חכמה = טאלערענץ

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8115 מאל

חכמה = טאלערענץ

שליחה דורך ונבנתה העיר »

א גרופע סטודענטן זענען אמאל אריין אויף יחידות צום ליובאוויטש'ער רבי ז"ל, האט איינער פון זיי געפרעגט דעם רבי'ן אז ער האט אמאל געזעהן זיינס א בריוו און עס איז געווען איבערגעשטראכן אויף א ווארט, מאכט דען א רבי א טעות?

האט איהם דער רבי גענטפערט: וואס עס איז דער אמת אין איין מינוט מוז נישט זיין אמת אין א שפעטערע מינוט.

נו, א ברירה האט ער געהאט? זאל ער זאגן אז א רבי קען זיך טועה זיין? די בעסטע איז ווען מען קען ענטפערן אזא שיין-קלינגענדיגע פילאזאפישע/ספירטואלע סטעיטמענט וואס האט נישט באמת קיין הענט אדער פיס פאר דעט מעטטער, הא?

*

איך בין א רויכערער, דאכציך אז ביי א פעקל א טאג קומט מיר דעם תואר, זייענדיג אין די ליין האב איך גאנץ גרונטליך נאכגעפארשט די נייע ערשיינוג פון עלעקטראנישע ציגארעטן – אדער 'דיגיטאלע' ציגארעטן ווי טייל פון איהרע חסידים האבן ליב איהר צו טיטול'ן.

אזוי דורכגייענדיג הונדערטער קאמענטס אויף פארשידענע זייטלעך, סיי פון די וואס שטיצן איהר איבער די אלטמאדישע ציגארעטן ['אנאלאג'] און סיי פון די וואס האלטן אז מען טאר נישט משנה זיין די מסורה קיין זיז כ"ש און עס וועט קיינער זיין א ממלא מקום פאר א גוד-אלד מארלבארא ציגארעט, האב איך באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך, ביידע צדדים רעדן מיט אן אויסערגעווענדליכע ביטול איבער דעם אנדערען און האבן א געוואלדיגע סעלף-קאנפידענס אין די אייגענע שיטה, "וואס פארשטייען זיי צו א ריכטיגע ציגארעטל, אזא וואס נעמט אדורך אלע אברים? מעלאנע פלעוואר? זענען זיי אויפן קאפ געפאלן? וואס איז דא, א קינדערגארטן?", און די זעלבע אויף פארקערט, "איי, די אלטמאדישע טאבאק-ברענער, עס גייט א ריח און א הוס און ניטאמאל האט עס א גוטן טעם, מיר זענען די פארגעשריטענע וואס שטעלן פאר דעם דיגיטל עידזש" – און נישט אז זיי הרג'ענען זיך מיט זייערע בעלי פלוגתא, בעיקר רעדן זיי צווישן זיך און פון צווישן די שורות שפראצט עס ארויס.

און איך טראכט צו מיר: וואס וואלט א דריטער געהאלטן? לו יצוייר אז א נישט רויכערער קען מרגיש זיין די באדערפענישן פון א רויכער, וואס וואלט ער געהאלטן? פאר וועלכע ציגארטעל וואלט ער צוגעטיילט דעם זיג?

לכאורה וואלט ער געזאגט אז עס ווענדט זיך וואו, ווען און ווי אזוי, נאך א פעטע סעודה, אויפן פארטש, אין א שיינעם אויפדערנאכט, איז א פרישע מארלבארא בעסער, אבער זיצענדיג אין א מיטינג פאר לאנטש האט א דיגיטאלע די זכות קדימה, וכן על זה הדרך.

ווי יענע זאגן: ווי אלעמאהל איז דער אמת ערגעץ אינצווישן...

אנדערע חכמים זענען דן וואו שטעקט דער אמת, געפינט מען איהר ביי די קצוות, אזא יקוב הדין את ההר סטייל, אדער דרייעט זי זיך ענדערש אינדערמיט?

וואס הייסט אינדערמיט? איז עס א סארט פשרה? א תוצאה פון שוואכע צדדים, אדער שוואכע מחליטים, ממילא איז דער אמת נישט ממש אזוי און אויך נישט פארקערט?

אנדערע מוטשענען זיך: 'ווער איז דער מכריע?', אז איך זאג אז פלוני בן פלוני איז גערעכט קעגן פב"פ, מיינט עס דען נישט אז איך נעם דא א שטעלונג קעגן דעם צווייטן?

*

צוויי ברידער – א רבי מיט א ראש ישיבה, לאמיר זאגן - קריגן זיך, זה אומר כולה שלי וזה אומר כולה שלי, איך האב זיך נישט נאכגעפרעגט, אבער עס איז ביי מיר ברור אז דעם רבי'נס קינדער האלטן אויף 100 פראצענט אז ער איז גערעכט וכן דעם ראש ישיבה'ס קינדער.

שטעלט זיך די הארבע פראגע: עס איז דאך כמעט א מאטאמאטישע אוממעגליכקייט אז פונקט זאלן אלע זיינע קינדער האלטן אזוי און דעם צווייטענ'ס פארקערט, ווען איך נעם ווען רענדאם מענטשן און צוטייל זיי אויף צוויי גרופעס, וואלטן זיי אויך געווען אזוי שיין צוטיילט אויף די צוויי צדדים? וואס איז דא געשעהן?

'פונקט' אלע וואס ווערן נתחנך אין א געוויסע מוסד קומען צו די הכרה אז כ"ך וכך איז כפירה, איך פארשטיי נישט, עס טאנצט דיר נישט אין די אויגן אז אלע וואס ווערן נתחנך ערגעץ אנדערש האלטן נישט אזוי? ווייזט עס דען נישט קלאר ווי די טאג אז לא בצדקתך וביושר לבבך – און אפי' נישט ברשעת הגוים ההם - האסטו איינגעזעהן אז דאס איז די ריכטיגע שיטה?

*

היינט נאכמיטאג פרעג איך מיין חבר 'ווי אזוי איז די וועטער אינדרויסן'? זאגט ער 'פארוואלקענט', א שעה שפעטער פרעג איך איהם ווידער, זאגט ער 'עס איז שיין זוניג', זאג נאר, דו שעמסט זיך נישט צו זאגן ליגנט אין פנים? וואס איז דער אמת 'פארוואלקענט' אדער 'זוניג'? קען א 'אמת' זיך טוישן?

'אמת' איז א רעלאטיוו'ער מושג, אין 'אמת לאמיתו' טרעפן מיר זיך נישט אהן דא אין די וועלט.

באמת אמרו, קיין שום זאך אין די וועלט איז נישט אמת מצד זיין עצם מהות, ער האט נישט א זכות קיום – און זיין מציאות שפילט זיך נישט אפ – אין זיינע אייגענע ד' אמות, אלעס געשעהט אין אונזער מוח, אין אונזער פריוואטער כח הדמיון.

לעצטענס האט מיר איינער פארציילט ווי ער האנדלט מיט א מיידל וואס 'זעהט' דעם סאטמאר'ן רב ז"ל נעבן זיך, יעדע פאר מינוט האט זי געדארפט דעם רבי'ן משתיק זיין ער זאל נישט פארפיהרן, א וועלט'ס משוגענע, הא? א פארצייטישע בעלת דמיון? זאגט מיר יענער, באמת איז זי בכלל נישט קיין סאך ווייטער ווי אונז אלע, אז איך זעה א רויטע קאר, איז מיר קוקען עס אהן ווי כאילו מיר וואלטן געהאט לעכער אין די אויגן און די עצם מציאות פון א רויטע קאר ווערט אריינגענומען און 'געזעהן' אין אונזער מוח, שטעלן א קעמרע פאר די קאר און איהר באטראכטן דורך א סקרין? נעה, דאס איז שוין נישט ארגינעל, עס איז נישט די עצם קאר, עס איז נאר א שפיל כאילו כ'זעה די קאר.

עס איז דאך אבער אודאי נישט אזוי, אונזערע אויגן זענען באמת קעמעראס וואס שיקן אריין סיגנאלן אינעם מוח'ס כח הדמיון איהר צו פארציילן 'וואס' זי דארף זיך פארשטעלן אז עס קומט פאר פאר זיינע אויגן, און אין פאקט ארבעטן פארשער אויף גלעזער מיט אריינגעבויעטע קעמעראס וועלכע דרייען איבער די וידיאו אויף סיגנאלן און שיקן איהר אריין צו די אויג-נערוון און דורך דעם צוריקברענגן די כח הראי' צו די וואס פארלירן איהר.

בסך הכל – זאגט מיר יענער – האט עס די מיידל גענומען איין סטעפ ווייטער, זי 'זעהט' אינעם דמיון אויך אזעלכע זאכן וואס די אויגן האבן נישט געהייסן זעהן, אבער מיט דעם זענען מיר אלע גלייך אז אונזער גאנצע וועלט, דער גאנצער ארום מיט אלע זיינע מקרים, 'געשעהן' נישט דארט וואו זיי געשעהן, זיי געשעהן אין אונזער דמיון.

אין אנדערע ווערטער: פאקטן, געשעהנישן, שיטות, מאראלן, וכו' וכו' האבן נישט קיין אינדעפענדענט אייגענע אומאפהענגיקע מציאות, אלעס, אלעס, איז רעלאטיוו צו ווי מיר נעמען עס אויף אין אונזערע כלים לקבלה, אין אונזערע נפשות, און געוואנדען אין די תנאי הסביבה והזמן.

אמאל האט א קעניג באקומען, וועל, כבוד מלכים... זיין שררה און פאוער איז געווען א סיבה איהם ארויפצוקוקן משבח זיין און מכבד זיין, עס איז געווען א גאנצע צדקות פון איהם אויב האט ער זיך אראפגעלאזט צו א פשוט'ער מענטש, עס זענען אדורך דורות, די מענטשהייט האט איוואלווד, היינט איז דעמאקראטיע אויפן שפיץ, מאנארכיע איז אראפגעקוקט, איז וואס איז פשט, זאגט די מענטשהייט 'אה, טעיתי מעיקרא, כ'וואלט געדארפט דערלאנגען פראנץ יאזעף א גוטן שטויס פון אונטן'? ניין, פארוואס? ווייל פראץ יאזעף, לויט די אומשטענדן אין די וועלט און ביי זיינע אונטערטאנען, לויט ווי די מציאות ווי 'וועלט' איז נתקבל געווארן אין די נפשות פון אינדיווידואלן, איז דאס געווען דער 'אמת', פראנץ יאזעף 'איז' א לעגעטימע מטרה פאר כבוד.

היינט האט די וועלט איוואלווד, היינט ווערט שוין אפגעטייטשט אין אונזערע נפשות אז דייקא דעמאקראטיע איז צדק ויושר, אין אזא בריאה איז דער 'אמת' אז א קעניג איז אן אראפגעקוקטע זאך.

'אמת' איז רעלאטיוו, זי ווערט נשפע פון דער מענטש וואס נעמט איהר און פון די תנאי הזמן והמקום.

*

וואס איז די הגדרה פון א 'חכם'? איינער וואס האט א שנעלע תפיסה? גענוג אזעלכע זענען אויסגערופענע טפשים, א בעל זכרון? אודאי נישט.

א חכם איז דער וואס קען אנכאפן דעם ענין ביים קארג, ער קען אראפשיילן פון איהר אלע חיצוניות'דיגע לבושים וואס די נפשות המקבלים, אדער די סביבה און זמן, האבן אויף איהר ארויפגעלייגט, ער איז רואה את הנולד צו עס לוינט זיך צו אינוועסטירן אין עפל, וואס הייסט צו עס לוינט זיך? עפל שטייט דאך ברום המעלה וכו', אבער דער חכם ער כאפט אהן די עצם נקודת הענין, ער טוהט איהר אויס פון לבושים און מצבים, ער נעמט ארויס זיין אנוכיות פון די עקוועישאן, ממילא ער קען זיך פארשטעלן די נקודת האינוועסטמענט אין אנדערע מצבים, אין 10 יאהר ארום, אין א זמן ווען עפל וועט אויסלויפן פון געדאנקען וכו'.

יא! כ'רעד דאך אבער פאליטיש! ווען עס וואלט געווען מותר ע"פ תורה!

וואס הייסט 'ווען עס וואלט געווען'? עס איז אסור!

דו קענסט רעדן צו די וואנט.

איהר קענט די סארט מענטשן, איא? נאך א רגע טראכטן וועט איהר אודאי מסכים זיין אז וואס א גרעסערער טיפש אין אלגעמיין - אלס מער שאנסן צו האבן אזא דיאלאג מיט איהם.

הוא אשר דיברנו, א טיפש קען זיך בשום אין אופן אפשאקלען פון די פונקטליכע דיימענציעס אין וועלכע די אינפארמאציע איז אנגעקומען צו איהם, אין די צורה ווי זי איז אריין אין זיין נפש אזוי בלייבט זי, נישטא קיין 'אויב וואלט', א חכם דערהייבט זיך אבער וואס מער צום נקודת הענין, וואס ווייניגער זיין משועבד צו ווי אזוי זיינע כלים לקבלה נעמען אויף און פארעמען די אינפארמאציע, און וואס מער דערגיין די עצם זאך, ווי זי איז נאקעטערהייט.

דער טיפש נעמט יעדע זאך לויט זיינע פריוואטע באגרענצונגען, ער פארטיידיגט נישט די שיטה – ער פארטיידיגט זיך אליין דורך וועמען ער האט אויפגענומען די שיטה, ווי וויכטיגער ער קוקט אהן די זאך אלס זיכערער איז ער מיט זיין צד: א. דאס און דאס איז 100 פראצענט כפירה 'גמורה', ב. עירוב אין בארא פארק? לכאורה א שקצות, ג. די זילבערנע הענטל פאסט בעסער אבער כ'בין נישט 100 פראצענט זיכער.

*

מיר זענען דאך דאס וויגעלע פון טאלערענץ (קרעדיט: שמעקעדיג), וואס איז דאס 'טאלערענץ'? לכאורה עפעס אזא מאדערנע סארט ויתור, עפעס א ליבעראלער אידעאל, עס גייט מן הסתם בנשימה אחת מיט גלייכע רעכטן, חיות רעכטן, קיינע מלחמות און פארגיטיגן די ארימע.

וואס ברענגט א מענטש צו זיין טאלערענט? דער כלל לויטעט אז כדי צו פאראייניגן צוויי הפכיים דארף מען א דריטער וואס איז גרעסער/העכער פון זיי ביידע, וואס מער מען דערהייבט זיך פון 'אונטער' די מציאות/שיטה/הבנה, וואס ווייניגער מושפע מען איז דערפון, אדרבה מען שטייט פון אויבן און מען באטראכט עס מן החוץ מיט א שלוות הנפש, אלס מער טאלערענט איז א מענטש.

טאלערענץ איז נישט פשרה, נישט ויתור, די אלד וויילד וועסט הערט זיך טאקע געשמאקער, מער אוטענטיש, יקוב הדין את ההר – איינע פון די קצוות וואלט געווען איידיעל, בלוט, שווייס און טרערן, א גוד-אלד דועל איז באמת די 'זאך', נו, וואס קען מען טוהן, היינט איז א 'נייס' וועלט, מען דארף צו יעדן שמייכלן.

אדרבה, פראבירט עס אויס, קוקט אייך ארום וועט איהר זעהן, וואס מער חכם אלס מער טאלארענט, דער חכם טיילט אפ זיין פערזענדליכע אינוועסטמענט אין די זאך און פארשטייט אז אזוי זאגט זיין רבי/חדר/קולטור און עס איז א געוויסע 'אמת', אבער אין יענעמ'ס וועלט שפילט זיך אפ פונקט אזא לעגעטימע אמת/דמיון אויף פארקערט, און איך בין העכער/גרעסער פון ביידע צדדים – איך דעפעניר זיי, נישט זיי מיר.

דאס אלעס איז אונזער 'אמת' – א רעלאטיוו'ער אמת, עס איז אבער דא א 'אמת לאמיתו' [ראה תוס' ב"ב ח:], גאט איז באמת אמת, קודם שנברא העולם הי' הוא ושמו בלבד, ער דארף נישט צוקומען צו די בריאה אז זיין מציאות זאל נתקבל ווערן ערגעץ וואו, ער איז נישט וואס ער איז 'ווייל' איינער איז איהם משיג, ער שאפט א קול אויך אין א ליידיגע וואלד, ער איז ווייל ער איז, ער איז דער אולטימעיט אומאפהענגיקע מציאות.

מען רופט איהם 'מקום', הוא מקומו של עולם ואין העולם מקומו, ער איז גרעסער, העכער און ברייטער פון נבראים, ער נעמט זיי ארום – נישט זיי איהם, פארדעם איז ער נישט תלוי/מושפע פון זיי, נאר פארקערט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר