זוכן מיט מיר מלחמות, אבער איך זוך נישט קיין מלחמות, איך ווארט אויף די הוראה פון גדולי ישראל, וואס די גדולי ישראל וועלן זאגן דאס וועל איך פאלגן"
די ווערטער קלונגען אייך באקאנט? יא, דאס זענען ווערטער פון א איד, נעבעך א באקאנטער טאשן שניידער, ער קען זיך נישט איינהאלטן פון גנב'נען. ויהי היום ער איז געגאנגען אין מקווה, זיך צוגעשארט נעבן דעם סאמע ראש הקהל, ארויסגערוקט דעם געשוואלענעם טייסטער.. אידן ארום האבן געמאכט א ויצעקו, געכאפט דעם גנב, ארויסגעשלעפט דעם גנב פון מקווה. דער גנב האט געקאפעט און געשטויסן רעכטס און לינקס און געשריגן אז עס איז זיין טייסטער. פאליציי איז געקומען און עס איז אנגעקומען אין געריכט, די געריכט האט געשיקט צו דין תורה די אידישע מחלוקה וואס האט זיך אנגעהויבן אין מקווה, די דין תורה איז געזיצן יארן לאנג און דן געווען איבערן טייסטער. ענדליך האט די דין תורה ארויסגעגעבן זייער פסק אז דער טאשן שניידער מוז שוין צוריקגעבן דעם בערזל.
אט דאן האט דער טאשן שניידער, מיט זיין בלעכענעם פנים געזאגט אזא דרשה "אני שלום, איך בין פאר שלום, איך זוך נישט קיין מחלוקת, נאר זיי זוכן מיט מיר מלחמות, אבער איך זוך נישט קיין מלחמות, איך געב נישט צוריק דעם טייסטער, איך האלט עס און איך ווארט אויף די הוראה פון גדולי ישראל, וואס די גדולי ישראל וועלן זאגן דאס וועל איך פאלגן"
אזא צדיק!
ממש א מוסטער פון יושר!

**
אט דאס איז געשעהן אויף א גרעסערע פארנעם, דער וואס האט פרובירט צו גנב'נען באבוב פון אירע לעגאלע און תורה'דיגע בעלי בתים, איז דורכן שופט געשיקט געווארן צו א בית דין. בית דין איז געזיצן דערויף לאנגע יארן און ענדליך קלאר גע'פסקנט כדת של תורה אז ער זאל שוין צוריקגעבן די גניבה. וואס טוט דער איש השלום? ער כאפט זיך ענדליך אז ער האט געטון אן עוולה און פאלגט אויס די פסק וואס ער האט געשריבן שטרי בירורין דערויף? ניין.
אבער טוט ער עס פרעך מיט א פויערישע געלעכטער: איך פאלג נישט די דין תורה!? ניין, ער שרייט "איך ווארט אויף גדולי ישראל" אזוי ווי יענער וואס רעדט אייביג ביי קדיש און ווען מען זאגט אים "דער שולחן ערוך לאזט נישט" זאגט ער "זאל דער בעל השלחן ערוך און די גדולי ישראל מיר קומען דאס זאגן"
און וואס איז דאס אלעס?
וואס איז בא'גנב'נען א קהלה, מאכן א פילוג ומרידה, און נישט פאלגן די דין תורה?
וויאזוי רופט מען דאס אין לשון קודש? שלום!
אני שלום!
**
מענטשן זענען אויס מענטש איבער די אויסגאנג פון די באבובער דין תורה. די חסידים פון די פארלוירענע צד ווערן תש כחם כנקבה און רעדן מיט גרויס רחמנות "רבנים, דיינים, האבן געטון אזא זאך, צוגענומען די רעכטן פון א קהלה צו רופן זיך באבוב.... אזא מין פסק?!"
מענטשן זאגן אויך "ווען בית דין זאל כאטשיג געבן פאר ביידע, נו, אבער אזוי, נאר איין זייט מעג בלייבן באבוב?!"
מענטשן קלאגן "אזוי איינזייטיג גע'פסק'נט? אזוי שטארק אויף איין זייט... זיי מעגן ווען געבן פאר ביידע זייטן"
האלאו! דאס איז געווען א מלחמה, א מלחמה, א מלחמה! און איין זייט האט ב"ה געזיגט. ביידע זייטן האבן געזוכט א פול נצחון און איין זייט האט עס באקומען!
די מענטשן וואס וויינען קאזאק הנגזל שפילן עס אויס בערך אזוי: א קהלה פון אידן איז געקומען צו אפאר דיינים בעטן זיך ברחמים אז מען זאל זיי העלפן, און מען האט זיי ארויסגעווארפן בשן ועין. אבער ניין, די מעשה איז געווען אזוי: צוויי צדדים, צוויי און זיבעציג פראצענט פון באבוב, ובראשם די זקני, חשובי, ורבני העדה, וואס זענען דארטן מדורי דורות. זענען געווארן גערופן אין ערכאות, און דאן אריינגעשלעפט אין דין תורה, דורך א קעמפערישע גרופע פון אכט און צוואנציג פראצענט יונגערע פון די קהלה, און האבן זיי געוואלט ארויסטרייבן, זיי בא'גנבנען. ביידע צדדים האבן באצאלט די גרעסטע דיינים צו אויסהערן ביידע זייטן, ביידע צדדים האבן גע'טענה'ט זייערע שטארקסטע טענות, און נישט געזוכט קיין פשרות, יעדער צד האט געזוכט איין זאך: געווינען. און איין צד האט מצליח געווען און געווינען! די בית דין האט גאר לאנג דן געווען און געקומען צו מסקנה אז איין זייט איז גערעכט און די אנדערע איז נישט גערעכט!"
ניין, האדמו"ר מהרמ"ד האט נישט געבעטן אז מען זאל אים געבן א שטיקל פון די קוגל, ניין! ער האט געפאדערט די קוגל אין א פולשטענדיגע מלחמה, ער האט קלאר נישט געבעטן קיין פשרה, נאר א פולשטענדיגע "יקוב הדין את ההר" פסק, ווי ער האט געהאפט אז ער וועט זיגן, און למעשה האט די בית דין וואס ער האט געקליבן אויסגערופן הויך און קלאר, נאכן אויסהערן אלע טענות, "איין צד איז גערעכט, און ניין, נישט צד מהרמ"ד, נאר די אנדערע צד!"
וואס וויינסטו יעצט?
וואס מאכט מען די ווייבערישע שטיק פון וויינען?
אנגעהויבן האבן זיי כגיבור ואיש מלחמה, יונגע, היציגע חברה וואס פארמעסטן זיך צו מנצח זיין די פיל גרעסערע צד אין די קהלה, און ווען זיי פארלירן איז כזקן מלא רחמים נדמה להם און וויינען און שרייען אז אויך זיי האט מען געדארפט געבן!
האסט געדארפט פריער וויינען!
זענען זיי געקומען צו בית דין בעטן אז מען זאל זיי געבן געלט צו העלפן זיך אויפבויען אן אייגענע קהלה?
זענען זיי געקומען בעטן אז זיי זענען "אויך" לעגיטים?
ניין, זיי זענען געקומען אוועקכאפן און זאגן כולה שלי, און עס איז נישט געלונגען!
**
מענטשן פארגעסן שוין על מה ומי היו הדברים, לאמיר אויפפרישן די זכרון און זעהן וואס דא איז פארגעקומען:
השתלשלות הדברים
דער מחולל ומייסד חצר הקודש באבוב הרה"ק רבי שלמה זי"ע מבאבוב האט געהאט צוויי זון, כ"ק מרן אדמו"ר רבי נפתלי צבי זצ"ל און יבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר רבי בנציון שליט"א, און ווי אלע זקני חסידי באבוב ווייסן, האט ער זיי ביידע אנגעגרייט צו ווערן די ממלאי מקום וממשיכי הדרך, נאכדערצו וויסנדיג אז קיין אנדערע ממשיכים בן אחר בן לבית באבוב איז נישט פארהאן.
ביים לוויה לפני מטתו האט מען טאקע ממלא געווען רצון קדשו, און מכתיר געווען ביידע קינדער, דעם עלטערן אלס רבי, און דעם יונגערן אלס משנה למלך, רב הצעיר. דאס איז געווען זייער קלאר א הכתרה פאר יעצט פארן ממלא מקום, הרה"ק מהרנ"צ, און א הכתרה לאחר זמן פארן יונגערן זון, כ"ק מרן מהרב"צ שליט"א.
מער פון דעם דארף נישט קיין שום בר דעת, קלארער פון דעם איז נישט שייך. א לויה פון רבי'ן און מען איז מכתיר ביידע קינדער, דער עלטערער, וואס איז אליין א עלטערער איד און נישט געזונטער מענטש איז יעצט רבי און דער יונגערערע וועט איבערנעמען לאחר אריכות ימיו ושנותיו. און קיין שום אנדערע פלפולים נעמט דאס נישט אוועק!
ליידער איז כ"ק מרן מהרנ"צ געווען גאר שוואך און אלט, און דעריבער איז געלונגען פאר זיין יונגערער איידעם צו בויען זיך אויף זיין שווער'ס שוואכן רוקן, און ער האט דערקלערט אני אמלוך, ארבעטנדיג צו בויען זיין איגא אלס א קאנדידאט פאר בית באבוב, קעגן יעדע סברה, קעגן די רצון פון בית באבוב, קעגן די רצון פון זיין זיידן און קעגן די רצון פון זיין שווער וואס האט קלאר ממנה געווען און מיטגעארבעט מיטן מינוי פון זיין ברודער אלס רב הצעיר ומשנה למלך.
ס'איז קיינעם אין דער וועלט נישט איינגעפאלן אין דעם ווילדסטן דמיון די אלע יארן אז אדמו"ר הרמ"ד, איז דער ממשיך פון די באבאווער דינאסטיע! דאס איז ברור כשמש, נישט מחוץ לבאבוב, און זיכער נישט בתוך באבוב. קיינער אין באבוב האט קיינמאל נישט געחלומט אז א צוגעקומענער אייניקל, דער יונגערערע איידעם פון מהרנ"ץ וועט גיין קעגן דעם נאטורליכן ממלא מקום, דער יורש העצר ובן המלוכה. יעדער האט געוואוסט, אז דער קרוין פרינץ, דער באליבטער בנו אהובו, אדמו"ר מבאבוב שליט"א ער איז דער צוקונפטיגער ממשיך, ועל כסאו לא ישב זר.
טראץ די פאקט אז ביידע באבובער רבי'ס, דער מייסד הרה"ק מהר"ש וממשיכו כ"ק מהרנ"צ האבן געוואלט און מען האט ממנה געווען כ"ק הרב"צ פאר רב הצעיר וממשיך המלוכה, און טראץ די פאקט אז ער איז דער ליבלינג פון טויזנטער באבובער חסידים און דאס איז דער רצון הציבור, האט אנגעגליסט פארן יונגערן איידעם הרמ"ד דאס מלוכה. ער האט אויסגענוצט די שוואכע יארן פון זיין שווער און געמאכט א מחלוקת קעגן רצון חמיו און קעגן רצון בית באבוב, און האט אנגעטראפן אפאר בעלי מחלוקת און האבן געטראפן אן אפענע אויער ביי היציגע יונגווארג, צוגעקומענע אשר מקרוב באו וואס האבן נישט געהאט קיין נערוון צו די באבובער רוהיגקייט און שלום, און האבן געוואלט אריינברענגען רוחות רעות צו וואס מען איז נישט געוואוינט אין באבוב, און אנגעהויבן פירן א מחלוקה אין באבוב.
פינף יאר האבן די בעלי מחלוקת געארבעט אין באבוב, מיט שמוציגע תכסיסים צו בויען א באזע פארן טאג נאכן פטירה פון הרה"ק מהרנ"צ, בעיקר האבן זיי געהאט אן אוזן קשבת ביי יונגע בחורים'לעך וואס מען האט אנגעהעצט קעגן די רצונות פון זייערע עלטערן אז צו זיין א חסיד פון אדמו"ר מהרנ"צ מוז מען זיין א חסיד פון זיין יונגערן איידעם און זיך מתחצף זיין צום רב הצעיר.

מרידה אין באבוב!
י"ב אדר תשס"ה לפ"ק, ווען כ"ק מרן מהרנ"צ איז נפטר געווארן, האט זיך די שושלת ווייטער געצויגן לויטן פלאן, די דייני, רבני וזקני הקהלה האבן מכתיר געווען דעם רב הצעיר אלס ממלא מקום אחיו ואביו, אלס באבאווער רב. ער האט עס באקומען מדין תורה, מכוח זיין "רב הצעיר". און למלאות רצון אביו ואחיו ורצון קהלה הקדושה.
אבער די בעלי מחלוקה האבן געלעבט אין אן עולם הדמיון, און נישט מער און נישט ווייניגער, דער יונגערערע איידעם איז פשוט מיט א בלעכענעם פנים אריינגעקומען אין בית מדרש און זיך געזעצט אויפן הייליגן בענקל וואס באלאנגט פאר אדמור"י באבוב.
הרמ"ד האט נישט גע'טענה'ט אז עס קומט אים עפעס, ער האט גע'טענה'ט אז ער איז דער איינציגער ממלא מקום!
פארשטייט זיך אז חסידי באבוב האבן אים תיכף פאריאגט פונעם עמוד ווי ער שטעלט זיך אליין אוועק נגד רצון הציבור, און ממש אנגעקוקט ווי א געלעכטער זיין חלום, אז ווען עס איז דא א קלארער ממלא מקום וואס דער רוב הציבור איז מיט אים, פרובירט ער צו משתלט זיין זיך אויף באבוב און מאכן א מחלוקה.
הרה"צ רמ"ד איז דאן געגאנגען אין ערכאות!
יא, נישט דין תורה, ערכאות! ער האט מרים יד געווען בתורת משה, און געגאנגען צו די ערכאות של עכום ווי ער האט פשוט געוואלט גיין קעגן מלכות בית באבוב, קעגן די אדמורים זצ"ל, קעגן רצון הציבור און זיך ארויפצווינגען, מיט זיין ציבור פון א הונדערט פופציג בחורים און יונגעלייט, צו ווערן באבובער רב!
צד הרמ"ד האט גענומען א גאר טייערע לעגאלע טיעם פון אדוואקאטן, די פירמע פון לאוען און לאוען קאמפאני און די פירמע פון שלאמם, סטאון דאולין, מיט נאך א שלל פון לויערס. די לויערס האט אפגעקאסט פאר הרמ"ד אזויפיל ווי א האלב מיליאן דאלאר!
אין די שבעה פון אדמו"ר מהרנ"צ, ווען באבוב טרויערט נאכן פטירה פון רבי'ן, האבן אנשי הרמ"ד אריינגעארבעט אין ערכאות, ולא נתקררה דעתם, עס איז נישט געווען גענוג אז זיי גייען קעגן א קהלה, נאר אויך קעגן יחידים, זיי האבן געשיקט א לאו סואט אין פעדעראלע קאורט ווי זיי האבן געקלאגט איבער א מניין אידן בעלי השפעה אין באבוב.
דער ריכטער וואס איז געווארן דעזיגנירט פאר דעם קעיס איז געווען דזשאדזש הערבערט קרעמער (ע"ה) און גאר וואונדערליך איז געשעהן ביד ה' ונפלאותיו אז דער ריכטער האט זיי גוט אויסגע'מוסרט און געשיקט אין דין תורה. און ריכטער קרעמער דערציילט א מעשה פארוואס ער שיקט צו דין תורה און ער זאגט זיי "פאר איך בין געווארן א שופט ווען איך בין געגאנגען צום באבובער רב, מרן מהר"ש, צו נעמען א ברכה צו ווערן שופט, האט ער מיר זייער שיין געווינטשן און געזאגט "איין בקשה בעט איך דיר, אז ווען עס קומען אידן אין געריכט, זאלט איר זיי שיקן צו בית דין, אידן האבן נישט וואס צו זוכן אין געריכט, אידן באלאנגען נאר אין א בית דין!" און דאן האט דער ריכטער זיך געוואנדן צו די צדדים און געזאגט "איר זענט זיינע קינדער, איך בעט ענק בשם באבובער רב זצ"ל גייט צו בית דין, בית דין פארשטייט בעסער צו אזוינע סארטן סכסוכים און איז די בעסטע אויטאריטעט צו פסק'נען אזא סארט דין תורה!"
די צד הרמ"ד האט זיך געבעטן: שיק מיר נישט צו בית דין! און זיי האבן געפאדערט אז מען זאל זיי געבן א טי-אר-או, אויף כאטשיג איין קעמפ, אבער ניין, דער שופט האט געשריגן: גיייט צו בית דין!

בית דין צדק
אין דין תורה האט מען געקליבן א בית דין המרוצה לשני הצדדים. גאר חשובע דיינים ורבנים היושבים כסאות למשפט וואס האבן שוין גע'פסקנט אסאך גרויסע דיני תורה. די גרעסטע מפורסמים אין חושן משפט הגאונים הגדולים הגאון רבי אברהם ברוך ראזנבערג, הגאון רבי יחיאל באב"ד, הגאון רבי יצחק חיים זעלטנרייך, הגאון רבי יצחק דוב בערגער הגאון רבי יקותיאל זלמן גראוס שליט"א. צד הרמ"ד האט געוואוסט דעמאלטס אז דער טשאקאווער רב איז א מחותן מיטן באבובער דיין און אלע אנדערע נארישע טענות של שקר, און מכל מקום האט ער מסכים געווען, מבטל געווען אלע טענות, און געשריבן שטרי בירורין.
ווען מען שרייבט שטרי בירורין זאגט מען מיט דעם אז מען נעמט אן דעם פסק, אפגעזעהן פון אלעס, אפילו אויב עס איז דא שוחד און אפילו שלשת רועי בקר קענען זיי גוט מיט שטרי בירורין. למעשה, איז צוזאמענגעשטעלט געווארן א חשובער בית דין, און למעשה זענען זייערע אלע טענות נארישקייטן, ווייל ווער עס ווייסט וואס עס איז פארגעקומען אין בית דין ווייסט אז דער טשאקאווער רב, דער מחותן, האט דווקא מהפך געווען בזכותם, און דווקא הגאון רבי אברהם ברוך ראזנבערג, וואס זיי האבן גע'חלום'ט אז ער איז זייער אדוואקאט און נוטה לצדם האט צום סוף שטארק מצדד געווען צו פסקנען דעם פסק וואס איז אזוי קלאר לטובת צד באבוב.
אין דין תורה האט צד הרמ"ד ווייטער געפאדערט אז אלעס קומט זיי און מען זאל דעם באבובער רבי'ן ארויסווארפן אין גאס. עס איז געווען זה אומר כולה שלי וזה אומר כולה שלי.
בית דין האט באלד אין אנפאנג מציע געווען א פשרה איבער די קעמפס, שטייענדיג נאנט צו די זומער טעג האט בית דין שוין געוואלט מאכן פשרות אז איין קעמפ זאל מען געבן צו צד הרמ"ד. מעסיגע מענטשן, ידידים צו צד הרמ"ד, האבן זיך געבעטן ביי אים, לאמיר נעמען א פשרה און איינשטילן די פייער, אבער ניין, אדמו"ר מהרמ"ד איז מיט זיינע נועם המדות ודרכי השלום נאר געוואלט לאזן נאר הר"ר צבי ארי' ריינהאלד מיט זיין קעמפערישע צוגאנג פון כולה שלי, מאכט החלטות, מען גייט זיך שלאגן, מען נעמט נישט די פשרה!

טאנצן אויף צוויי חתונות
ווען מהרמ"ד איז שוין יא געווען אין דין תורה, געצווינגענערהייט, אויפן פארלאנג פונעם ריכטער האט ער אבער נישט פארגעסן פון קאורט. און האט אהינגעקוקט בכליון עינים אויף א נצחון.
געשעהן איז דאס נאך א פסק דין חלקי וזמני פון בית דין איבער "חברה קדישא" ווי בית דין האט גע'פסקנט און געשטעלט צוויי מענטשן אויף צד באבוב און איין מענטש אויפן צד שכנגד. חסידי מהרמ"ד האבן נישט געהויבן הענט, זיי זענען געלאפן צום גואישן געריכט, זיי האבן גענומען נעט לואין, דעם טייערסטן לויער, פאר א פערטל מיליאן דאלאר! (ווען די מלמדים האבן געהונגערט) און געטענה'ט אז אפילו אז זיי האבן איין מענטש קעגן איינס, האבן אבער זיי אויך א רעכט צו מחליט זיין קעגן די צוויי, און יעדער פון די דריי האט א וועטא רעכט צו טוישן אלעס.
דער שופט אויף דעם קעיס איז געווען א לעגאלע תלמיד פון נעט לואין ביי וועמען ער האט געלערנט געזעץ, און האט גע'פסקנט לטובת צד הרמ"ד. די דייני הבית דין וואס זענען געווען ברוגז אז מען גייט אין געריכט צו איבערדרייען די פסק בית דין, האט זיך קעגנגעשטעלט און געשריבן א נייע פסק אז די צוויי זענען רוב און דער איין נציג לצדם איז דארטן צו מפשר זיין לטובתם. – (כך הווה, די בית החיים פירט זיך בכבוד הראוי ובשלום, מען לייגט ביושר יעדן נפטר לפי כבודו אן קיין פראבלעמען)
אט אזא איש השלום, און אט אזעלכע אידן וואס גייען בלויז אין דין תורה!

כולה שלי!
אין בית דין איז עס געווען א כולה שלי, כולה שלי קאמף. זיי האבן פארלאנגט "אלעס"! אלע בנינים, אלע מטלטלין, אלע ספרי תורה, הכל בכל מכל כל באלאנגט פאר די צוויי חתנים.
באבוב האט גע'טענה'ט, אז דער באבובער רב הצעיר ומשנה למלך איז דער איינציגער יורש, און מדין זה האט ער גע'ירשנ'ט "אלעס" אלע בנינים, אלע מטלטלין, אלע ספרי תורה, הכל בכל מכל כל באלאנגט פאר באבוב.

צד הרמ"ד איז געווען גאר זיכער מיט זיך, און ביי עטליכע דיני תורה אויף וואס עס זענען ארויסגעקומען די פסק דינים חלקי וזמני, האט באבוב געואלט מפשר זיין און געבן געוויסע זאכן און מאכן פשרות. אויך האבן זיי געאפפערט אז זיי זענען גרייט צו געבן 10 מיליאן דאללער. דער אנטווארט איז געווען "הכל שלי".
נו, הכל שלי? בית דין וועט מחליט זיין! איז מען געזיצן, געברענגט עדות'ן, באטראכט דאקומענטן, געמאכט וואלן אין באבוב צו זעהן די נומערן, און געלאזט יעדן קומען מיט אלע מיני טענות, ראיות און הוכחות. די דין איז אזוי אז ווילאנג איין צד טענה'ט אז זיי האבן נאך א טענה אדער ראיה מוז מען זיי אויסהערן און אזוי האט זיך געשלעפט, ווען ביידע צדדים צאלן די בילס....יעדער האפנדיג פאר א געווינס.
נאך אלע מעשיות, און נאכדעם וואס צד אדמו"ר מהרמ"ד האט לאנג ארומגעשלעפט און נישט געלאזט די פסק ארויסקומען די לעצטע צוויי יאר, האט בית דין המרוצה לשני הצדדים, ענדליך געזאגט זייערע החלטות און גע'פסקנ'ט אז די באבובער רבנות גייט צו אדמו"ר מבאבוב, און נאר זיין קהלה האט רעכטן צו זיין באבוב.

עס איז נאריש צו דן זיין איבער א נאמען?
אפשר אין אייערע אויגן, אבער די ביידע צדדים האבן זיך געשלאגן דערויף און אפגעזעהן וואס א דרויסנדיגער טראכט איז דאס געווען די דין תורה, און דאס האבן די רבנים איבערגעקייט און אויסגעדראשן, לפי בקשת שני הצדדים.
ובכלל, איז נישט אמת אז עס איז נאריש צו דן זיין איבער א נאמען, אין שומרי אמונים האט די בית דין דן געווען איבער א נאמען און געצווינגען דעם איידעם צו טוישן צו תולדות אהרן, און שפעטער נאכן פטירה פון אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל האט די בית דין צדק העדה החרדית געצווינגען דעם עלטערן זון פון תולדות אהרן צו ווידער טוישן און ער רופט זיך תולדות אברהם יצחק. אין קארלין האבן די פורשים על פי דין תורה געטוישט צו פינסק קארלין אדער קהל חסידי ירושלים וכדומה. ביי די דין תורה אין קהלת קראסנא איז די פסק געווען אז נאר איין צד מעג זיך רופן מיטן נאמען קראסנא.
נאר ביי צוויי ברודער וואס זענען אייניגע יורשים און עס איז נישטא קיין צוואה אדער קיין פסק לאזט מען געווענליך די זעלבע נאמען און דאס איז וואס האט לעצטענס פאסירט אין סאטמאר און וויזניץ.
פסק בית דין: עס איז דא איין באבוב
על כל פנים, די בית דין איז געזיצן און דן געווען, בכובד ראש, אין משך פון הונדערטער שעות, און נאכן הערן יעדע טענה און מחליט געווען אז דער יורש לבית באבוב איז גערעכט און דער אנדערער איז פשוט א מורד.
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? יא, בית דין האלט אז דער זון וממלא מקום איז גערעכט און דער צוגעקומענער אייניקל האט נישט קיין רעכט צו זיין באבובער רבי.
איבער די ציבור וואס איז אוועקגעגעגאנען האלטן זיי אז היות אז זיי זענען נישט אפילו קיין דריטל פון באבוב זענען זיי ווי אין יעדע חסידות ווען א ציבור גייט אוועק. אין יעדע שטעטעל אין דער אלטער היים האט מען אויפגענומען א רב, און די מיעוט האט זיך צוגעשטעלט צום רבנות. עס איז קיינמאל נישט געשעהן אז א מיעוט זאל זיך קעגנשטעלן צום התמנות און פאדערן א חלק פון די רבנות און א רעכט צו רופן זיך אלס רב אין שטאט און א באקומען א חלק אין די רבנות! אז זיי ווילן אוועקגיין, זאלן זיי גיין און זאלן זיי זיך שטעלן אויף די פיס אן קיין טענות ומענות.
פארוואס האט די בית דין אזוי גע'פסקנט?
ווייל אזוי האט בית דין איינגעזעהן נאכן הערן אלע טענות ומענות און זעהן דעם אמת.
אויף וואספארא הלכות איז עס באזירט?
די דיינים האבן נאכנישט געשריבן (אויב זיי פלאנען צו מפרסם זיין בכלל) זייערע נימוקים, אבער, איינער פון די רבנים, הרב הגאון רבי זלמן גרויז שליט"א האט מיט א געוואלדיגע עיון און כח התורה מברר געווען אלע הלכות וואס קען זיין נוגע און האט אינאיינעם מיט די אנדערע חברי הבית דין עס איבערגעשמועסט, אויס'געטענה'ט און אפגעשריבן א ריזן ווערק פון איבער צוויי הונדערט בלעטער ווי ער איז מברר די נושא כדרכו של תורה, בטוב טעם ודעת, ער נעמט אפיר דעם נושא און איז מברר פון די סאמע ערשטע מקורות בדברי חז"ל, ביז צו לעצטע אחרון שבאחרונים. ער איז נושא ונותן בדברי כולם, ואינו נושא פנים לאיש, אבער אויף א תורה'דיגע און לאגישע אופן. פילע עניינים וואס באלאנגען אונטער דעם שירעם פון "קהילה מחלוקת" ווערן אויסגעשמועסט, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. בכלליות, לויט'ן סדר וואס שטייט אינעם תוכן העניינים, איז עס אזוי: חלק "ירושת שררה": ירושת שררה כיצד?; מי הוא יורש לענין שררה?; מהי שררה, ואיפה שייך שררה לענין ירושה?; זכויות אדמו"ר במינוי ובחלוקת שררות; זכויותיו של רב הצעיר לעומת יורשים; זכויות של פורשים; דיון כללי - נכסי ציבור של מי?; השמות של המוסדות והחסידות. אינעם חלק פון "משמעת וסדר בין אדם לחבירו בדברים חדשים שאין לנו הלכה בהם" איז דא די פאלגענדע נושאים: דינא דמלכותא; תקנות בני העיר; מנהג בזכויות שבין אדם לחבירו.
רבי זלמן איז געווען איינער פון די דיינים, יא, ער איז געווען אויפגענומען פון איין זייט, ווי די שטייגער אז א בורר איז געצאלט מהפך צו זיין בזכותו פון זיין צד. דאס איז מוסכם על פי דינא דגמרא, והשלחן ערוך, און דאס ווערט נישט פארעכענט פאר א נטייה לצד אחד. און ווירקליך האט ער געטון א געוואלדיגע ארבעט בבירור הסוגיא און ער האט עס געטון "בשליחות" פון די דיינים, בהסכמת ובעצה אחת פון דער בורר פונעם צד שכנגד, צו האבן די הלכה'דיגע מקורות און יסודות אויף צו מברר זיין די ענינים.
צו האבן די דיינים אנגענומען אלעס וואס הרב גרויז האט געשריבן, ווייסן מיר נישט, אבער דאס איז קלאר א שטארקע יסוד אויף וואס מען קען פארשטיין די סכסוך, און ווער עס וויל פארשטיין די נושא קען קויפן די שאלות ותשובות ספר פון הרב גרויז, שו"ת הברי והשמא און דארטן טרעפן די בירורים להלכה, ותן לחכם ויחכם עוד.
די בית דין האט אנגענומען די הלכה, באזירט אויף ראשונים ואחרונים, אז "חתנו כבנו" ווען עס האנדלט זיך פון שררה און מינוי, ווי א רבנות, חזנות, מוהלות, מלוכה, און סיי וואס א טאכטער קען נישט ירש'נען, איז בלויז ווען עס איז נישט דא קיין יורש דאורייתא. אבער ווען עס איז דא א יורש דאורייתא ווי א ברודער גייט די ירושת השררה צום יורש דאורייתא.
בפרט אז מען האט אים שוין ממנה געווען דעם באבובער רב מיט די מינוי פון שררה, על פי רצון אביו ורצון הקהל, איז נישטא קיין מקום פאר טענת חתנו כבנו.
על כל פנים, די בית דין האט למעשה געטון זייער פליכט, ביידע צדדים האבן פארלאנגט א "דין תורה" און נישט קיין פשרה, און דער בית דין האט ווירקליך געפסקנט אז די צוויי חתנים, קומט זיך באמת גארנישט מיט נישט, נישט מה שנוגע געלט און זיי האבן נישט קיין שום רעכט זיך צורופען באבוב!
נאמען באבוב
זיי זענען באמת א שיינע קהלה, אבער גענוי ווי עס וואלט געשעהן אויב סיי וועלכער חשובער מגיד שיעור אין באבוב וואלט דערקלערט זיך אלס א באבובער רבי און נעמט מיט א הונדערט משפחות וואלט יעדער פארשטאנען אז זיי זענען נישט קיין מחותנים צום שיסל. די זעלבע האט בית דין מחליט געווען – בכח תורתם – אז הרמ"ד איז משיג גבול פאר זיין פעטער און איז נישט קיין לעגיטימער באבובער רבי. ער האט נישט געטארט אים אונטערלייגן פיסלעך. יא, ער מעג זיין א רבי בישראל, אבער זיך דערקלערן א רבי אין באבוב איז שלא ביושר און טאר דעריבער זיך נישט רופן באבוב.
א נאמען טראגט א ווערט. שמא קא גרים. יעדער פארשטייט אז איינער וואס פארקויפט משקאות טאר זיך נישט רופן קאקא קאלא, איינער וואס העלפט מיט זש"ק טאר זיך נישט רופן בוני עולם, דאס זענען טרעידמארקס וואס באלאנגען שוין צו עמיצן און איז ווערט אסאך. באבוב איז א גרויסע שוויות סיי פינאנציעל און סיי עמאציאנעל און האדמו"ר הרמ"ד האט עס דעריבער שטרענג געפאדערט, אבער בית דין האט דערקלערט –באזירט אויף זייערע הלכה'דיגע, לעגאלע און פראקטישע הסברים וואס זיי האבן נאכנישט מפרסם געווען – אז די נאמען באלאנגט פארן באבובער רבי'ן און זיין קהלה.
אין די ספרי הפוסקים פון די לעצטע דורות נעמט מען אן קלאר אז די דינא דמלכותא לגבי "טרעידמארק" האט א תוקף, און מען קען נישט משיג גבול זיין ביי יענעם, אויך נישט דורך זיך רופן זיין נאמען. און אזוי האט בית דין אנגענומען לגבי באבוב.
געלט
אין א קהלה האט יעדער חבר הקהלה זכותים אין די קהלה. יעדער מעג זיצן אין די בית מדרש פון די קהלה, אבער יעדער פארשטייט אז ער קען נישט אהיימטראגן זיין בענקל פון בית מדרש, פארוואס? ווייל עס איז נאר א זכות ההשתמשות און נישט קיין בעלות.
די הלכה איז אז אויב זענען מענטשן פורש פון א קהלה, שפרשו מחוסר מקום, ווייל זיי האבן נישט קיין פלאץ אין די עקזיסטירנדע קהלה, דארף די קהלה זיי העלפן, אבער א קהלה שפרשו מחמת מריבה באקומען נישט גארנישט!
יעדע שטעטל האט געהאט וואלן און די מיעוט האט זיך געמוזט צושטעלן מעולם האט איינער נישט געטראכט אז ער גייט באקומען נכסי הקהלה און מאכן אן אייגענע רב.
איינמאל מען פארשטייט דאס איז קלאר אז בית דין האט נישט געהאלטן חסידי מהרמ"ד ווי א לעגיטימע צווייגל וואס האט א זכות פון באבוב, נאר ווי מענטשן וואס גייען אוועק פון א קהלה און זיי קענען נישט פארלאנגען מיטצונעמען זייערע זכותים. ביסט געגאנגען? האסט משיג גבול געווען און געמאכט א מחלוקה און א מרידה שלא כדין, האסט פארלוירן די זכותים ולא יהא חוטא נשכר.
טראץ די אלע זאכן האט בית דין מחליט געווען אז באבוב זאל צאלן פאר חסידי הרמ"ד א סכום פון זעקס מיליאן און צוויי הונדערט טויזנט דאלאר. דאס פאר צוויי סיבות:
• א רבי אין א חסידות האט געוויסע, ממונות פרטיים, פינאנציעלע טובות הנאה פון די חסידות. טראץ וואס די רוב נכסים באלאנגט צום חסידות און צום קהלה. דעריבער, טראץ וואס נכסי באבוב בלייבט צו באבוב, קענען אבער די איידימער פארלאנגען די ממונות פרטיים וואס זייער שווער האט געהאט אין די קהלה, און אויף דעם האבן זיי צוגעשאנקען די זעקס מיליאן דאלאר.
• בית דין האט זיך גערעכנט מיט די גרויסע הוצאות וואס עס האט זיי געקאסט די פארצווייגטע לעגאלע הוצאות אין קאורט און אין בית דין.

בית דין צדק
דרייט אייך ארום אין טורמעס צו הערן אלע שרעקליכע געשיכטעס איבער קארופטירטע שופטים, גייט אין בית מדרש הערן איבער קארופטירטע דיינים. הצד השוה שבהם אז אדם קרוב אצל עצמו און ווען מען האט גע'פסקנט עפעס וואס דיר געפעלט נישט קאפעט מען און מען שטויסט ביטערליך, די ערשיינונג ווערט גערופן אין ענגליש "סאור לוזער" א ביטערער פארלירער.
הכלל, די בית דין איז נישט גענומען געווארן צו זיין איידל און ווייך, צו גלעטן יעדן איינעם און זיין "קיוט", מען האט נישט געזוכט קיין פשרה, נאר ווי ערוואקסענע מענטשן גענומען שטארקע דיינים המרוצים לשני הצדדים און געפאדערט דעם אמת בבחינת יקוב הדין את ההר. די בית דין האט געהערט, געקלערט, אוועקגעגעבן אסאך צייט עיון און מחשבה און געקומען צו החלטה.
אלע טענות איבער שוחד זענען נארישקייטן, שקרים און צייגט בלויז אויף דעמאראליזאציע.
די נאמען, לאגא, יוניפארם
"עס איז אזוי קינדעריש, מען שרייבט גאנצע סעיפים איבער די נאמען, לאגא און מען דערמאנט אפילו די יוניפארם פון די מיידלעך"
יא, אבער די דאזיגע קינדערישקייט האט צד הרמ"ד געקעמפט צו האלטן, אין זייערע שווערסטע יארן ווען מלמדים האבן געהונגערט האבן זיי געצאלט טוענים און לויערס דאס צו קעמפן. זיי האבן געעפנט מוסדות און קעמפס און אלעס, אלעס, נאכגעמאכט. געפעינט די באסעס מיט די זעלבע קאלירן, יעדער מוסד האט גענוצט דער זעלבער צונאמען, די זעלבער עמבלעם.
בית דין האט דאך גע'פסקנט אז זיי זענען נישט באבוב און דעריבער אלס טייל דערפון זאלן זיי אויפהערן די קינדער שפיל פון נאכמאכן יעדע זאך באבוב. טאקע קינדעריש, אבער א שאד אז צד הרמ"ד האט געקעמפט פאר אט די קינדערישקייט וואס קיין שום חסידות האט נישט געהאט אויף אזא פארנעם.
בית דין האט מחליט געווען אז יוניפארם גייט אריין בגדר פון א טרעידמארק, אזוי ווי א לאגא, און אזוי ווי א שיפינג פירמע קען נישט אנטון די ארבעטער ברוינע קליידער וואס זעהט אויס אזוי ווי יו-פי-עס, און דעריבער געפאדערט אז זיי זאלן טוישן אלעס וואס מאכט זיי אויסקוקן ווי באבוב.
אין אנדערע ווערטער האט אים בית דין מודיע געווען: הער אויף זיין פארנומען מיט יענעם, די ביסטו נישט באבוב! שטעל דיר אויף די אייגענע פיס!

אבער דאך, אזוי בא'עוולה'ן א קהלה בישראל... כאטש עפעס א פשרה
לאמיר אריינטראכטן: הרמ"ד האט באמת געוואלט ארויסשטויסן זיין פעטער, ווי ער האט אליין געזאגט אין זיין קעמפערישע דרשה נאך זיין פארלוסט אין בית דין בזה הלשון "מיר וואלטן אפאר מאל געקענט צוריק אריינקומען אין בית מדרש", דאס איז אייביג געווען זיין חלום, היל"ת!
אפילו אין צייטן ווען ביי אים אין חסידות זענען געווען רעוואולוציעס פון מלמדים און ארבעטער וואס האבן נישט באקומען קיין געלט פון אים און האבן געהונגערט און געשריגן געפערליך קעגן זייער רבי'ן וואס צאלט נישט, האט ער אבער נישט געטראכט פון מאכן א שנעלע פשרה אינדרויסן פון בית דין, נעמען א גרויסע סכום געלט און טוישן די נאמען, ניין, ער האט זיך געהאלטן פעסט אז ער גייט געווינען. נו שטעלט אייך פאר, ווען די בית דין וואלט איינגעזעהן אנדערש, וואס וואלט דעמאלט געווען?
און באבוב שטייט יעצט גאר שיין אין אלע הינזיכטן ווען רמ"ד מוטשעט זיך געפערליך און דער עולם האט סימפאטיע און קוקט עס נישט אן ראציאנאל נאר עמאציאנאל, אבער שטעלט אייך פאר ווען באבוב וואלט נישט זוכה געווען אז נגידי ונדיבי הקהלה העלפן ארויס בסכומים אדירים, און שטעלט אייך פאר לעומת זה אז דער נדיב פון לאנדאן ע"ה וואלט נישט אומגעקומען, נאר וואלט נאך געווען בתוקפו און הרמ"ד וואלט יעצט געווען א רייכער רבי מיט הערליכע בנינים, און די בית דין וואלט גע'פסק'נט אז ער איז דער יורש, וואלט איר דעמאלטס געוויינט אויף די זייט פארוואס מען האט נישט קיין רחמנות אויף הרב"צ... שוין ב"ה אז עס איז די וועג!
א גרויסער עושר אין לאנדאן, ממשפחת בית באבוב, וואס שטיצט האדמו"ר מהרמ"ד בעט זיך ביי אים צו נעמען א פשרה, אפילו לעצטענס ממש האט יענער זיך געבעטן ביי אים: נעם מער געלט און זיי מוותר. אבער דער אני שלום איז שטארקער זיי ווילן מלחמה און דעריבער, וואס איז יעצט די גרויסע רחמנות?
רחמנות קומט נישט דא אריין, עס איז א שווערע געים פאר ערוואקסענע מענטשן, און ווער עס קען נישט פארנעמען די היץ זאל נישט עוסק זיין אין קיין לעגאלע געפעכטן.
וואס וויינסטו יעצט?
האסט געדארפט פריער וויינען!
ער איז א ארימער רבי וואס האט נישט צו צאלן זיינע ארבעטער?
נו, איז די קושיא, האט ער דאך געמעגט, כדי צו צאלן זיינע מלמדים, שוין לאנג צוריק פרובירן צו מוותר זיין אויפן נאמען און באקומען סכומים אדירים להחזקת מוסדותיו, אבער ניין, ער איז געווען גרייט אויף זעלבסטמארד, נו וויין נישט יעצט! נאדיר, בדבר אשר זדו עליהם!
אני שלום – אדער המה למלחמה?
אלזא, יעצט איז צייט אז דער אני שלום זאל זאגן "רבותי, איך בין אן ערוואקסענער מענטש, לאמיר מפסיד זיין בכבוד. אזוי האט גע'פסק'נט די בית דין וואס ביידע צדדים האבן אויפגענומען, ואין אחרי דברי בית דין כלום! מיר גייען טוישן די נאמען צו א שיינע חסידישע נאמען, זאל זיין צאנז-באבוב, אדער ראפשיץ-באבוב אדער סיי וואס, מיר גייען באקומען שיינע סכומים געלט וואס וועט אונז אסאך העלפן, און מיר גייען זיך שטארק בויען בע"ה, אן קוקן אויף יענע זייט. אל תביט אחריך, קוקט נישט צוריק, קוקט נאר אויפן עתיד"
אבער ניין, ער קומט מיט א ספין אז ער זוכט שלום. וויאזוי זוכט מען שלום נאכן פארלירן א פסק?
אה, ער ווארט אויף גדולי ישראל!
וואס מיינט דאס?
גדולי ישראל, אויטאריטעטן אין חושן משפט זענען געזיצן אויף דעם, ואלקים ניצב בעדת א-ל, איז דא אן אנדערע ערנסטע אויטאריטעט וואס גייט דאס אוועקמאכן?
זוכן זיי עפעס א בנש"ק'ל זאל זיי זאגן אז זיי מוזן נישט פאלגן דעם פסק דין תורה אויף וואס זיי האבן גע'חתמט שטרי בירורין? גייט דאס עפעס העלפן כלפי שמיא? גייט דאס העלפן כלפי הבריות?
וועקט אייך אויף!
איר האט פארלוירן!
זייט נישט קיין זויער פארלירער!
מאכט נישט "אני שלום" פאר א ווערטל, מאכט עס אמת!
די צד וואס האט מנצח געווען אין דין תורה גייט נישט מוותר זיין אויף וואס זיי האבן באקומען בדין.
אין קאורט האט איר אויך נישט קיין שום שאנסן צו געווינען!
יעצט איז צייט צו אראפלייגן די געווער!
די וועלט ווארט: אני שלום – אדער המה למלחמה?!
matovu
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 11:49 am
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך matovu » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:02 pm

די אויבערשטע תגובה איז נישט מיינס.
matovu
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 11:49 am
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך ווייט פיש » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:29 pm

שלום קען מיינען זייער פשוט

נישט זיך רייסן יעצט מיט די הענט און פוס ווי די נאטור שטיפט אין אזא פאל

שלום קען טייטשען מהיום והלאה זאלען אלע צוזאמקומען און כינוסים וואס רבנים פארופען איבער עני נושא ביהדות, זאלן ביידע צדדים פון באבוב שטיין צוזאמען ביים טיש און ענדיגען איינמאל פאר אלעמאל די נארישע מחלוקת

אבער אני שלום הייסט נאכנישט אז א מענטש זאל זיך לאזן אויפגעבן זיינע זכותים על פי תורה
שלום הייסט נישט אז אויב א רב אדער גדול בישראל זעט קארופטירטע זאכען לפניו אז ער זאל זיך פארמאכען די מויל און לאזען קארופציע הערשן.
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

הודעהדורך ווייט פיש » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:32 pm

גענוי ווי דער אני שלום האט געשטופט צום טיילונג אין א קהילה אנשטאט זיצען אינטער איין דאך און זיך פיינט האבען, דער זעלבער אני שלום פאדערט זיך אנצונעמען פאר צדק ויושר.
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

הודעהדורך יעדער לאכט » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:53 pm

ווייט פיש האט געשריבן:שלום קען מיינען זייער פשוט

נישט זיך רייסן יעצט מיט די הענט און פוס ווי די נאטור שטיפט אין אזא פאל

שלום קען טייטשען מהיום והלאה זאלען אלע צוזאמקומען און כינוסים וואס רבנים פארופען איבער עני נושא ביהדות, זאלן ביידע צדדים פון באבוב שטיין צוזאמען ביים טיש און ענדיגען איינמאל פאר אלעמאל די נארישע מחלוקת

אבער אני שלום הייסט נאכנישט אז א מענטש זאל זיך לאזן אויפגעבן זיינע זכותים על פי תורה
שלום הייסט נישט אז אויב א רב אדער גדול בישראל זעט קארופטירטע זאכען לפניו אז ער זאל זיך פארמאכען די מויל און לאזען קארופציע הערשן.


ער האט נישט קיין זכותים על פי תורה, די תורה האט אים דאס צוגענומען.
בקיצור, א פרישע פשט אויף אני שלום... אז ווען מ'מאכט א כינוס כלל ישראל זאל מהרב"ץ קומען אפילו מהרמ"ד קומט.
נייס
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

הודעהדורך גדעון » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:57 pm

ווי קען איך דאונלאודען די דרשה פון ר׳ מרדכי דוד?
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 511
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:55 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

הודעהדורך ווייט פיש » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 1:12 pm

יעדער לאכט האט געשריבן:בקיצור, א פרישע פשט אויף אני שלום... אז ווען מ'מאכט א כינוס כלל ישראל זאל מהרב"ץ קומען אפילו מהרמ"ד קומט.

נייס


עס איז א אלטער פשט אין די דעפינישען פון שלום, אז ווען מען מאכט כינוסים סיי וואס נאר בנוגע רוחניות צו אינטערנעט/ ראטעווען אינזערע ברודער פון גיוס ביי יעדע פאל אן אויסנאם זאל הערשן שלום

וואס איז אזוי שלעכט צו פארשטיין? מען האט זיך ניין יאר געפייט און געספענדט אריבער פיר מיליאן ''גאליציאנע'' דאלער'ס פאר דין תורה, איז שוין העכסט צייט אז שלום זאל הערשן


=
נאכמאל קלאר צו מאכן:
שלום הייסט נישט אז אויב גדולי ישראל זעען אז קארופציע דיקטירט אין גרויסען, און מען דרייט זיך אויס די רוקען און מען לאזט עס ווייטער אנגיין.
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

הודעהדורך כנור » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 1:19 pm

חסיד האט געשריבן:
כנור האט געשריבן:
חסיד האט געשריבן:פון מיין קוק ווינקל וויל איך פארשטיין: וואס וואלט געוועהן ווען כ"ק מהרמ"ד שליט"א וואלט ווען ביי די דרשה דעקלארירט ספאנטאן " איך נעם אהן די פסק פון די רבנים? וואלט דען דער צווייטער צד שוין געוועהן צופרידן? וואלט דען אויסגעפאצט א טאטאלער שלום? וואלט די תבועה אין בג"ץ שוין נישט געארט פאר צד ב'?

דער צווייטער צד וועט קיינמאל נישט זיין צופרידען און "דעס" איז די פרובלעים. און בית-דין האט אריין געשפילט אין זייער הענט, און פארזיגעלט א הונדרעט יאר קריג!

אויף דעם קלאגט דער נביא.


קענט איר מסביר זיין אריינגעשפילט אין זייערע הענט? לויט מיין פארשטאנד איז דא געוועהן א צען יעריגע דין תורה דורך באקאנטע רבנים, ניין?

ניין!

ליין דער לעצטע תגובה וואס איך האב געשריבען אין אן אנדער אשכול.
viewtopic.php?p=219504#p219504
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך כנור » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 1:25 pm

חסיד האט געשריבן:
יעדער לאכט האט געשריבן:
תמימותדיגע האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:וואס גייט רמ"ד פארדינען פון:

1. יא פאלגען די פסק
2. נישט פאלגען די פסק

1.
אויב פאלגט ער נישט די פסק גייט ער פארדינען איין זאך: זיך ריפן "באבוב" אהן קיין שום צונעמען.
פארלירן: סימפעטי, ער קוקט ווייטער אויס ווי א בעל מחלוקת, פארלירט פאטענטשעל שטיצערס, די צייטונגען וועלן בכלל נישט שרייבן אויף אים "באבוב". האלט ווייטער אהן א מחלוקת.

2.
אויב פאלגט ער יא די פסק גייט ער פארדינען: גאר אסאך סימפעטי ביי מענטשען, ער גייט האבן מיט וואס צו גיין צום טיש ווי א "עהרליכע איד", ער קויפט זיך איין ידידים ומעריצים, און מסתמא אויך געלט פון שטיצערס, די צייטונגען וועלן שרייבן אויף אים "באבוב" (צוזאמען מיט די צונאמען וואס ער וועלט אויס), און די מחלוקת ענדיגט זיך מער ווייניגער.
פארלירן: די ריינקייט פון האבן בלויז די נאמען באבוב.

וואס לוינט זיך מער? איך מיין 2.

און לאמיר זאגן אז פאר די רבי לוינט זיך די צווייטע מהלך, אבער איך (און אלע פריוואטע באבובער חסידים, בין אויך א מענטש דא, ניין?
איך בין אויף געוואקסן אין באבוב. איך וויל ווייטער בלייבן מיט די סטעמפל פון באבוב. ווייל דער רבי וויל זיין א שיינע איד א נייס גיי, דארף איך פארלירן מיין ארגינעלע חסידות? איך בין מסכים אז די רבי זאל הייסן באבוב 45 אדער צאנז באבוב, אבער איך וויל נישט דארפן זיך איידענטיפיצירן נאר אז איך בין א באבובער.
איך האב גראדע נאך אמונות טפילות חוץ פון באבוב. איך פאר אויף אומאן ר"ה. איך בין שטארק אדוק אין הרב אלמלך בידערמאן. איך קוויטל זיך ביי די פאריסאווער. (נישט אמתדיג נאר אלץ א משל) אבער איך בין א שטאלצער באבובער. און דאס וויל איך בלייבן ביז מיין 120.
פונקט ווי די בעלזער מתנגדים וועלן קיינמאל נישט זאגן אז זיי זענען מחנובקע. וואס האבן זיי מיט מחנובקע? ווייל זייער רבי רופט זיך אזוי. זיי טענען אז זיי זענען בעלזער. ווען דו פרעגסט יעדער וואס ער איז ענטפערט ער בעלזער חסיד.
דער רבי קען זיין טראכט נישט נאר פון זיין אימעדזש, ער דארף אויף טראכטן צו די חסידים זענען מסכים פון היינט און ווייטער צו טוישן זייער נעמען


באבוב45 אדער צאנז באבוב וועט אויך מיינען א שטאלצער באבובער, א שטייגער ווי א בני יואל הייסט אויך א סאטמארער.. ער האט פשוט באקומען דעם צונאמען ווייל ער האט זיך אפגעטיילט פון די אריגינעלער סאטמארע קהילה. די זעלבע זאך דא


הלואי וואלסטו געוועהן גערעכט, אבער ליידער דרייען זיך אונזערע חסידי כ"ק מרן מהרמ"ד ארום ווי אבלים, הגם אז באבוב-צאנז איז גארנישט אזוי שלעכט, איך מיין אז מען האט אזוי אנגעשראקן דעם עולם מיטן פסק אז מען האט אריינגעפירט דעם עולם אזש ביזן תהום אריין, בפרט מיטן אי חתימה פון ר' איטשע, ווי אויך די נאכפאלגענדיגע ידועות און מימרות איבער די כשרות הדיינים, לדעתי דארף מען אננעמן דעם פסק און מסביר זיין דעם עולם אז לא כשמחתם שמחתנו, ואיננו מתכבדים בקלון חברם און פארטיג, על מה יצא הקצף הזאת?!

באבוב 45 דרייען זיך נישט ווי אבלים, דריי א צווייטען א קאפ, דארטען דרייסטו זיך נישט. שפיל ווייטער.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך יעדער לאכט » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 1:40 pm

ווייט פיש האט געשריבן:
יעדער לאכט האט געשריבן:בקיצור, א פרישע פשט אויף אני שלום... אז ווען מ'מאכט א כינוס כלל ישראל זאל מהרב"ץ קומען אפילו מהרמ"ד קומט.

נייס


עס איז א אלטער פשט אין די דעפינישען פון שלום, אז ווען מען מאכט כינוסים סיי וואס נאר בנוגע רוחניות צו אינטערנעט/ ראטעווען אינזערע ברודער פון גיוס ביי יעדע פאל אן אויסנאם זאל הערשן שלום

וואס איז אזוי שלעכט צו פארשטיין? מען האט זיך ניין יאר געפייט און געספענדט אריבער פיר מיליאן ''גאליציאנע'' דאלער'ס פאר דין תורה, איז שוין העכסט צייט אז שלום זאל הערשן


=
נאכמאל קלאר צו מאכן:
שלום הייסט נישט אז אויב גדולי ישראל זעען אז קארופציע דיקטירט אין גרויסען, און מען דרייט זיך אויס די רוקען און מען לאזט עס ווייטער אנגיין.


דעפינישען פון שלום איז אז ס'זאל שלום אבער נאר וויאזוי איך וויל, ס'טייטש איך וועל מיך ווייטער רופן וויאזוי איך וויל צו ס'שמעקט דיר יא אדער נישט, איך וועל ווייטער פעינטן מיינע באסעס וויאזוי איך וויל צו ס'שמעקט דיר יא אדער נישט. דאס איז דער "אני שלום" חלק.
ווייטער "המה למלחמה" קען אפשר זיין פשט אז מיין בעל דין זאל פארקוקן אויף אלעם און ס'זאל אים גארנישט אנגיין און זיך צושטעלן ביי יעדע מערכה וואס איך שטעל מיך צו.
געוואלדיג!!

גדולי ישראל זעען נישט. גדולי ישראל מישן זיך נישט! זיי האבן זיך נישט קיין רעכט זיך צו מישן! (דאס איז נאך פאר מ'גייט אריין אין די נושא "ווער" ווערט אנגערופן גדולי ישראל.. ווייל אויב איינער זאגט אנדערש ווי דו ווילסט הערן ווערט ער דאך גלייך א לץ, א שגץ, משוחד וכדו')
שטייט נישט אין ערגעץ אז גדולי ישראל האבן די רעכט צו זאגן אנדערש ווי דער פסק בי"ד. הערט שוין אויף מיט די קינדערישקייטן
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

הודעהדורך גאליציאנער » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 2:08 pm

matovu האט געשריבן:אני שלום?
המה למלחמה?

א ניכטערן בליק פון א זייטיגע צוקוקער
איבער די ענדע פון די מחלוקת אין באבוב


"אני שלום, איך בין פאר שלום, איך זוך נישט קיין מחלוקת, נאר זיי זוכן מיט מיר מלחמות, אבער איך זוך נישט קיין מלחמות, איך ווארט אויף די הוראה פון גדולי ישראל, וואס די גדולי ישראל וועלן זאגן דאס וועל איך פאלגן"
די ווערטער קלונגען אייך באקאנט? יא, דאס זענען ווערטער פון א איד, נעבעך א באקאנטער טאשן שניידער, ער קען זיך נישט איינהאלטן פון גנב'נען. ויהי היום ער איז געגאנגען אין מקווה, זיך צוגעשארט נעבן דעם סאמע ראש הקהל, ארויסגערוקט דעם געשוואלענעם טייסטער.. אידן ארום האבן געמאכט א ויצעקו, געכאפט דעם גנב, ארויסגעשלעפט דעם גנב פון מקווה. דער גנב האט געקאפעט און געשטויסן רעכטס און לינקס און געשריגן אז עס איז זיין טייסטער. פאליציי איז געקומען און עס איז אנגעקומען אין געריכט, די געריכט האט געשיקט צו דין תורה די אידישע מחלוקה וואס האט זיך אנגעהויבן אין מקווה, די דין תורה איז געזיצן יארן לאנג און דן געווען איבערן טייסטער. ענדליך האט די דין תורה ארויסגעגעבן זייער פסק אז דער טאשן שניידער מוז שוין צוריקגעבן דעם בערזל.
אט דאן האט דער טאשן שניידער, מיט זיין בלעכענעם פנים געזאגט אזא דרשה "אני שלום, איך בין פאר שלום, איך זוך נישט קיין מחלוקת, נאר זיי זוכן מיט מיר מלחמות, אבער איך זוך נישט קיין מלחמות, איך געב נישט צוריק דעם טייסטער, איך האלט עס און איך ווארט אויף די הוראה פון גדולי ישראל, וואס די גדולי ישראל וועלן זאגן דאס וועל איך פאלגן"
אזא צדיק!
ממש א מוסטער פון יושר!

**
אט דאס איז געשעהן אויף א גרעסערע פארנעם, דער וואס האט פרובירט צו גנב'נען באבוב פון אירע לעגאלע און תורה'דיגע בעלי בתים, איז דורכן שופט געשיקט געווארן צו א בית דין. בית דין איז געזיצן דערויף לאנגע יארן און ענדליך קלאר גע'פסקנט כדת של תורה אז ער זאל שוין צוריקגעבן די גניבה. וואס טוט דער איש השלום? ער כאפט זיך ענדליך אז ער האט געטון אן עוולה און פאלגט אויס די פסק וואס ער האט געשריבן שטרי בירורין דערויף? ניין.
אבער טוט ער עס פרעך מיט א פויערישע געלעכטער: איך פאלג נישט די דין תורה!? ניין, ער שרייט "איך ווארט אויף גדולי ישראל" אזוי ווי יענער וואס רעדט אייביג ביי קדיש און ווען מען זאגט אים "דער שולחן ערוך לאזט נישט" זאגט ער "זאל דער בעל השלחן ערוך און די גדולי ישראל מיר קומען דאס זאגן"
און וואס איז דאס אלעס?
וואס איז בא'גנב'נען א קהלה, מאכן א פילוג ומרידה, און נישט פאלגן די דין תורה?
וויאזוי רופט מען דאס אין לשון קודש? שלום!
אני שלום!
**
מענטשן זענען אויס מענטש איבער די אויסגאנג פון די באבובער דין תורה. די חסידים פון די פארלוירענע צד ווערן תש כחם כנקבה און רעדן מיט גרויס רחמנות "רבנים, דיינים, האבן געטון אזא זאך, צוגענומען די רעכטן פון א קהלה צו רופן זיך באבוב.... אזא מין פסק?!"
מענטשן זאגן אויך "ווען בית דין זאל כאטשיג געבן פאר ביידע, נו, אבער אזוי, נאר איין זייט מעג בלייבן באבוב?!"
מענטשן קלאגן "אזוי איינזייטיג גע'פסק'נט? אזוי שטארק אויף איין זייט... זיי מעגן ווען געבן פאר ביידע זייטן"
האלאו! דאס איז געווען א מלחמה, א מלחמה, א מלחמה! און איין זייט האט ב"ה געזיגט. ביידע זייטן האבן געזוכט א פול נצחון און איין זייט האט עס באקומען!
די מענטשן וואס וויינען קאזאק הנגזל שפילן עס אויס בערך אזוי: א קהלה פון אידן איז געקומען צו אפאר דיינים בעטן זיך ברחמים אז מען זאל זיי העלפן, און מען האט זיי ארויסגעווארפן בשן ועין. אבער ניין, די מעשה איז געווען אזוי: צוויי צדדים, צוויי און זיבעציג פראצענט פון באבוב, ובראשם די זקני, חשובי, ורבני העדה, וואס זענען דארטן מדורי דורות. זענען געווארן גערופן אין ערכאות, און דאן אריינגעשלעפט אין דין תורה, דורך א קעמפערישע גרופע פון אכט און צוואנציג פראצענט יונגערע פון די קהלה, און האבן זיי געוואלט ארויסטרייבן, זיי בא'גנבנען. ביידע צדדים האבן באצאלט די גרעסטע דיינים צו אויסהערן ביידע זייטן, ביידע צדדים האבן גע'טענה'ט זייערע שטארקסטע טענות, און נישט געזוכט קיין פשרות, יעדער צד האט געזוכט איין זאך: געווינען. און איין צד האט מצליח געווען און געווינען! די בית דין האט גאר לאנג דן געווען און געקומען צו מסקנה אז איין זייט איז גערעכט און די אנדערע איז נישט גערעכט!"
ניין, האדמו"ר מהרמ"ד האט נישט געבעטן אז מען זאל אים געבן א שטיקל פון די קוגל, ניין! ער האט געפאדערט די קוגל אין א פולשטענדיגע מלחמה, ער האט קלאר נישט געבעטן קיין פשרה, נאר א פולשטענדיגע "יקוב הדין את ההר" פסק, ווי ער האט געהאפט אז ער וועט זיגן, און למעשה האט די בית דין וואס ער האט געקליבן אויסגערופן הויך און קלאר, נאכן אויסהערן אלע טענות, "איין צד איז גערעכט, און ניין, נישט צד מהרמ"ד, נאר די אנדערע צד!"
וואס וויינסטו יעצט?
וואס מאכט מען די ווייבערישע שטיק פון וויינען?
אנגעהויבן האבן זיי כגיבור ואיש מלחמה, יונגע, היציגע חברה וואס פארמעסטן זיך צו מנצח זיין די פיל גרעסערע צד אין די קהלה, און ווען זיי פארלירן איז כזקן מלא רחמים נדמה להם און וויינען און שרייען אז אויך זיי האט מען געדארפט געבן!
האסט געדארפט פריער וויינען!
זענען זיי געקומען צו בית דין בעטן אז מען זאל זיי געבן געלט צו העלפן זיך אויפבויען אן אייגענע קהלה?
זענען זיי געקומען בעטן אז זיי זענען "אויך" לעגיטים?
ניין, זיי זענען געקומען אוועקכאפן און זאגן כולה שלי, און עס איז נישט געלונגען!
**
מענטשן פארגעסן שוין על מה ומי היו הדברים, לאמיר אויפפרישן די זכרון און זעהן וואס דא איז פארגעקומען:
השתלשלות הדברים
דער מחולל ומייסד חצר הקודש באבוב הרה"ק רבי שלמה זי"ע מבאבוב האט געהאט צוויי זון, כ"ק מרן אדמו"ר רבי נפתלי צבי זצ"ל און יבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר רבי בנציון שליט"א, און ווי אלע זקני חסידי באבוב ווייסן, האט ער זיי ביידע אנגעגרייט צו ווערן די ממלאי מקום וממשיכי הדרך, נאכדערצו וויסנדיג אז קיין אנדערע ממשיכים בן אחר בן לבית באבוב איז נישט פארהאן.
ביים לוויה לפני מטתו האט מען טאקע ממלא געווען רצון קדשו, און מכתיר געווען ביידע קינדער, דעם עלטערן אלס רבי, און דעם יונגערן אלס משנה למלך, רב הצעיר. דאס איז געווען זייער קלאר א הכתרה פאר יעצט פארן ממלא מקום, הרה"ק מהרנ"צ, און א הכתרה לאחר זמן פארן יונגערן זון, כ"ק מרן מהרב"צ שליט"א.
מער פון דעם דארף נישט קיין שום בר דעת, קלארער פון דעם איז נישט שייך. א לויה פון רבי'ן און מען איז מכתיר ביידע קינדער, דער עלטערער, וואס איז אליין א עלטערער איד און נישט געזונטער מענטש איז יעצט רבי און דער יונגערערע וועט איבערנעמען לאחר אריכות ימיו ושנותיו. און קיין שום אנדערע פלפולים נעמט דאס נישט אוועק!
ליידער איז כ"ק מרן מהרנ"צ געווען גאר שוואך און אלט, און דעריבער איז געלונגען פאר זיין יונגערער איידעם צו בויען זיך אויף זיין שווער'ס שוואכן רוקן, און ער האט דערקלערט אני אמלוך, ארבעטנדיג צו בויען זיין איגא אלס א קאנדידאט פאר בית באבוב, קעגן יעדע סברה, קעגן די רצון פון בית באבוב, קעגן די רצון פון זיין זיידן און קעגן די רצון פון זיין שווער וואס האט קלאר ממנה געווען און מיטגעארבעט מיטן מינוי פון זיין ברודער אלס רב הצעיר ומשנה למלך.
ס'איז קיינעם אין דער וועלט נישט איינגעפאלן אין דעם ווילדסטן דמיון די אלע יארן אז אדמו"ר הרמ"ד, איז דער ממשיך פון די באבאווער דינאסטיע! דאס איז ברור כשמש, נישט מחוץ לבאבוב, און זיכער נישט בתוך באבוב. קיינער אין באבוב האט קיינמאל נישט געחלומט אז א צוגעקומענער אייניקל, דער יונגערערע איידעם פון מהרנ"ץ וועט גיין קעגן דעם נאטורליכן ממלא מקום, דער יורש העצר ובן המלוכה. יעדער האט געוואוסט, אז דער קרוין פרינץ, דער באליבטער בנו אהובו, אדמו"ר מבאבוב שליט"א ער איז דער צוקונפטיגער ממשיך, ועל כסאו לא ישב זר.
טראץ די פאקט אז ביידע באבובער רבי'ס, דער מייסד הרה"ק מהר"ש וממשיכו כ"ק מהרנ"צ האבן געוואלט און מען האט ממנה געווען כ"ק הרב"צ פאר רב הצעיר וממשיך המלוכה, און טראץ די פאקט אז ער איז דער ליבלינג פון טויזנטער באבובער חסידים און דאס איז דער רצון הציבור, האט אנגעגליסט פארן יונגערן איידעם הרמ"ד דאס מלוכה. ער האט אויסגענוצט די שוואכע יארן פון זיין שווער און געמאכט א מחלוקת קעגן רצון חמיו און קעגן רצון בית באבוב, און האט אנגעטראפן אפאר בעלי מחלוקת און האבן געטראפן אן אפענע אויער ביי היציגע יונגווארג, צוגעקומענע אשר מקרוב באו וואס האבן נישט געהאט קיין נערוון צו די באבובער רוהיגקייט און שלום, און האבן געוואלט אריינברענגען רוחות רעות צו וואס מען איז נישט געוואוינט אין באבוב, און אנגעהויבן פירן א מחלוקה אין באבוב.
פינף יאר האבן די בעלי מחלוקת געארבעט אין באבוב, מיט שמוציגע תכסיסים צו בויען א באזע פארן טאג נאכן פטירה פון הרה"ק מהרנ"צ, בעיקר האבן זיי געהאט אן אוזן קשבת ביי יונגע בחורים'לעך וואס מען האט אנגעהעצט קעגן די רצונות פון זייערע עלטערן אז צו זיין א חסיד פון אדמו"ר מהרנ"צ מוז מען זיין א חסיד פון זיין יונגערן איידעם און זיך מתחצף זיין צום רב הצעיר.

מרידה אין באבוב!
י"ב אדר תשס"ה לפ"ק, ווען כ"ק מרן מהרנ"צ איז נפטר געווארן, האט זיך די שושלת ווייטער געצויגן לויטן פלאן, די דייני, רבני וזקני הקהלה האבן מכתיר געווען דעם רב הצעיר אלס ממלא מקום אחיו ואביו, אלס באבאווער רב. ער האט עס באקומען מדין תורה, מכוח זיין "רב הצעיר". און למלאות רצון אביו ואחיו ורצון קהלה הקדושה.
אבער די בעלי מחלוקה האבן געלעבט אין אן עולם הדמיון, און נישט מער און נישט ווייניגער, דער יונגערערע איידעם איז פשוט מיט א בלעכענעם פנים אריינגעקומען אין בית מדרש און זיך געזעצט אויפן הייליגן בענקל וואס באלאנגט פאר אדמור"י באבוב.
הרמ"ד האט נישט גע'טענה'ט אז עס קומט אים עפעס, ער האט גע'טענה'ט אז ער איז דער איינציגער ממלא מקום!
פארשטייט זיך אז חסידי באבוב האבן אים תיכף פאריאגט פונעם עמוד ווי ער שטעלט זיך אליין אוועק נגד רצון הציבור, און ממש אנגעקוקט ווי א געלעכטער זיין חלום, אז ווען עס איז דא א קלארער ממלא מקום וואס דער רוב הציבור איז מיט אים, פרובירט ער צו משתלט זיין זיך אויף באבוב און מאכן א מחלוקה.
הרה"צ רמ"ד איז דאן געגאנגען אין ערכאות!
יא, נישט דין תורה, ערכאות! ער האט מרים יד געווען בתורת משה, און געגאנגען צו די ערכאות של עכום ווי ער האט פשוט געוואלט גיין קעגן מלכות בית באבוב, קעגן די אדמורים זצ"ל, קעגן רצון הציבור און זיך ארויפצווינגען, מיט זיין ציבור פון א הונדערט פופציג בחורים און יונגעלייט, צו ווערן באבובער רב!
צד הרמ"ד האט גענומען א גאר טייערע לעגאלע טיעם פון אדוואקאטן, די פירמע פון לאוען און לאוען קאמפאני און די פירמע פון שלאמם, סטאון דאולין, מיט נאך א שלל פון לויערס. די לויערס האט אפגעקאסט פאר הרמ"ד אזויפיל ווי א האלב מיליאן דאלאר!
אין די שבעה פון אדמו"ר מהרנ"צ, ווען באבוב טרויערט נאכן פטירה פון רבי'ן, האבן אנשי הרמ"ד אריינגעארבעט אין ערכאות, ולא נתקררה דעתם, עס איז נישט געווען גענוג אז זיי גייען קעגן א קהלה, נאר אויך קעגן יחידים, זיי האבן געשיקט א לאו סואט אין פעדעראלע קאורט ווי זיי האבן געקלאגט איבער א מניין אידן בעלי השפעה אין באבוב.
דער ריכטער וואס איז געווארן דעזיגנירט פאר דעם קעיס איז געווען דזשאדזש הערבערט קרעמער (ע"ה) און גאר וואונדערליך איז געשעהן ביד ה' ונפלאותיו אז דער ריכטער האט זיי גוט אויסגע'מוסרט און געשיקט אין דין תורה. און ריכטער קרעמער דערציילט א מעשה פארוואס ער שיקט צו דין תורה און ער זאגט זיי "פאר איך בין געווארן א שופט ווען איך בין געגאנגען צום באבובער רב, מרן מהר"ש, צו נעמען א ברכה צו ווערן שופט, האט ער מיר זייער שיין געווינטשן און געזאגט "איין בקשה בעט איך דיר, אז ווען עס קומען אידן אין געריכט, זאלט איר זיי שיקן צו בית דין, אידן האבן נישט וואס צו זוכן אין געריכט, אידן באלאנגען נאר אין א בית דין!" און דאן האט דער ריכטער זיך געוואנדן צו די צדדים און געזאגט "איר זענט זיינע קינדער, איך בעט ענק בשם באבובער רב זצ"ל גייט צו בית דין, בית דין פארשטייט בעסער צו אזוינע סארטן סכסוכים און איז די בעסטע אויטאריטעט צו פסק'נען אזא סארט דין תורה!"
די צד הרמ"ד האט זיך געבעטן: שיק מיר נישט צו בית דין! און זיי האבן געפאדערט אז מען זאל זיי געבן א טי-אר-או, אויף כאטשיג איין קעמפ, אבער ניין, דער שופט האט געשריגן: גיייט צו בית דין!

בית דין צדק
אין דין תורה האט מען געקליבן א בית דין המרוצה לשני הצדדים. גאר חשובע דיינים ורבנים היושבים כסאות למשפט וואס האבן שוין גע'פסקנט אסאך גרויסע דיני תורה. די גרעסטע מפורסמים אין חושן משפט הגאונים הגדולים הגאון רבי אברהם ברוך ראזנבערג, הגאון רבי יחיאל באב"ד, הגאון רבי יצחק חיים זעלטנרייך, הגאון רבי יצחק דוב בערגער הגאון רבי יקותיאל זלמן גראוס שליט"א. צד הרמ"ד האט געוואוסט דעמאלטס אז דער טשאקאווער רב איז א מחותן מיטן באבובער דיין און אלע אנדערע נארישע טענות של שקר, און מכל מקום האט ער מסכים געווען, מבטל געווען אלע טענות, און געשריבן שטרי בירורין.
ווען מען שרייבט שטרי בירורין זאגט מען מיט דעם אז מען נעמט אן דעם פסק, אפגעזעהן פון אלעס, אפילו אויב עס איז דא שוחד און אפילו שלשת רועי בקר קענען זיי גוט מיט שטרי בירורין. למעשה, איז צוזאמענגעשטעלט געווארן א חשובער בית דין, און למעשה זענען זייערע אלע טענות נארישקייטן, ווייל ווער עס ווייסט וואס עס איז פארגעקומען אין בית דין ווייסט אז דער טשאקאווער רב, דער מחותן, האט דווקא מהפך געווען בזכותם, און דווקא הגאון רבי אברהם ברוך ראזנבערג, וואס זיי האבן גע'חלום'ט אז ער איז זייער אדוואקאט און נוטה לצדם האט צום סוף שטארק מצדד געווען צו פסקנען דעם פסק וואס איז אזוי קלאר לטובת צד באבוב.
אין דין תורה האט צד הרמ"ד ווייטער געפאדערט אז אלעס קומט זיי און מען זאל דעם באבובער רבי'ן ארויסווארפן אין גאס. עס איז געווען זה אומר כולה שלי וזה אומר כולה שלי.
בית דין האט באלד אין אנפאנג מציע געווען א פשרה איבער די קעמפס, שטייענדיג נאנט צו די זומער טעג האט בית דין שוין געוואלט מאכן פשרות אז איין קעמפ זאל מען געבן צו צד הרמ"ד. מעסיגע מענטשן, ידידים צו צד הרמ"ד, האבן זיך געבעטן ביי אים, לאמיר נעמען א פשרה און איינשטילן די פייער, אבער ניין, אדמו"ר מהרמ"ד איז מיט זיינע נועם המדות ודרכי השלום נאר געוואלט לאזן נאר הר"ר צבי ארי' ריינהאלד מיט זיין קעמפערישע צוגאנג פון כולה שלי, מאכט החלטות, מען גייט זיך שלאגן, מען נעמט נישט די פשרה!

טאנצן אויף צוויי חתונות
ווען מהרמ"ד איז שוין יא געווען אין דין תורה, געצווינגענערהייט, אויפן פארלאנג פונעם ריכטער האט ער אבער נישט פארגעסן פון קאורט. און האט אהינגעקוקט בכליון עינים אויף א נצחון.
געשעהן איז דאס נאך א פסק דין חלקי וזמני פון בית דין איבער "חברה קדישא" ווי בית דין האט גע'פסקנט און געשטעלט צוויי מענטשן אויף צד באבוב און איין מענטש אויפן צד שכנגד. חסידי מהרמ"ד האבן נישט געהויבן הענט, זיי זענען געלאפן צום גואישן געריכט, זיי האבן גענומען נעט לואין, דעם טייערסטן לויער, פאר א פערטל מיליאן דאלאר! (ווען די מלמדים האבן געהונגערט) און געטענה'ט אז אפילו אז זיי האבן איין מענטש קעגן איינס, האבן אבער זיי אויך א רעכט צו מחליט זיין קעגן די צוויי, און יעדער פון די דריי האט א וועטא רעכט צו טוישן אלעס.
דער שופט אויף דעם קעיס איז געווען א לעגאלע תלמיד פון נעט לואין ביי וועמען ער האט געלערנט געזעץ, און האט גע'פסקנט לטובת צד הרמ"ד. די דייני הבית דין וואס זענען געווען ברוגז אז מען גייט אין געריכט צו איבערדרייען די פסק בית דין, האט זיך קעגנגעשטעלט און געשריבן א נייע פסק אז די צוויי זענען רוב און דער איין נציג לצדם איז דארטן צו מפשר זיין לטובתם. – (כך הווה, די בית החיים פירט זיך בכבוד הראוי ובשלום, מען לייגט ביושר יעדן נפטר לפי כבודו אן קיין פראבלעמען)
אט אזא איש השלום, און אט אזעלכע אידן וואס גייען בלויז אין דין תורה!

כולה שלי!
אין בית דין איז עס געווען א כולה שלי, כולה שלי קאמף. זיי האבן פארלאנגט "אלעס"! אלע בנינים, אלע מטלטלין, אלע ספרי תורה, הכל בכל מכל כל באלאנגט פאר די צוויי חתנים.
באבוב האט גע'טענה'ט, אז דער באבובער רב הצעיר ומשנה למלך איז דער איינציגער יורש, און מדין זה האט ער גע'ירשנ'ט "אלעס" אלע בנינים, אלע מטלטלין, אלע ספרי תורה, הכל בכל מכל כל באלאנגט פאר באבוב.

צד הרמ"ד איז געווען גאר זיכער מיט זיך, און ביי עטליכע דיני תורה אויף וואס עס זענען ארויסגעקומען די פסק דינים חלקי וזמני, האט באבוב געואלט מפשר זיין און געבן געוויסע זאכן און מאכן פשרות. אויך האבן זיי געאפפערט אז זיי זענען גרייט צו געבן 10 מיליאן דאללער. דער אנטווארט איז געווען "הכל שלי".
נו, הכל שלי? בית דין וועט מחליט זיין! איז מען געזיצן, געברענגט עדות'ן, באטראכט דאקומענטן, געמאכט וואלן אין באבוב צו זעהן די נומערן, און געלאזט יעדן קומען מיט אלע מיני טענות, ראיות און הוכחות. די דין איז אזוי אז ווילאנג איין צד טענה'ט אז זיי האבן נאך א טענה אדער ראיה מוז מען זיי אויסהערן און אזוי האט זיך געשלעפט, ווען ביידע צדדים צאלן די בילס....יעדער האפנדיג פאר א געווינס.
נאך אלע מעשיות, און נאכדעם וואס צד אדמו"ר מהרמ"ד האט לאנג ארומגעשלעפט און נישט געלאזט די פסק ארויסקומען די לעצטע צוויי יאר, האט בית דין המרוצה לשני הצדדים, ענדליך געזאגט זייערע החלטות און גע'פסקנ'ט אז די באבובער רבנות גייט צו אדמו"ר מבאבוב, און נאר זיין קהלה האט רעכטן צו זיין באבוב.

עס איז נאריש צו דן זיין איבער א נאמען?
אפשר אין אייערע אויגן, אבער די ביידע צדדים האבן זיך געשלאגן דערויף און אפגעזעהן וואס א דרויסנדיגער טראכט איז דאס געווען די דין תורה, און דאס האבן די רבנים איבערגעקייט און אויסגעדראשן, לפי בקשת שני הצדדים.
ובכלל, איז נישט אמת אז עס איז נאריש צו דן זיין איבער א נאמען, אין שומרי אמונים האט די בית דין דן געווען איבער א נאמען און געצווינגען דעם איידעם צו טוישן צו תולדות אהרן, און שפעטער נאכן פטירה פון אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל האט די בית דין צדק העדה החרדית געצווינגען דעם עלטערן זון פון תולדות אהרן צו ווידער טוישן און ער רופט זיך תולדות אברהם יצחק. אין קארלין האבן די פורשים על פי דין תורה געטוישט צו פינסק קארלין אדער קהל חסידי ירושלים וכדומה. ביי די דין תורה אין קהלת קראסנא איז די פסק געווען אז נאר איין צד מעג זיך רופן מיטן נאמען קראסנא.
נאר ביי צוויי ברודער וואס זענען אייניגע יורשים און עס איז נישטא קיין צוואה אדער קיין פסק לאזט מען געווענליך די זעלבע נאמען און דאס איז וואס האט לעצטענס פאסירט אין סאטמאר און וויזניץ.
פסק בית דין: עס איז דא איין באבוב
על כל פנים, די בית דין איז געזיצן און דן געווען, בכובד ראש, אין משך פון הונדערטער שעות, און נאכן הערן יעדע טענה און מחליט געווען אז דער יורש לבית באבוב איז גערעכט און דער אנדערער איז פשוט א מורד.
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? יא, בית דין האלט אז דער זון וממלא מקום איז גערעכט און דער צוגעקומענער אייניקל האט נישט קיין רעכט צו זיין באבובער רבי.
איבער די ציבור וואס איז אוועקגעגעגאנען האלטן זיי אז היות אז זיי זענען נישט אפילו קיין דריטל פון באבוב זענען זיי ווי אין יעדע חסידות ווען א ציבור גייט אוועק. אין יעדע שטעטעל אין דער אלטער היים האט מען אויפגענומען א רב, און די מיעוט האט זיך צוגעשטעלט צום רבנות. עס איז קיינמאל נישט געשעהן אז א מיעוט זאל זיך קעגנשטעלן צום התמנות און פאדערן א חלק פון די רבנות און א רעכט צו רופן זיך אלס רב אין שטאט און א באקומען א חלק אין די רבנות! אז זיי ווילן אוועקגיין, זאלן זיי גיין און זאלן זיי זיך שטעלן אויף די פיס אן קיין טענות ומענות.
פארוואס האט די בית דין אזוי גע'פסקנט?
ווייל אזוי האט בית דין איינגעזעהן נאכן הערן אלע טענות ומענות און זעהן דעם אמת.
אויף וואספארא הלכות איז עס באזירט?
די דיינים האבן נאכנישט געשריבן (אויב זיי פלאנען צו מפרסם זיין בכלל) זייערע נימוקים, אבער, איינער פון די רבנים, הרב הגאון רבי זלמן גרויז שליט"א האט מיט א געוואלדיגע עיון און כח התורה מברר געווען אלע הלכות וואס קען זיין נוגע און האט אינאיינעם מיט די אנדערע חברי הבית דין עס איבערגעשמועסט, אויס'געטענה'ט און אפגעשריבן א ריזן ווערק פון איבער צוויי הונדערט בלעטער ווי ער איז מברר די נושא כדרכו של תורה, בטוב טעם ודעת, ער נעמט אפיר דעם נושא און איז מברר פון די סאמע ערשטע מקורות בדברי חז"ל, ביז צו לעצטע אחרון שבאחרונים. ער איז נושא ונותן בדברי כולם, ואינו נושא פנים לאיש, אבער אויף א תורה'דיגע און לאגישע אופן. פילע עניינים וואס באלאנגען אונטער דעם שירעם פון "קהילה מחלוקת" ווערן אויסגעשמועסט, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. בכלליות, לויט'ן סדר וואס שטייט אינעם תוכן העניינים, איז עס אזוי: חלק "ירושת שררה": ירושת שררה כיצד?; מי הוא יורש לענין שררה?; מהי שררה, ואיפה שייך שררה לענין ירושה?; זכויות אדמו"ר במינוי ובחלוקת שררות; זכויותיו של רב הצעיר לעומת יורשים; זכויות של פורשים; דיון כללי - נכסי ציבור של מי?; השמות של המוסדות והחסידות. אינעם חלק פון "משמעת וסדר בין אדם לחבירו בדברים חדשים שאין לנו הלכה בהם" איז דא די פאלגענדע נושאים: דינא דמלכותא; תקנות בני העיר; מנהג בזכויות שבין אדם לחבירו.
רבי זלמן איז געווען איינער פון די דיינים, יא, ער איז געווען אויפגענומען פון איין זייט, ווי די שטייגער אז א בורר איז געצאלט מהפך צו זיין בזכותו פון זיין צד. דאס איז מוסכם על פי דינא דגמרא, והשלחן ערוך, און דאס ווערט נישט פארעכענט פאר א נטייה לצד אחד. און ווירקליך האט ער געטון א געוואלדיגע ארבעט בבירור הסוגיא און ער האט עס געטון "בשליחות" פון די דיינים, בהסכמת ובעצה אחת פון דער בורר פונעם צד שכנגד, צו האבן די הלכה'דיגע מקורות און יסודות אויף צו מברר זיין די ענינים.
צו האבן די דיינים אנגענומען אלעס וואס הרב גרויז האט געשריבן, ווייסן מיר נישט, אבער דאס איז קלאר א שטארקע יסוד אויף וואס מען קען פארשטיין די סכסוך, און ווער עס וויל פארשטיין די נושא קען קויפן די שאלות ותשובות ספר פון הרב גרויז, שו"ת הברי והשמא און דארטן טרעפן די בירורים להלכה, ותן לחכם ויחכם עוד.
די בית דין האט אנגענומען די הלכה, באזירט אויף ראשונים ואחרונים, אז "חתנו כבנו" ווען עס האנדלט זיך פון שררה און מינוי, ווי א רבנות, חזנות, מוהלות, מלוכה, און סיי וואס א טאכטער קען נישט ירש'נען, איז בלויז ווען עס איז נישט דא קיין יורש דאורייתא. אבער ווען עס איז דא א יורש דאורייתא ווי א ברודער גייט די ירושת השררה צום יורש דאורייתא.
בפרט אז מען האט אים שוין ממנה געווען דעם באבובער רב מיט די מינוי פון שררה, על פי רצון אביו ורצון הקהל, איז נישטא קיין מקום פאר טענת חתנו כבנו.
על כל פנים, די בית דין האט למעשה געטון זייער פליכט, ביידע צדדים האבן פארלאנגט א "דין תורה" און נישט קיין פשרה, און דער בית דין האט ווירקליך געפסקנט אז די צוויי חתנים, קומט זיך באמת גארנישט מיט נישט, נישט מה שנוגע געלט און זיי האבן נישט קיין שום רעכט זיך צורופען באבוב!
נאמען באבוב
זיי זענען באמת א שיינע קהלה, אבער גענוי ווי עס וואלט געשעהן אויב סיי וועלכער חשובער מגיד שיעור אין באבוב וואלט דערקלערט זיך אלס א באבובער רבי און נעמט מיט א הונדערט משפחות וואלט יעדער פארשטאנען אז זיי זענען נישט קיין מחותנים צום שיסל. די זעלבע האט בית דין מחליט געווען – בכח תורתם – אז הרמ"ד איז משיג גבול פאר זיין פעטער און איז נישט קיין לעגיטימער באבובער רבי. ער האט נישט געטארט אים אונטערלייגן פיסלעך. יא, ער מעג זיין א רבי בישראל, אבער זיך דערקלערן א רבי אין באבוב איז שלא ביושר און טאר דעריבער זיך נישט רופן באבוב.
א נאמען טראגט א ווערט. שמא קא גרים. יעדער פארשטייט אז איינער וואס פארקויפט משקאות טאר זיך נישט רופן קאקא קאלא, איינער וואס העלפט מיט זש"ק טאר זיך נישט רופן בוני עולם, דאס זענען טרעידמארקס וואס באלאנגען שוין צו עמיצן און איז ווערט אסאך. באבוב איז א גרויסע שוויות סיי פינאנציעל און סיי עמאציאנעל און האדמו"ר הרמ"ד האט עס דעריבער שטרענג געפאדערט, אבער בית דין האט דערקלערט –באזירט אויף זייערע הלכה'דיגע, לעגאלע און פראקטישע הסברים וואס זיי האבן נאכנישט מפרסם געווען – אז די נאמען באלאנגט פארן באבובער רבי'ן און זיין קהלה.
אין די ספרי הפוסקים פון די לעצטע דורות נעמט מען אן קלאר אז די דינא דמלכותא לגבי "טרעידמארק" האט א תוקף, און מען קען נישט משיג גבול זיין ביי יענעם, אויך נישט דורך זיך רופן זיין נאמען. און אזוי האט בית דין אנגענומען לגבי באבוב.
געלט
אין א קהלה האט יעדער חבר הקהלה זכותים אין די קהלה. יעדער מעג זיצן אין די בית מדרש פון די קהלה, אבער יעדער פארשטייט אז ער קען נישט אהיימטראגן זיין בענקל פון בית מדרש, פארוואס? ווייל עס איז נאר א זכות ההשתמשות און נישט קיין בעלות.
די הלכה איז אז אויב זענען מענטשן פורש פון א קהלה, שפרשו מחוסר מקום, ווייל זיי האבן נישט קיין פלאץ אין די עקזיסטירנדע קהלה, דארף די קהלה זיי העלפן, אבער א קהלה שפרשו מחמת מריבה באקומען נישט גארנישט!
יעדע שטעטל האט געהאט וואלן און די מיעוט האט זיך געמוזט צושטעלן מעולם האט איינער נישט געטראכט אז ער גייט באקומען נכסי הקהלה און מאכן אן אייגענע רב.
איינמאל מען פארשטייט דאס איז קלאר אז בית דין האט נישט געהאלטן חסידי מהרמ"ד ווי א לעגיטימע צווייגל וואס האט א זכות פון באבוב, נאר ווי מענטשן וואס גייען אוועק פון א קהלה און זיי קענען נישט פארלאנגען מיטצונעמען זייערע זכותים. ביסט געגאנגען? האסט משיג גבול געווען און געמאכט א מחלוקה און א מרידה שלא כדין, האסט פארלוירן די זכותים ולא יהא חוטא נשכר.
טראץ די אלע זאכן האט בית דין מחליט געווען אז באבוב זאל צאלן פאר חסידי הרמ"ד א סכום פון זעקס מיליאן און צוויי הונדערט טויזנט דאלאר. דאס פאר צוויי סיבות:
• א רבי אין א חסידות האט געוויסע, ממונות פרטיים, פינאנציעלע טובות הנאה פון די חסידות. טראץ וואס די רוב נכסים באלאנגט צום חסידות און צום קהלה. דעריבער, טראץ וואס נכסי באבוב בלייבט צו באבוב, קענען אבער די איידימער פארלאנגען די ממונות פרטיים וואס זייער שווער האט געהאט אין די קהלה, און אויף דעם האבן זיי צוגעשאנקען די זעקס מיליאן דאלאר.
• בית דין האט זיך גערעכנט מיט די גרויסע הוצאות וואס עס האט זיי געקאסט די פארצווייגטע לעגאלע הוצאות אין קאורט און אין בית דין.

בית דין צדק
דרייט אייך ארום אין טורמעס צו הערן אלע שרעקליכע געשיכטעס איבער קארופטירטע שופטים, גייט אין בית מדרש הערן איבער קארופטירטע דיינים. הצד השוה שבהם אז אדם קרוב אצל עצמו און ווען מען האט גע'פסקנט עפעס וואס דיר געפעלט נישט קאפעט מען און מען שטויסט ביטערליך, די ערשיינונג ווערט גערופן אין ענגליש "סאור לוזער" א ביטערער פארלירער.
הכלל, די בית דין איז נישט גענומען געווארן צו זיין איידל און ווייך, צו גלעטן יעדן איינעם און זיין "קיוט", מען האט נישט געזוכט קיין פשרה, נאר ווי ערוואקסענע מענטשן גענומען שטארקע דיינים המרוצים לשני הצדדים און געפאדערט דעם אמת בבחינת יקוב הדין את ההר. די בית דין האט געהערט, געקלערט, אוועקגעגעבן אסאך צייט עיון און מחשבה און געקומען צו החלטה.
אלע טענות איבער שוחד זענען נארישקייטן, שקרים און צייגט בלויז אויף דעמאראליזאציע.
די נאמען, לאגא, יוניפארם
"עס איז אזוי קינדעריש, מען שרייבט גאנצע סעיפים איבער די נאמען, לאגא און מען דערמאנט אפילו די יוניפארם פון די מיידלעך"
יא, אבער די דאזיגע קינדערישקייט האט צד הרמ"ד געקעמפט צו האלטן, אין זייערע שווערסטע יארן ווען מלמדים האבן געהונגערט האבן זיי געצאלט טוענים און לויערס דאס צו קעמפן. זיי האבן געעפנט מוסדות און קעמפס און אלעס, אלעס, נאכגעמאכט. געפעינט די באסעס מיט די זעלבע קאלירן, יעדער מוסד האט גענוצט דער זעלבער צונאמען, די זעלבער עמבלעם.
בית דין האט דאך גע'פסקנט אז זיי זענען נישט באבוב און דעריבער אלס טייל דערפון זאלן זיי אויפהערן די קינדער שפיל פון נאכמאכן יעדע זאך באבוב. טאקע קינדעריש, אבער א שאד אז צד הרמ"ד האט געקעמפט פאר אט די קינדערישקייט וואס קיין שום חסידות האט נישט געהאט אויף אזא פארנעם.
בית דין האט מחליט געווען אז יוניפארם גייט אריין בגדר פון א טרעידמארק, אזוי ווי א לאגא, און אזוי ווי א שיפינג פירמע קען נישט אנטון די ארבעטער ברוינע קליידער וואס זעהט אויס אזוי ווי יו-פי-עס, און דעריבער געפאדערט אז זיי זאלן טוישן אלעס וואס מאכט זיי אויסקוקן ווי באבוב.
אין אנדערע ווערטער האט אים בית דין מודיע געווען: הער אויף זיין פארנומען מיט יענעם, די ביסטו נישט באבוב! שטעל דיר אויף די אייגענע פיס!

אבער דאך, אזוי בא'עוולה'ן א קהלה בישראל... כאטש עפעס א פשרה
לאמיר אריינטראכטן: הרמ"ד האט באמת געוואלט ארויסשטויסן זיין פעטער, ווי ער האט אליין געזאגט אין זיין קעמפערישע דרשה נאך זיין פארלוסט אין בית דין בזה הלשון "מיר וואלטן אפאר מאל געקענט צוריק אריינקומען אין בית מדרש", דאס איז אייביג געווען זיין חלום, היל"ת!
אפילו אין צייטן ווען ביי אים אין חסידות זענען געווען רעוואולוציעס פון מלמדים און ארבעטער וואס האבן נישט באקומען קיין געלט פון אים און האבן געהונגערט און געשריגן געפערליך קעגן זייער רבי'ן וואס צאלט נישט, האט ער אבער נישט געטראכט פון מאכן א שנעלע פשרה אינדרויסן פון בית דין, נעמען א גרויסע סכום געלט און טוישן די נאמען, ניין, ער האט זיך געהאלטן פעסט אז ער גייט געווינען. נו שטעלט אייך פאר, ווען די בית דין וואלט איינגעזעהן אנדערש, וואס וואלט דעמאלט געווען?
און באבוב שטייט יעצט גאר שיין אין אלע הינזיכטן ווען רמ"ד מוטשעט זיך געפערליך און דער עולם האט סימפאטיע און קוקט עס נישט אן ראציאנאל נאר עמאציאנאל, אבער שטעלט אייך פאר ווען באבוב וואלט נישט זוכה געווען אז נגידי ונדיבי הקהלה העלפן ארויס בסכומים אדירים, און שטעלט אייך פאר לעומת זה אז דער נדיב פון לאנדאן ע"ה וואלט נישט אומגעקומען, נאר וואלט נאך געווען בתוקפו און הרמ"ד וואלט יעצט געווען א רייכער רבי מיט הערליכע בנינים, און די בית דין וואלט גע'פסק'נט אז ער איז דער יורש, וואלט איר דעמאלטס געוויינט אויף די זייט פארוואס מען האט נישט קיין רחמנות אויף הרב"צ... שוין ב"ה אז עס איז די וועג!
א גרויסער עושר אין לאנדאן, ממשפחת בית באבוב, וואס שטיצט האדמו"ר מהרמ"ד בעט זיך ביי אים צו נעמען א פשרה, אפילו לעצטענס ממש האט יענער זיך געבעטן ביי אים: נעם מער געלט און זיי מוותר. אבער דער אני שלום איז שטארקער זיי ווילן מלחמה און דעריבער, וואס איז יעצט די גרויסע רחמנות?
רחמנות קומט נישט דא אריין, עס איז א שווערע געים פאר ערוואקסענע מענטשן, און ווער עס קען נישט פארנעמען די היץ זאל נישט עוסק זיין אין קיין לעגאלע געפעכטן.
וואס וויינסטו יעצט?
האסט געדארפט פריער וויינען!
ער איז א ארימער רבי וואס האט נישט צו צאלן זיינע ארבעטער?
נו, איז די קושיא, האט ער דאך געמעגט, כדי צו צאלן זיינע מלמדים, שוין לאנג צוריק פרובירן צו מוותר זיין אויפן נאמען און באקומען סכומים אדירים להחזקת מוסדותיו, אבער ניין, ער איז געווען גרייט אויף זעלבסטמארד, נו וויין נישט יעצט! נאדיר, בדבר אשר זדו עליהם!
אני שלום – אדער המה למלחמה?
אלזא, יעצט איז צייט אז דער אני שלום זאל זאגן "רבותי, איך בין אן ערוואקסענער מענטש, לאמיר מפסיד זיין בכבוד. אזוי האט גע'פסק'נט די בית דין וואס ביידע צדדים האבן אויפגענומען, ואין אחרי דברי בית דין כלום! מיר גייען טוישן די נאמען צו א שיינע חסידישע נאמען, זאל זיין צאנז-באבוב, אדער ראפשיץ-באבוב אדער סיי וואס, מיר גייען באקומען שיינע סכומים געלט וואס וועט אונז אסאך העלפן, און מיר גייען זיך שטארק בויען בע"ה, אן קוקן אויף יענע זייט. אל תביט אחריך, קוקט נישט צוריק, קוקט נאר אויפן עתיד"
אבער ניין, ער קומט מיט א ספין אז ער זוכט שלום. וויאזוי זוכט מען שלום נאכן פארלירן א פסק?
אה, ער ווארט אויף גדולי ישראל!
וואס מיינט דאס?
גדולי ישראל, אויטאריטעטן אין חושן משפט זענען געזיצן אויף דעם, ואלקים ניצב בעדת א-ל, איז דא אן אנדערע ערנסטע אויטאריטעט וואס גייט דאס אוועקמאכן?
זוכן זיי עפעס א בנש"ק'ל זאל זיי זאגן אז זיי מוזן נישט פאלגן דעם פסק דין תורה אויף וואס זיי האבן גע'חתמט שטרי בירורין? גייט דאס עפעס העלפן כלפי שמיא? גייט דאס העלפן כלפי הבריות?
וועקט אייך אויף!
איר האט פארלוירן!
זייט נישט קיין זויער פארלירער!
מאכט נישט "אני שלום" פאר א ווערטל, מאכט עס אמת!
די צד וואס האט מנצח געווען אין דין תורה גייט נישט מוותר זיין אויף וואס זיי האבן באקומען בדין.
אין קאורט האט איר אויך נישט קיין שום שאנסן צו געווינען!
יעצט איז צייט צו אראפלייגן די געווער!
די וועלט ווארט: אני שלום – אדער המה למלחמה?!

מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך
גאליציאנער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 11, 2014 6:59 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך כנור » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 2:12 pm

מעור אחד.

ליינט זיך ווי די שטירמער.

זעהטס, מיט וועם מען האט צו טוהן?

אלעס צו נעמען ביי רבי נפתלשען (ווייל אזוי האט דאך זיין טאטע "געוואלט, זאגען זיי"!) און זיינע חסידים זאלען נאך טאנצען קדוש און בלייבען אין 48! און אויב נישט, וועט מען דיר נישט באגריסען אין דער גאס נאר זיין פארביסען און זיך אוועק דרייען דער פנים.

און דאס איז באבוב?
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך יעדער לאכט » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 2:39 pm

כנור האט געשריבן:מעור אחד.

ליינט זיך ווי די שטירמער.

זעהטס, מיט וועם מען האט צו טוהן?

אלעס צו נעמען ביי רבי נפתלשען (ווייל אזוי האט דאך זיין טאטע "געוואלט, זאגען זיי"!) און זיינע חסידים זאלען נאך טאנצען קדוש און בלייבען אין 48! און אויב נישט, וועט מען דיר נישט באגריסען אין דער גאס נאר זיין פארביסען און זיך אוועק דרייען דער פנים.

און דאס איז באבוב?


לייגסטעס אראפ אזוי דראמאטיש..
קיינער האט גארנישט "צוגענומען" פון מהרנ"ץ ז"ל. ס'איז געווען אזוי מוחלט ביי די ראשי הקהילה ביי די פטירה פון מוהר"ש ז"ל ע"פ רצונו
קיינער הייסט נישט בלייבן, קענסט מאכן שבת פאר דיר. אבער פאר דיר! באניץ דיך נישט מיט יענעמס נאמען!
ווען ער גייט מיט זיינע חסידים און עפענט א ריזיג ביהמ"ד און רופט זיך גלייך מיט א אנדערע נאמען וואלט געווען שלום ושלוה און יעדער וואלט זיך געגריסט און נישט אוועקגעדרייט אויפן גאס.
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

הודעהדורך כנור » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 2:49 pm

וואס הייסט רצונו? מען האט דאך ארויס געווארפען פון בית דין דער טענה "לגמרי". אפילו רבי חיים יענקל ביי רב"ץ'ס הכתרה האט נישט געזאגט אז "דער שווער האט מיר געזאגט" ווייל זיין שווער האט אים נישט געזאגט. אויף פארקערט, זענען יא דא עדות אז דער מהר"ש האט געזאגט. איז וואס דענמאלט זאגסטו?

יא, עס איז געווען "מוחלט" ביי רב"ץ'ס מענטשען עס צוצונעמען פון רבי נפתלטשע'ס קינדער, און אזוי האבען זיי געטוהן און דער רעסט איז היסטארי.

קענסט אבער נישט איבערשרייבען היסטארי וויאזוי די ווילסט.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך יעדער לאכט » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 2:55 pm

כנור האט געשריבן:וואס הייסט רצונו? מען האט דאך ארויס געווארפען פון בית דין דער טענה "לגמרי". אפילו רבי חיים יענקל ביי רב"ץ'ס הכתרה האט נישט געזאגט אז "דער שווער האט מיר געזאגט" ווייל זיין שווער האט אים נישט געזאגט. פארקערט, זענען יא דא עדות אז דער מהר"ש האט געזאגט. איז וואס דענמאלט זאגסטו?

איבערגעליינט די גאנצע פסק און נישט געטראפן ווי בי"ד האט ארויסגעווארפ די טענה לגמרי
כפי השמועה האט רבי חיים יענקל יא עדות געזאגט אז ער האט אזוי געהערט פון שווער.
דיין איינציגסטער ראי' איז אז ער האט עס נישט געזאגט ביי די הכתרה? ביזט דארט געווען?

לשיטתך, ווער זענען די עדות אז מוהר"ש ז"ל האט געזאגט פארקערט?
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

הודעהדורך יעדער לאכט » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 2:58 pm

כנור האט געשריבן:
יא, עס איז געווען "מוחלט" ביי רב"ץ'ס מענטשען עס צוצונעמען פון רבי נפתלטשע'ס קינדער, און אזוי האבען זיי געטוהן און דער רעסט איז היסטארי.

קענסט אבער נישט איבערשרייבען היסטארי וויאזוי די ווילסט.


קענסט עס רופן "רב"ץ'ס מענטשן" צוגענומען
איך רוף עס החלטת קהל אויפצונעמן
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

הודעהדורך כנור » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 3:07 pm

און וואס איז מיט דער אנדערע האלב קהל? זענען זיי פאטעטאוס?

און אפילו דער האלב, האט מען דען זיי געפרעגט?

יעדער וואס איז געגאנגען קיין 45 איז געגאנגען ברצונו הטוב, אבער נישט דער וואס איז געבליבען.

ווער פינקטליך האט מחליט געווען?
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך יעדער לאכט » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 3:17 pm

כנור האט געשריבן:און וואס איז מיט דער אנדערע האלב קהל? זענען זיי פאטעטאוס?

און אפילו דער האלב, האט מען דען זיי געפרעגט?

יעדער וואס איז געגאנגען קיין 45 איז געגאנגען ברצונו הטוב, אבער נישט דער וואס איז געבליבען.


אה! פרעגסט דאך זייער גוט.. פאר דעם איז דא אזא זאך וואס הייסט די"ת וואס הגם נישט אייביג איז געשמאק צו הערן דעם פסק פאר איין צד, אבער בכגון דא ווען מ'איז אין אזא דילעמע ווענד מען זיך אהין און ויקוב הדין.
וכך הוה, מ'איז געגאנגען אין בי"ד האט גע'פסק'נט אז די האלב וואס איז אוועקגעגאנגן "מרצונם הטוב" זענען אויס ראשי קהילה אין "באבוב"!!
אבער בי"ד האט קלארגעשטעלט אז זיי זענען לגמרי נישט קיין פאטעטאוס ח"ו. נאר פשוט א אנדערע קהילה
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

הודעהדורך כנור » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 3:20 pm

ניין, די האסט נישט גוט געליינט דער פסק דין. כאטש דער פסק דין איז פארפוילט דארך און דארך, פונדעסטוועגען האבען זיי נישט געקענט מאכען רבי נפתלשע'ס קינדער אויס באבוב, און מאכען האלב באבוב אויס באבוב, נאר געהייסען צולייגען "45" אלץ א היכר, אבער ביידע בלייבען ווייטער באבוב.

צוויי קהילות באבוב, איינער באבוב פלעין און דער אנדערע באבוב פאורטי פייו.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך יעדער לאכט » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 3:47 pm

כנור האט געשריבן:ניין, די האסט נישט גוט געליינט דער פסק דין. כאטש דער פסק דין איז פארפוילט דארך און דארך, פונדעסטוועגען האבען זיי נישט געקענט מאכען רבי נפתלשע'ס קינדער אויס באבוב, און מאכען האלב באבוב אויס באבוב, נאר געהייסען צולייגען "45" אלץ א היכר, אבער ביידע בלייבען ווייטער באבוב.

צוויי קהילות, איינער באבוב, און דער אנדערע באבוב-פאורטי פייו.


פארוואס פארפוילט?? ווייל ס'נישט וויאזוי דו האסט געוואלט?

יעצט איבער דעם נאמען.
איך קען היינט עפענען א ביהמ"ד אין מיין בעיסמענט און עס רופן זמיגראד-באבוב און קיינער קען מיך נישט תובע זיין דערויף! ווייסט פארוואס? ווייל אזא נאמען עקזעסטירט נאכנישט און איך מעג עס ניצן. יא! "מוזן" צולייגן א שם לווי נעמט אועק פון די אוטענטישקייט פון די אריגינעלע נאמען
בי"ד האט דא אזוי גע'פסק'נט. דער נאמען "באבוב" באלאנגט באופן בלעדי (כלשון בי"ד) פאר מהרב"ץ!
צד מהרמ"ד מעג זיך "נישט" רופן מיט דעם נאמען "באבוב" אדער א נאמען וואס איז גלייך צו דעם (כמבואר בסעיף ד')
די נעקסטע סעיף געט בי"ד רשות פאר צד מהרמ"ד ווייטער צו רופן מיט דעם נאמען באבוב נאר מיט באגרעניצטע תנאים ווי למשל מיט א שם לווי וכדו' א שטייגער ווי איך זאל מיך רופן זמיגראד-באבוב.

אבער אז דו ווילסט דיך טרייסטן קענסטו עס פארטייטשן וויאזוי דו ווילסט
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: שמחהלע קאפשטיק און 3 געסט