מכתב קכ"ז: וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט די באנק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1256 מאל

מכתב קכ"ז: וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט די באנק

שליחה דורך דריידל »

לאור די אשכולות ווי חברינו [tag]משיב לשואל[/tag] האט ארויפגעשטעלט זיינע בריוון וואס ער האט געענטפערט לשואליו, האב איך אויך אפירגעקראצט פון מיינע ארכיוון א בריוו וואס כ'האב געענטפערט בשעתו פאר איינעם פון די פילע משכימים לפתחי.

לכבוד ידידי הנגיד הנכבד מו"ה נחום.......... (נאמען געהיטן אין רעדאקציע) חונה בק"ק דאלאס טעקסעס

זייענדיג זייער טריד מיט מיינע פארצווייגטע געשעפטן בין איך נישט אנגעקומען ביז היינט צו ענטפערן אויף דיינע שאלות. יעצט האב איך מיך אראפגעגנבעט אביסול צייט בין גברא לגברא - צווישן איין מיטינג און צווייטן, דיך צו ענטפערן אויף איינע פון דיינע שאלות, ועוד חזון למועד דורכציטון די איבריגע שאלות.

איבער דיין שאלה וויאזוי מ'גיט זיך אן עצה מיט די בענק וואס טשארדזשען כל מיני fees פאר קלאוזן א מארדגעדזש. להוי ידוע אז איך בין שוין געזעצן מיט מערערע לאיערס איבער דעים און איך האלט אינמיטן צאמשטעלן א ליגעל טיעם פון געניטע אדוואקאטן (קרעדיט:קול מבשר) וואס וועט באשטיין פון די גרעסטע לאיערס איבער די וועלט.

מ'האמיר פראבירט צו פארהאנדלן מיט די בענק און ערשט פאריגע וואך האמיר געהאט א מיטינג מיט די סי אי או'ס פון טשעיס, סיטי און בענק אוו אמעריקא. די פארטרעטער פון די בענק האבן קלארגעשטעלט אז זיי זענען שטארק פאראינטערסירט און די ביזנעס פון די היימישע עולם. איך האב ארויסגעברענגט די ווייגעשריי פון אונזער קאמיוניטי איבער די אומדערהערטע גניבות וואס די בענק טוען מיט'ן כלומפערשטע שיינע נעמען ווי קאמיטמענט פי, עסיימענט פי, עקזיט פי וכו'.

איינער פון די לאיערס האט געזאגט אז ער וואלט נישט געווען סורפרייזט אויב איין טאג זעהט ער א " וואט די העק פי" אויף א קלאוזינג סטעיטמענט. די סי אי או פון סיטי בענק האט זיך פראבירט צו פארטיידיגן זאגענדיג אז די גאווערמענט איז שילדיג אויף דעם צוליב די פילע רעגולאציעס וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף די בענק.

אויף דערווייל האלט עס אז מ'גיימיר זיך טרעפן מיט די גאווערנערס אפיס און שתדל'ן אביסול גרינגער צו מאכן פאר אחב"י. אויך האמיר געסקעדשועלט א קאנפרענס מיט זשענען יעלען - די טשירוואמען פון די פעדערעל רעזערוו ווי ס'וועלן אויך אנוועזענד זיין פארטרעטער פון די SEC און פון די פרעזידענטס אפיס. מיר האבן שוין אויך קאנטעקטעט די פארשטייער פון די אגו"י אפיס אין וואשינגטאן און אויך די ארטיגע חב"ד שליח.

איך דארף יעצט מפסיק זיין ווייל איך האלט ביים אפפליען קיין ענגלאנד זיך צו טרעפן מיט טאני בלעיר איבערצושמועסן די לעצטיגע אנטוויקלונגען איבער די מדינת ישראל - חאמאס שלום פארהאנדלונגען.

בשורות טובות, והצלחה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דריידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארדריי די דיר דיין קאפ

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר