פון די ארכיוון פון "דער איד" – שנות תש"ל (סאטמאר-ליובאוויטש)

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

פון די ארכיוון פון "דער איד" – שנות תש"ל (סאטמאר-ליובאוויטש)

הודעהדורך ראובן » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 11:02 am

נאכדעם וואס דער "טאג-מארגן זשורנאל" האט זיך פארמאכט, האט גרשון יאקאבסאהן, א זשורנאליסט פון דער צייטונג, געגרונדעט אן אייגענע צייטונג מיט'ן נאמען "דער אלגעמיינער זשורנאל". יאקאבסאהן איז געווען א ליובאוויטשער חסיד, און די נייע צייטונג זיינע האט שטארק רעפרעזענטירט ליובאוויטש. באלד ווי דער "אלגעמיינער" האט אנגעהויבן ערשיינען, האט סאטמאר און "דער איד" אנגעהויבן א מערכה דערקעגן, קולמינירנדיג אין אן איסור ארום פינף יאר שפעטער. אבער אין דער זעלבער צייט האט "דער איד" זיך ווייטער באצויגן צום ליובאוויטשער רבי'ן ז"ל מיט'ן פולסטן רעספעקט.
15.JPG
15.JPG (66.95 KiB) געזען געווארן 1600 מאל


אנאנס אין זעלבן נומער:
16.JPG
16.JPG (76.17 KiB) געזען געווארן 1600 מאל


ארטיקל פון תשל"ד קעגן דעם "געמיינעם זשורנאל". (אויב מאך איך נישט קיין טעות האט דער זעלבער אליעזר האלבערשטאם שפעטער געשריבן טאקע פאר'ן "אלגעמיינעם"...)
29.JPG
29.JPG (145.04 KiB) געזען געווארן 1600 מאל


חיים משה שטאובער, מיט זיין פסעוודאנים "שמחה בוימל" ענטפערט "נישט" פאר'ן אלגעמיינער... (פרשת שופטים תשל"ו)
34.JPG
34.JPG (180.3 KiB) געזען געווארן 1600 מאל
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2421
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9471 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 11:02 am

איסור פון הג"ר משה פיינשטיין קעגן דעם "אלגעמיינער" (פר' יתרו תשל"ז)
A6.JPG
A6.JPG (103.85 KiB) געזען געווארן 1591 מאל


קהל יטב לב אסר'ט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל", און אטאקירט די ליובאוויטשער מארשן (ניסן תשל"ז)
A23.JPG
A23.JPG (132.59 KiB) געזען געווארן 1591 מאל


A24.JPG
A24.JPG (124.62 KiB) געזען געווארן 1591 מאל


A27.JPG
A27.JPG (192.82 KiB) געזען געווארן 1591 מאל

(באמערקט אז דער באריכט ציטירט דעם סאטמארער רבי'ן ז"ל אז די אפיקורסישע פרעסע איז "דער קענסער פון אונזער דור!")
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2421
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9471 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 11:06 am

מודעה פון אנפאנג תש"מ
32.JPG
32.JPG (50.06 KiB) געזען געווארן 1590 מאל


אבער טראץ די אלע מערכות: ליובאוויטשער רבי'ס געזונט-צושטאנד באריכטעט אויף דער ערשטער זייט אנפאנג תשל"ח
A17.JPG
A17.JPG (130.62 KiB) געזען געווארן 1590 מאל

A18.JPG
A18.JPG (25.55 KiB) געזען געווארן 1590 מאל
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2421
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9471 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 12:02 pm

איך קען נישט די היסטאריע שפעטער, בשעת די מחלוקה צווישן סאטמאר און לובאוויטש פלעגט מען נישט שרייבן שליט"א אויפן לובאוויטשער רבי'ן?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7471 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 12:08 pm

די נקודה איז נישט דווקא אז מ'האט געשריבן "שליט"א" אויפ'ן ליובאוויטשער רבי'ן, נאר אז מ'האט פאזיטיוו געדעקט זיין געזונט-צושטאנד מיט זארג און האפנונג, א זאך וואס איז בכלל נישט עולה על הדעת צו טון מיט א רבי'ן מיט וועמען מען האט אן אקטיוון מחלוקת. און טראץ דעם וואס סאטמאר האט שוין דאן געהאט ערנסטע חילוקי דעות מיט ליובאוויטש, איז אבער דער ליובאוויטשער רבי נאך געווען רעספעקטירט, און מ'האט אים אפגעגעבן כבוד. אין דער זעלבער תקופה איז אפילו צושטאנד געקומען די סאטמאר-ליובאוויטש קאלאבאראציע אויף דער "אידישער צייטונג".
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2421
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9471 מאל

הודעהדורך בר דעת » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 4:22 pm

באמערק ווי דער איד אטאקירט די "היטלעריסטישע" אטאקעס פון אלגעמיינער זשורנאל. היטלער'יסטיש, נישט ווייניגער.
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 7:17 pm
האט שוין געלייקט: 990 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

הודעהדורך שרייבער » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 10:40 am

זע איך אז קהל יטב לב האט דעמאלטס אויך געהאט א ביד"צ... ווען ס'פעלט אויס איז אלעס דא
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 926 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:05 am

@ראובן, לויט דיין אריינפיר זעהט אויס אז דו קלערסט, אז די ליובאוויטשער/סאטמער מחלוקת האט זיך שטארק צופלאקערט, צוליב דעם נייעם קאמפיטשען פאר'ן איד. טאקע אינטערעסאנט. די גוד אלד מידיא קאמפלעקס.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4857
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9469 מאל

הודעהדורך הירשל ציג » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:35 am

ראובן האט געשריבן:די נקודה איז נישט דווקא אז מ'האט געשריבן "שליט"א" אויפ'ן ליובאוויטשער רבי'ן, נאר אז מ'האט פאזיטיוו געדעקט זיין געזונט-צושטאנד מיט זארג און האפנונג, א זאך וואס איז בכלל נישט עולה על הדעת צו טון מיט א רבי'ן מיט וועמען מען האט אן אקטיוון מחלוקת. און טראץ דעם וואס סאטמאר האט שוין דאן געהאט ערנסטע חילוקי דעות מיט ליובאוויטש, איז אבער דער ליובאוויטשער רבי נאך געווען רעספעקטירט, און מ'האט אים אפגעגעבן כבוד. אין דער זעלבער תקופה איז אפילו צושטאנד געקומען די סאטמאר-ליובאוויטש קאלאבאראציע אויף דער "אידישער צייטונג".


לאחר בירור קצת נתברר אז די סיבה איז גאנץ פשוט! דריי ווערטער: חיים משה שטאובער

ביז א יאר דערנאך איז ער נאך געווען רעדאקטער פונעם "איד"
ער האט געהאט גענוג מענטשליכקייט צו שרייבען און מכבד זיין אנדערע קרייזען ווי ליובאוויטש און גער, און ער האט געליטען פון די א.ג. קנאים דערפאר
נאכדעם וואס ער איז אוועק פון דארט זענען די עקסטרעמיסטען אריינגעקומען און חרוב געמאכט
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך outspoken » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:40 am

ס'דא אן אינטערוויא אויף קול מבשר מיט ר' סנדר'ס זון, ער דערציילט אן אינטערסאנטע מעשה ווי ס'אמאל געווען א שווארץ הינט ביים טיר פונם רבינ'ס הויז, האט זיך די רבי אנגערופען צו ר' סנדר ''ליבערמאן"...
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 798 מאל


גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט