מכתב א': עצה צו מאכן געשמאקער די ימים נוראים דאווענען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משיב לשואל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

מכתב א': עצה צו מאכן געשמאקער די ימים נוראים דאווענען

שליחה דורך משיב לשואל »

א גוטן. ס'איז מיר ממש מרגש די שיינע אויפנאמע דא אין קאווע שטיבל. ס'איז מיר אויך אינטערסאנט וויאזוי מ'זעהט "לייקס".

פאלגענד איז א (גאנץ א פשוט'ע) בריוו געשריבן פאר א ידיד אלול תשע"ג. (געטוישט די נאמען צו קלמן)

-----------

בספרן של צדיקים ועשירים גמורים יכתב לטובה ולברכה, ידידי היקר, מחמד עיני, בן נאמן לאבינו שבשמים, האברך החשוב, קלמן הי"ו

אחדשה"ט באהבה.

לרגל השמחה בבית הורי שיחיו האב איך נישט געהאט קיין פרייע נעכט דיך צו ענטפערן בכתב ביז יעצט, זיי מיר מוחל – אויב האסטו געמיינט חלילה אז אויף אזא שאלה וועט נישט קומען קיין תשובה.

דו שרייבסט אינעם ערשטען פאראגראף: "די גאנצע חודש תשרי איז מיר א פרעשור...". – אויפן רגע איז מיר געווען שווער דאס צוגלייבן אויף דיר, קלמן. דו ביסט דאך בטבע א פרייליך מענטש, דו לעבסט, האסט ליב action וכדומה. אזא איינע ווי דיר וואלט חודש טבת – פון נאך זאת חנוכה ביז ט"ו בשבט, פשוט'ע טעג, געדארפט זיין "פרעשור". אבער "תשרי"?! ס'איז דאך איין שטיק געטואכטץ! מ'קומט מ'גייט, מ'קויפט מ'לויפט וכו' וכו'...

אבער ווי ס'שטעלט זיך ארויס בהמשך דיין בריוו איז דאס נישט די קוויטלן ביים רבי'ן; באזוכען זיידעס און באבע'ס; כפרה-שלאגן; אתרוג קויפן; און סעודות ביים שווער – וואס באדערט דיך. וואס ס'שטערט דיר באמת איז די לאנגע געדאווענעכץ ימים נוראים! און ווען דו טראכסט נאר פון די לעבעדיגע חודש תשרי הבעל"ט, קומט דיר ארויף אין זכרון דאס לאנגווייליקייט אין בית המדרש... יוצרות... לחץ פון ענדיגען עטליכע מאל ספר תהילים... וכדומה.

אני עמך, קלמן.

לויט די מצב וואס דו לייגסט אראפ איז מיר זייער פארשטענדליך פארוואס דו האסט אזא שווארצע בליק, איך וועל דיר מסביר זיין אויך פארוואס איך שפיר נישט קיין לחץ פון די תפילות אין ימים נוראים. און אז דו ווילסט, טוה וואס איך טוה, וטוב לך.

אונז האבן שוין כמה פעמים אויסגעשמועסט, זה כלל גדול בתורה: ווען די תוצאות פון עבודת השם איז עצבות, שלעכטע גוסטע, נערוועזקייטן, איז דאס א סימן מובהק אז ס'טויגט נישט, ס'מעג נישט אזוי זיין. אדער איז דאס נישט רצון ה' בכלל, אדער ווערט דאס נישט געטוהן ריכטיג. געדענקסט אוודאי אונזער שמועס פון "תחת אשר לא עבדת וגו' בשמחה", אז השי"ת ברעגנט די אלע קללות אלץ אן עונש אויף וואס מ'באשולדיגט אים, כביכול, אויף די מענטש-געמאכטע פראבלעמען!! עבודת ה' הייבט זיך אן דורך – און ברענגט מיט זיך דערנאך - "שמחה".

איז צום ערשט, נאכן דורכגיין דעטאלן פון דיין בריוו, מיין איך, אז ס'בעיקר די פראקטישע/גשמיות'דיגע חלק וואס דארף א תיקון. הער מיך צו: די בית המדרש ווי דו דאווענסט ר"ה און יוה"ק טויגט נישט. קוק אהער: איך דאווען אין א בית המדרש ווי ס'דא געלונגענע בעלי-תפילות וואס שטעלן אהער א שיינע דאווענען. ס'דא בערך 300 מתפללים. אזוי, אז ווען איך בין אין די גוסטע קען איך מיך מיטכאפען, און ווען נישט איז נישט. איך בין נישט אזוי "וויכטיג" דארט אז כ'זאל מוזן מיט זאגן יעדע שטיקל, מיט זינגען יעדע תנועה'לע, אדער אפילו בכלל זיין דארט, כדי די תפילות זאל ווייטער פארן... קיינער קוקט נישט אויף מיין זייט צו איך קוק אריין א מחזור אדער אין א ספר. עס אינטערסירט נישט קיינעם צו מיין עטרה איז אויפן קאפ אדער סמוך ונראה כאילו רוקען עטרה.

משא"כ די בית המדרש ווי דו דאווענסט, ס'טאקע גוט צו פארברענגן דארט, ס'אלץ דא מיט וועם מיט צו רייכערען, אבער מיט קוים 30- 40 מתפללים, – און מיט א רבי'לע וואס ציעט - איז לכאורה נישטא די כלים וואס זענען מסוגל צו מאכן פילען א געשמאק (אדער לכל הפחות נישט פילען נעגאטיוו) אינעם דאווענען. מ'הערט נישט קיין זינגען, און אפילו די ניגונים וואס מ'זינגט יא זענען אלטע ניגונים וואס געהערט צו יענעם הויף וואס דו קענסט קוים.

קלמן, דו "געהערסט" נישט צו קיין "פלאץ", האסט נישט קיין ענין וואו דו מוזט דאווענען, ממילא האסטו א ליסטע מיט בתי מדרשים, פון אלע סארטן, אלע סייזעס, קלויבט דיר אויס איינס, קויף א זיץ, ברענג דיר מיט א ספר'ל, - פראביר עס אויס. (וואס איז מיט קראלי אויף 11th Ave ? אייזיק האניג דאווענט דארט, ס'איז א נוטראלע מקום. פרעג דיך נאך אויך אויף נייטרא, אויף 50 און 15). ביסט אוודאי welcome אין מיין שוהל, און אויב you don’t mind זיצען אויבן-אן, קען איך דיר שאפן א פלאץ next to me!

זיי מיר געזונט, טוה וויאזוי דו פארשטייסט. לאז מיך וויסן וואס דו האסט מחליט געווען.

הצלחה רבה, מאך א לעבן.

אגב, א גריס פון דיין ראש הכלל, כ'האב אים נעכטען געטראפן ביי יענקי'ס וואך-נאכט. פארשטייסט אליין אז ער האט געגעבן גוטע גריסן... ער זאגט דאך נאר דעם אמת...!!

ביי.
- מקום החתימה
משיב לשואל - געוועזענע ישיבה-משגיח, וואס פלעגט ענטפערן שאלות בכתב.

דער אשכול פארמאגט 47 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר