איז עס נישט שרעקעוודיג?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

איז עס נישט שרעקעוודיג?

שליחה דורך קפנדריא »

ס'טומלט זיך אויף טישן און בענק אין די מעכטיגע "ביג וואורלד פירמע", אייגנטליך איז עס גארנישט קיין פירמע, עס איז א גאנצער קאמפלעקס, נישט בלויז א קאמפלעקס פון פעקטארי בנינים, טראקס באנען און שיפן, אפיסעס און אלע צוגעהערן, מיט מאסן מענשטן וועלכע ארבעטן פאר די פירמע, נאר דער גאנצער שטאט און אומגעגנד געהערט צו דעם מעכטיגן בעל הבית פון די פירמע, און ער איז ממש דער מלך ומושל, ווען איינער וויל צוקומען צו א געהאלט העכערונג, אדער צו דערהויבן ווערן אין ראנג, ווער רעדט נאך צו דערגרייכן א פאזיציע ווי אן עקזעקיוטיוו ווי מ'קען מאכן געלט אין די הויכע ציפערן און פשוט נתעשר ווערן, אדער איינער וויל א נייערע שענערע אדער גרעסערע דירה, א נייע קאר, א וואקעישאן היים, א גוטן העלט פלען, בעסערע עדיוקעישאן פאר די קינדער, און וואס נאר ס'איז שייך, דארף מען געפעלן דעם בעל הבית, ס'איז נארמאל אזוי, מ'דארף צו אים צוקומען, און מ'דארף אים געפעלן..

געווענליך ווערט די ביזנעס געפירט דורך די מענעדזשערס, אויפזעער און הויכע אנגעשטעלטע, דער בעל הבית זיצט אין זיין פריוואטן פארמאכטן אפיס און האלט אלעס מיט דורך אויגעלעך - קעמארעס וואס זענען אויסגעלייגט איבעראל, ער באקומט אויך כסדר'דיגע באריכטן פון די ממונים אויף אלע דעפארטמענטס, אבער מ'זעט אים נישט פאר די אויגן, יעדע שטיק צייט הערט מען בלויז די רעזולטאטן פן די ריפארטס, דער איז נעבעך געפלויגן, דער האט פארלוירן זיין הויז אדער אנדערע פריווילעגיעס, דער האט אנגעוואוירן זיין העלט פלען און ער דארף זיך ספראווען מיט א ביטערע מחלה, אדער פלוצלינג ווערט איינער דערהויבן פון איין טאג אויפ'ן צווייטן, אבער דאס זענען ארדערס וואס קומען געפעקעדזשט פארטיג און גרייט, די מיט שכל ווייסן זיך כסדר אכטונג צו געבן, און ארבעטן געטריי און מיט איבעגעגעבנקייט, ווייל זיי וויסן און זעען כסדר אז ס'ווערט געפירט א געהעריגע קאנטראל, און געוויסע וועלן טון אלעס אבי געזונט, דערונטער אויך אזעלכע וואס וועלן אינגאנצן ארויס פון די ראמען, און זיי כאפן נישט און ווילן נישט טראכטן אז זיי ריזיקירן מיט דעם זייער גאנצער עתיד..

יעצט אז ס'איז געקומען א מעלדונג אז דער בעל הבית גייט מאכן א ריזיגן אודיט, ער גייט איבערקוקן אלע ביכער אן אויסנאם, נאכגיין די ארבייטער איינס ביי איינס, און באשליסן וואס די גורל און שיקזאל פון יעדן באזונדער גייט זיין, נו געוויס טומלט זיך און ס'הערשט אן אנגעצויגענע שטימונג, יעדער מיט א ברעקל שכל מאכט זיכער צורעכט צו שטעלן זיינע ביכער, אויסגראדן אלע טעותים, און וויפיל ס'איז שייך זיין גרייט צו די גרויסע אונטערזוכונג, אפילו אויב וועט ער עפעס פארזען אדער נישט אינגאנצן צוריקשטעלן, וועט האפנטליך דער מעכטיגער און קלוגער בעל הבית זען אז איך האב אמת'דיג פרובירט, די לייכטזיניגע וואס ארבעטן נישט מיט שכל, נאר לאזן זיך דיקטירן פון נארישע מחשבות און פון פוילע געפילן אז פונקט זיי וועט מען אפשר נישט נאכקוקן אדער ענליכע זינלאזע געדאנקן, די שטרענגען זיך גארנישט אן, פירן זיך מיט זייער אלטע פוילע סדר היום, אבער דאס מערהייט פון נארמאלע מענטשן מיט א קעפל אויף די פלייצעס און אויגעלעך אין קאפ טוען די מאקסימאלסטע אנשטרענגונגען זיך גאר שיין אהער צו שטעלן...

ס'קומט נענטער דער טאג וואס יעדער ציטערט אזוי, אפילו פיל פון די וואס זענען געווען גלייכגילטיג ביז אהער נעמען זיך שוין אויך אין די הענט, ס'איז דאך גארנישט קיין קינדער שפיל, אט אט קומט דער גרויסער פארכטיגער טאג, בלויז געציילטע שוטים קלאצן ווייטער אוועק כאילו מ'מיינט נישט זיי..

אריה שאג מי לא יירא! ומלאכים יחפזון ויאמרו "הנה יום הדין"!
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר