זמן שמחתינו

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רוח קדים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:40 am
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

זמן שמחתינו

שליחה דורך רוח קדים »

חתן דומה למלך, די גראמען קלאפן בערך, אה, מזל טוב, שלום עליכם, פששששי דו ביזט אויך דא? ווער איז סידערקעדישען? ער איז דער מחותן? וואס זוכט יענער דא, א שוואגער? האהא! נישט געוויסט. מיך געווינדערט.
האולי שיזעל, זיין בארד איז ווייס געווארן, אבי אויף סימכעס. ווער איז דער רב? זיינס א זון? אזוי! ער שיקט שוין הייסט עס די קינדער, ווי אלט איז ער? ניין, ספאנטש קעיק העל איך לאזן פאר מיינע שונאים, ס'גוט, איך וועל נישט ארויסגיין הונגעריג.

נו? משה, הייב אן ר' מיכל זלאטשיווער׳ס ניגון, נא, די וועלכע מ'זינגט אין חב"ד, מאך דיך נישט פאר אזא עניו, מ'העמיר דיך צו העלפן, וואטש די לעכט, גיב אבאכט, נעווערמיינד, ס'איז עמאשענעל, מ'פירט אונטער א קינד, זאג וואס דו ווילסט, עמיר זען ווען דו וועסט אונטערפירן דיין קינד וואס דו וועסט דעמאלט זאגן, יע יע, ווער איז יענע פרוי דארט, אה, פון דער גרינפעלד זייט, נעבעך, דאס גליק האט איר באטראפן, וואס? גראדע קוקט זי אויס גוט, איי מאסט עדמיט, זי האט למעשה חתונה געהאט? און וואו איז די אינגערע שוועסטער, נישט דא? דאכצעך זי שטייט דארט, נאטינג מעידשאר, זי גייט אויך סאוט האב איך געהערט, ניין? נעבעך, וואס איז דער טאטע שולדיג, א פיינער איד, שוין גארנישט אזא פיינער איד, כ'הער ער איז א גענגסטער, כ'זאג נישט ס'קומט זיך אים, אבער ווייסטאך, גארנישט קומט אומזינסט. קינדער אראפ פון דא, נאך צוויי מאל ארומגיין, עדי קידושין, מיט דער רעכטער פיס, מזל טוב מקודשת, דאס איז עס, הא, ער קען שוין נישט צוריק ציען, וואס? כאפ די כלה און לויף, זעסט נישט וואס ס'גייט פאר, גיב א קוק ווער ס'איז דא, איי דאונט בעליוו איט. ביזט ערשט יעצט אנגעקומען? ביזט געקומען אליינס?

קינדער די טיש איז נאר פאר טאטעס, גייטס דארט עסן. מיינסט טאקע, לאמיר גיין גנב'נען אביסל פרענטשפרייס און טשיקן נאגעטס פון די קינדער, טשיקן באדעמס העל איך לאזן פאר דיר, העי עקסקיוז מי, ברינג הים פליז א פארשען אף פיש, קרים אף טשיקן אר וועדזשטעבעל, כ'ווייס נישט. וואס נעמסטו חצקל? לעמי סי וואט טייפ אף וועדשטעבל סופ יו גאט הער, נע, אייל גאו וויט דע קרים אף טשיקן. כ'ווייס נישט ווער ס'האט אים איינגערעדט ער קען קאכן, גראדע הייסט ער א גוטער קעטערער, בכלל נישט שלעכט, אבער קוק ווי חזיריש מ'גיבט דא, שלומי אז דו קומסט נישט יעצט עסן באקומסטו באלד גארנישט, איך גיי דיך נישט נאכלויפן, בלייב דא, אז נישט כאפסטע א פראסק, איך וויל דיר נישט דארפן זוכן, אך, שוין איז דיין נייע הויזן שמוציג? כ'האב שוין געגעבן, כ'בין שבת'דיג, האסט טשעינדש פון א דאללער, בעריכעמטיע, אמן, לייכעם אשאלעם, יא ער איז אויך דא, לכאורה ביי יענעם טיש, אמן, מערצאשעם ביי דיר אויף שמחות. ווער איז ער? זיין איידעם? פשש. הולאאללא! זעט אויס ער האט יא פארשטאנען וואס זיין טאכטער ברויך, הא? פון וואנען קומט ער? ברוכים תהיה, מערצאשעם ביי דיר, סאו וואס האב איך געהאלטן אינמיטן זאגן, העי, וואס זוכסטו דא? אזוייייייייי! וואס טוסטע פאר פרנסה? זאגסט מיר? דארט וואו דו גייסט, קום איך דאך שוין. השגות פון אינגלייטלעך. זעט אויס ווי די ווייב גיבט אים צו עסן, ער האט צוגענומען א געוואלד. יעצט דארף איך הייסט עס גלייבן אז עוג מלך הבשן גלעזער איז שיין? משוגענע וועלט. וואוו! וויפיל קאסט דעי זייגער? גראדע האב איך דאס ליב. זאג מער, דו שפירסט טאקע א חילוק אין דער וויין, ביי יענעם טיש זע איך איז דא, האלא, וויאזוי הייסטו נאר דארט, גיב אהער יענעם פלעשל, ער דארף דאס? סע גארנישט, איך גיב דיך דאס שוין צוריק, כ'וויל פלעין עפעס זען אויף דעם באטל. און וויאזוי גייט ס'ווייב זיינער? ממש אזוי? ס'איז אים געלונגען, וואס? נאה! כ'זאג דיר צו דע חברה האבן נישט קיין שלום בית, איך קען דאס דיר אונטערשרייבן, ביז א יאר איז ער ג'גט. איך קען דעי סטייל מענטשן נישט פון היינט. אזוי גייט דאס, נו, טענה זיך נישט מיט מיר. יונגעלע קום אהער, אמת דו ביזט א וואוילער אינגל? גיי צו די מאמעס, פרעג ווער ס'איז מומע שרי, זאג זי זאל קומען צו דע מעכיצע, זעסט איר נישט, ווייסט נישט ווער ס'איז? נע! קען נישט זיין. קוק נאכאמאל, אבער לויף, לאמיר זען ווי שנעל דו קענסט לויפן, איך וועל וואטשן דיין טעלער. כ'ווייס נישט פארוואס איך נעם ארויס מיין סעל יעדע צוויי סקונדעס, סערוויס האב איך עני וועי נישט, טי מאוביל איז נישט ווערד קיין פעני. וויפיל צאלסטו א חודש? אפיציעל דארף הייסן אז ווערייזאן סערוויס באאמט, כ'מיין אבער ס'סאקט פונקט אזוי. נאך א ראקעט איז געפלויגן יעצט זע איך, דאונט ווארי, דע ישראלים עלען פלאך מאכן גאזא, כ'וואלט רעקאמענדעט די פאלעסטינער צו שטיין ווייט, דע איזרעליס זענען גוט, זאג וואס דו ווילסט, אידישע קעפ, מ'ברויך אויס'שחט'ן אלע מוסלאמענער נישט איבערלאזן א שריד ופליט, וואס אומשולדיגע? אלע זענען טעראריסטן, האסט געזען דע קליפ ווי מ'קוילעכט אויס מענטשן? דאס זענען זיי, פאלנע רוצחים, מ׳דארף זיי אלע אראפווישן, כ'ווייס נאר נישט פארוואס אבאמא שלאפט, מ'ברויך אים אימפיטשען, אשאד גינגריטש איז שוין נישט ספיקער, נא, דו ווייסט נישט? קאמאן, דו האסט געמוזט הערן וויאזוי מארק לעווין צעמאלט היינט אבאמא, וואס מארק? האסט געהערט סעוועדש איבער רוסלאנד? אוי איז ער ביטער גערעכט, ער איז אויך א איד, ניין? הא.

א קילער אינטרוי, כ'הער אז אלעס קומט פון בערקוי, ביזט נאך אין טא דיס קיינד אף שטותים? האלא, גיב א קוק ווער ס'רעדט, נע, איך זאג סתם. וואס דען זאלמער רעדן דא. אבער עה, איך בין שוין נישט אין דעי ליין פאר יארן. דער חתן קוקט אויס העפי, זאל ער נאר אייביג האבן דעם זעלבן שמייכל, ער ווייסט נישט וואס ס'ווארט אים אפ, הא? נע, מאך דאס נישט אזוי שלעכט ווי ס'איז. מיינסט טאקע, איך האב נערווען צו ס'גאנצע חתונה אויף כפרות, די קינדער קריכן מיר אויף די, כ'קען מיך נישט רירן, כ'האב מיך געשוואוירן כ'הייב היינט אן א דייעט, שוין, דער בויך מוז אראפקומען, אברמי איז געגאנגן האלטן ס'חתן'ס בענקל, טיפיקעל, איבעראל ברויך ער זיין, מחותן קוקט אויס רעדי טא היט דע ביט, ווער גייט גראמען? שיין שטריימל זיך איינגעהאנדלט אז מ'רעדט שוין, לאמיר טאנצן אין דע בעק פונעם שווער, אוטש! וואטש די קינדער, משוגעים, רוילן זיך אונטער די פיס, צעטראטן זיין גראדע שיך.

אקעי, די רינג איז אווער, ווער איז דער רבי? פלעגט דאווענען אין זיין סמעדריש וואס ער האט אמאל געהאט, האלא, שפילער, מחותן האט געהייסן זינגען ויעזור ויגן, כאפ א פיקטשער, אך נישט גוט אויסגעקומען, לעש אויס דע פלעש דו סיקאו, שמואל דער לץ האט אנגעטאן א שטריימל פאר דעם חתן'ס יונגערן ברודער מסתם שטאמט ער פון די וואס האבן געזאגט מאבימלך נתעברה שרה, דו, האלא, דו מאכסט חוזק, האסט סארקאזם, וואס? ביזט שוין אויסגעוואקסן די אלע אזוי גערופענע משוגעת'ן, הא? לייינסט קאווע שטיבל? גרויסער אויפגעלערטער, נעקסט קעיס, כ'ווייס נישט וואס חיים געציל קען יא, קעדאשדקעס קען ער נישט, ווער איז דער חכם וואס גייט זיך יעצט אונטערשטעלן א מחנה טאנצערס, פון וועלכע ישיבה זענען די בחורים? מ'לאזט דעם עולם גיין צו יעדן חתונה? ווילסט מיר זאגן דאס איז נאר זיין כיתה? הא, נישט געוויסט יעקב דוב'ס זון לערנט אויך דארט, ער האט זיך געבראכן, וואס? דו מאכסט א דשאוק! דער זינגער איז פישפי'ס איידעם? אקעי, איך גיי פון דא, העי, דו ביזט אויך דא, וואס זאגסטו נישט?

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר