שטימט פאר ר' אהרן בנציון ווידער פאר אסעמבלי אין מאנסי/ק"י

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

שטימט פאר ר' אהרן בנציון ווידער פאר אסעמבלי אין מאנסי/ק"י

שליחה דורך שעפטל »

דער אינגערמאן האט נארוואס פארגענדיגט דעם שיעור, דער באלעבאס איז געוואנדן צו א חתונה צושאקלען מזל טוב, און דאס ווייבל האט נארוואס פארענדיגט איז טעגליכער אבער זיגבארער מלחמה צו לייגן די קינדער שלאפן, פערצופאל זענען די מענטשן פון די פוילערע און זענען נישט געגאנגען שטימען, מיט 'גוטע' תירוצים, די נומבערס פון די היינטיגע עלעקשאנס הייבן אהן אריינקומען, אבער עס זעהט נישט אויס גינסטיג, עס זעהט נישט אויס ווי איינער וואס וואלט מיר געדינט ציהט אהן, און אט האט ער פאראויסגעצויגן פאר א קורצע צייט אבער איז צוריקגעפאלן, חרטה געפילן באנעמען דעם מענטש, הלמאי, אין א געדעכט אידישע דיסטריקט ווי מען מוטשעט זיך טאג טעגליך מיט שטרויכלונגען וואס די גוי'אישע שכנים שטעלן אונטער האט דער היימישער קאנדידאט פארלוירן, עס ווילט זיך פארטרייבן די מחשבות אז "'נע, מיין שטימע וואלט נישט אויסגעמאכט" אדער "נע, כ'האב סייווי נישט געקענט" אבער נאכאלעם האמיר אונז היימישע אידן געלאזט א צווייטע היימישע איד פאלן, פאלן, ער איז געפאלן, ער איז דערנידערט און פארשעמט, קיינער פאר וועם ער האט געארבעט אומערמידליך איז נישט ארויסגעקומען צו זיין הילף, עס טוט וויי, 'א שאד טאקע, א שאד, איך וואלט ווען יא געדארפט ארויסגיין, זיך אנשטרענגען צען מינוט פאר אים, הלואי איז דא א runoff, יעדער פארדינט א 'סעקאנד טשענס'.................

יא!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

מיר האבן ארלעדיגט א ראנאף! היינט דינסטאג אגאנצן טאג קען מען גיין שטימען! מ'גיבט אונז א צווייטע טשענס ארויסצוגיין ווייזן הכרת הטוב און פרעזערווירן אונזער עתיד! האסט נאכנישט פארפאסט!

טייערע חברים וידידים, תושבי מאנסי און קרית יואל,

היינט דינסטאג קומט פאר גאר קריטישע וואלן פאר מערערע אמטן, אין ראמאפּא און אין מאנרא קומט פאר א קריטישן פארמעסט פאר אסעמבלי. מיר האבן יעצט אַן איינמאליגע טשענס אריינצוברענגען א קאנדידאט וואס וועט סיי איינמאל פאר אלעמאל אויפטאן פאר'ן ברייטן ציבור (און נישט סתם צוזאגן,) און סיי מאכן א גרויסן קידוש ה'

א גאר גוטער ידיד פון אחב"י, א היימישן כלל טוער, העסקן הנמרץ לכל דבר שבקדושה אן קיין שום אינטערעסן ר' אהרן בנציון ווידער, לויפט ווידער פאר אסעמבלי, ר' אהרן בנציון דינט שוין דריי יאר אינעם לעגיסלאטור פון ראקלענד קאונטי, כולם שווין לטובה. ער האט געוויזן פאר די גוים אין די לעגיסלאטור אז די חסידים זענען פיינע און באזעסענע מענטשן, און די אלע פאלשע אטאקעס פון די אנטיסעמיטן זענען פאלש.

ר’ אהרן בנציון האט געמאכט אַן אומגעהויערן קידוש ה' אין דעם לעגיסלאטור, עד כדי כך אז די גויאישע לעגיסלאטארן האבן אים אויסגעקליבן אלס זייער מאיאריטעט פירער! כאטש ער איז נאך נישט דארט אפילו קיין איין גאנצן טערמין! וואס קען דאס מיינען אויב נישט אז ר’ אהרן בנציון האט באוויזן אפצוקויפן די הערצער פון די גויאישע לעגיסלאטורן מיט'ן זיי ווייזן אז דער חסיד'ישער לעגיסלאטור קען זיי ברענגען מער וויפיל זיי האבן געהאט פון יעדן לעגיסלאטאר ביז היינט.

ר’ אהרן בנציון האט געברענגט א סוף צו די לאנגיעריגע טענה אז חסידים מיינען נאר זיך און ס'אינטערעסירט זיי נישט דעם גאנצן ארום. מיט זיין עלעקוואנטע שפּראך און רעספּעקטפולע באנעמונג האט ער אריבערגעווינען צו זיך די גוים אינעם גאנצן לעגיסלאטור. ער האט זיי איבערצייגט אז חסידישע אידן זענען איידעלע מענטשן, וועלכע זוכן פּשוט צו לעבן אן קיין שום איינפלוס פון די טמא'נע גויאישע גאס און אז זיי ווילן דינען דעם אויבערשטן במנוחה און גארנישט מער.

רבותי, די לעצטע פאר יאר איז געווארן הותרה הרצועה, פאליטישאנס וועלכע דארפן צו הייסן אונזערע פריינד האבן אונז געווארפן אויפ'ן דראנג, אנגעפאנגען פון דעם גאווערנאר אראפּ ביז צו לאקאלע פאליטישאנס. סיי אין ארענדזש קאונטי און סיי אין ראקלענד קאונטי האבן זיך פאליטישאנס וואס האבן געדארפט זיין אונזערע פריינד זיך צעלאזט די הענט. דורכאויס די גאנצע צייט איז געווען איין אינסטיטוציע וואו מען האט נישט גערעדט קיין פּיפּס אויף חרדי'שע אידן, און דאס איז געווען דער ראקלענד קאונטי לעגיסלאטור? פארוואס? ווייל די איידלקייט און רעספּעקט פון ר’ אהרן בנציון האט מורא'דיג עושה רושם געווען, אפילו אויף די לעגיסלאטורן פון די אנטיסעמיטישע פרעזערוו ראמאפּא גרופּע, און זיי פארמאכט די פיסקעס. ווען דער ראקלענד קאונטי עקזעקוטיוו איז ארויסגעקומען מיט זיינע אטאקעס און העצערייען קעגן די חרדי'שע אידן זענען זיינע פריינד אין דעם קאונטי לעגיסלאטור געבליבן שטיל. קיינער איז אים נישט געקומען צוהילף. ר’ אהרן בנציון האט בלויז מיט זיין אנוועזנהייט געפירט דערצו אז ס'זאל זיין ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן.

מאנסי גייט אריבער א שווערע קאטאסטראפע מיט מוסדות, ווי ס'איז שוין גוט באקאנט פאר'ן ציבור.

צוליב א ריזיגן אריינפלוס פון נייע משפּחות איז פאראן א מאנגל אין פּלאץ אין אלע גרויסע קהל'ישע מוסדות.

ווידעראום די קלענערע נישט-קהל'ישע מוסדות פאלן ווי די פליגן און פארשפארן זיך איינס נאכ'ן אנדערן, נישט קענען איבערטראגן דעם שווערן לאסט, און דאס איז אין די זעלבע צייט וואס די מוסדות בעטן שרעקליכע געלטער פאר שכר לימוד! יא, מאנסי האט די טייערסטע שכר לימוד פון אלע חרדי'שע געגנטער, און דאך שטייען אזויפיל מוסדות אויף הינערנע פיס, אדער האבן זיי זיך שוין געשלאסן.

די גרויסע מוסדות פון די קהילות וואס בלייבן יא שטיין האבן א מאנאפאל און ווארפן זיך מיט מענטשן, מיט דעם תירוץ אז זיי מוטשען זיך מיט פּלאץ, צוליב דעם ריזיגן אריינפלוס פון נייע איינוואוינער!

און דאס איז שוין חוץ פון דעם פּראבלעם אז זיי האבן די העכסטע סקול טעקסעס אין גאנץ ניו יארק!

יעדער חרדי'שער טאטע אין ראמאפּא באצאלט דאפּלט, ער באצאלט קודם סקול טעקסעס (צי דירעקט אדער, אויב איז ער א טענענט, דורך זיין רענט) און דערנאך באצאלט ער די הימל-שרייענדיגע שכר לימוד, און ערשט איז ער נישט פארזיכערט מיט קיין מוסדות צוליב מאנגל אין פּלאץ.

פארוואס זענען זיי ערגער פון וויליאמסבורג און אין בארא פארק?

ווייל וויליאמסבורג און בארא פּארק האבן סקול וואוטשערס וואס איז ווערט צענדליגער מיליאנען דאלארן פאר די מוסדות התורה. עס איז א פאקט אז א מוסד אין ברוקלין איז א מאני מעיקער, א דאנק די רעגירונגס פּראגראמען. די מוסדות דארט, מער ווייניגער מוטשען זיך נישט, בשעת א מוסד אין ראמאפּא איז א טאטאלע געלט דערלייגונג

פארוואס פארדינען זיי, איינוואוינער פון ראמאפּא, זיך נישט די זעלבע ריזיגע סקול וואוטשערס וואס די שטאטישע איינוואוינער באקומען?

ענטפער: ווייל זיי האבן נישט קיין פּאליטישע פארטרעטער ביי די הויכע פענסטערס וואס האבן דעם ווילן און אינטערעסע דורכצושטופּן די דאזיגע מאסיווע פּראגראמען.

מיר מוזן קריטיש וויכטיג אריינוואוטן אַן אייגענעם אסעמבלימאן, ר' אהרן בנציון ווידער.

ר' אהרן בנציון האט פארשפּראכן צו העלפן דעם חרדי'שן ציבור אויף דריי פראנטן:

1. איינמאל פאר אלעמאל דורכשטופּן דעם נייעם פארמיולע, און ברענגען א סוף צו מיליאנען אין אומ'יושר'דיגע טעקסעס וואס די איינוואוינער און מאנסי און אין מאנרא באצאלן.

2. איינמאל פאר אלעמאל דורכשטופּן די טעקס קרעדיטס פאר שכר לימוד וואס אנדערע סטעיטס פארמאגן שוין אבער ניו יארק, דער גרעסטער היים פון חרדי'שע אידן, פארמאגט נישט. ר' אהרן בנציון איז א נאענטער צוזאמענארבעטער מיט אגודת ישראל און וועט ארבעטן אינאיינעם מיט די אגודה דורכצושטופּן זייער פּרא-חרדי'שע אידן אגענדע וואס וועט ברענגען ריזיגע שטייער הנחות פאר'ן היימישן ציבור.

3. סקול וואוטשערס אויך פאר אפסטעיט. דאס איז שוין סאך שווערער דורכצופירן, צוליב דעם שווערן בארג וואס מען דארף איבערקומען, אבער ווער ס'קען ר' בנציון ווייסט אז ער איז א בולדאזער און האט דורכגעשטופּט פּראיעקטן וואס קיינער אנדערש האט נישט געקענט דורכשטופּן. סקול וואוטשערס אין אפסטעיט ניו יארק וועט זיין א געוואלדיגע הילף פאר אלע טאטעס.

די אלע זאכן וועלן ברענגען/שפארן פאר אונזער ציבור צענדליגער מיליאנען דאלארן. דאס וועט אויטאמאטיש אויך זיין א געוואלדיגער הילף פאר די נישט-קהל'ישע מוסדות וועלכע וועלן קענען עקזיסטירן און זיך נישט אונטערברעכן אזוי ווי ביז-יעצט.

אז ס'וועלן זיך עפענען נאך מוסדות, און די עקזיסטירנדע מוסדות וועלן קענען אפאטעמען אביסעלע, וועט אי"ה קומען א סוף צו די שרעקליכע ארומווארפעריי מיט טאטעס וואס קומט פאר אין מאנסי, וויבאלד ס'וועט מער נישט זיין די טענה אז מיר האבן נישט קיין פּלאץ און מיר האבן נישט קיין געלט.

היינט דינסטאג, פּריימערי טאג, קומט ארויס שטימען. אויב האט איר נאכנישט געשטימט קענט איר שטימען ביז 9:00 ביינאכט שארף.

שטימט פאר ר' אהרן בנציון ווידער, פאר אייער אייגענע קעשענע און פאר די זיסע קינדערלעך וועלכע גייען אריבער שבעה מדורי גיהנום אין מאנסי, פאר די איינציגסטע סיבה אז די מוסדות נעמען נישט אן קיין שום נייע קינדער.

יעצט האבן מיר די געוואלדיגע געלעגנהייט אז ר’ אהרן בנציון זאל גיין קיין אלבאני און דארט מאכן דעם זעלבן קידוש ה'. דער ציבור קען זיך פארשטעלן וואס דאס מיינט אז א היימישער איד וועט אריינקומען אהין, זיך אויפפירן מיט איידלקייט, און ווייזן פאר די גויאישע פּאליטיקאנטן וואס ס'מיינט צו זיין א חסיד'ישער איד!! ר’ אהרן בנציון וועט ניצן זיין אמט צו אויפטאן גדולות ונצורות פאר אידנ'ס וועגן, אזוי ווי ער האט געטאן אויף א לאקאלן שטאפּל אין ראקלענד קאונטי. מיט ר' אהרן בנציון אין אלבאני, וועלן מיר ענדליך האבן א דירעקטן פארטרעטער אין אלבאני, צו וועמען יעדער איינער וועט קענען רעדן, אים רופן אויף זיין סעלפאן און רעדן מיט אים מאמע לשון אידיש. מיר וועלן זיך נישט דארפן פארלאזן אויף די רחמנות פון לאביאיסטן און מענטשן וואס האבן קאנעקשאנס וועלכע רעדן א הויכבאשפריצטע ענגליש.

ר' אהרן בנציון וועט נעמען יעדנ'ס פערזענליכע אישו ווי זיין פערזענליכע אישו. ער וועט נישט נאר זיין דעם כלל'ס פארטרעטער נאר דעם יחיד'ס פארטרעטער.

גייט ארויס שטימען היינט, ביז ניין ביינאכט.

שטימט, ר' אהרן בנציון ווידער פאר אסעמבלי.

ר' אהרן בנציון קען נאך זיין אונזער אסעמבלימאן, אבער נאר מיט יעדעס איינציגע שטימע! לאמיר זיין דער חכם הרואה את הנולד! ר' אהרן בנציון איז א פאליטישאן וואס איז נישטא פאר פיקטשערס אדער כבוד, ר' אהרן בנציון איז אן עכט איבערגעגעבענער מענטש וואס האט אייביג נאר געטוהן פאר אונז אפסטעיט איינוואוינער, און יעדער האט אויף אים "נאר" א גוט ווארט!

אלע היימישע ניו יארקער איינוואוינער דארפן אייך ביי די וואלן, מיר אלע מוזן האבן ר' אהרן בנציון אין אלבאני!

מיר אלע וויינען וועגן די שווערע שכר לימוד קאסטן!

מיר אלע וויינען וועגן די מאנגל אין דירות!

מיר אלע וויינען וועגן שוועריקייטן מיט פרנסה!

מיר אלע וויינען וועגן די הויכע טעקסעס!

קיין איין איינציגער פון די אלע קאנדידאטן וואס לויפן וועגן דאס קיינמאל נישט פארשטיין!

כלל ישראל מוז האבן ר' אהרן בנציון ווידער אין אלבאני!

וואוינט איר נישט ווי מ'קען שטימען פאר ר' אהרן בנציון, דאן רופט אן אייער משפחה אין חבירים אין מאנסי און קרית יואל און בעהט זיי אויב זיי זענען רעגעסטרירט אלס דעמעקראט ארויסצוגיין שטימען פאר ר' אהרן בנציון!

VOTE WIEDER.jpg
VOTE WIEDER.jpg (141.19 KiB) געזען געווארן 2195 מאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר