לך בשלום, אלכסנדר, תנוח בשלום על משכבך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 952 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 666 מאל

לך בשלום, אלכסנדר, תנוח בשלום על משכבך

שליחה דורך בר דעת »

בשכנות פון אונזער באליבטע שטובל רוהט זיך במנוחה די "צימעס אפטיילונג" ווי עס פאשען זיך רוהיג אזעלכע וואס זענען בגדר "א ווארעם עסט זיך אריין אין רעטעך מיינט ער אז עס איז נישטא קיין בעסערס" על כל בנים, דארטן רודערט זיך שוין א שטיק צייט איבער די העפטיגע מחלוקת אין ישיבת אלכסנדר. עס זעהט דארטן אויס ווי יעדער אייניקל לבית זינגער האט שוין געמאכט דארט א ניק צו פארטרעטן זיין טאטע אדער פעטער. דאס איז אבער אלעס צימעס, איך וויל בארירן די נושא פון א נישט צימעס'דיגע פרעספעקטיוו, און איך וויל ערקלערן פארוואס איך ווינטש גרויס הצלחה פאר ביידע צדדים אין די מחלוקת, למכה מצרים בבכוריהם, און אז עס זאל זיי געלונגען צו צוברעכן די דאזיגע אבן נגף.

יעדער ווייסט אז עס הערשט א געוואלדיגע קריזיס אין חינוך, מוסדות ווארפן זיך מיט קינדער אויף א שרעקליכן פארנעם און ליידער זענען דא קינדער וואס זיצן אינדערהיים, צום טרויער פון די עלטערן, אן טרעפן א בית חינוך פאר זיי.
אנגעהויבן האט זיך די צרה נישט מיט קינדער נאר צוערשט מיט בחורים, און פון דארטן רוקט זיך עס.
די אנפאנג פון די צרה ביי די בחורים איז געווען מיט די ישיבות למצויינים, די פארשאלטענע פאלשע מושג וואס האט גארנישט מוסיף געווען צו כלל ישראל אויסער די יעצטיגע קריזיס פון נישט נעמען קינדער.
די ישיבת למצויינים איז איין גרויסע פאלשע באלאן, די ישיבת למצויינים ערצייגן נישט קיין בעסערע בחורים און די בחורים וואס ווערן אנגענומען זענען לאו דווקא מצויינים.

די ערשטע און מערסטע חוצפה'דיגע למצויינים איז געווען אלכסנדר. אלכסנדר איז בעצם גארנישט, עס איז אן איסתרא בלגינא, נישט ר' ברוך, דער ראש ישיבה, נישט ר' יאסל דער רבי און נישט זייער טאטע זענען געווען אנשים מורמים מעם. זיי זענען זייער פשוטע מענטשן וואס האבן זיך זייער ליב און האבן געעפענט א ישיבה בלויז צו בויען זיך א נאמען און באקומען כבוד. די ישיבה איז נישט עפעס עכט זייער תוכן'דיג, והראיה, קוק אויף די ליסטעס וואס די צימעס אידן האבן ארויפגעלייגט אז היינט זענען שוין א ריזיגע פראצענט פון די מגידי שיעור בסך הכל זינגער אייניקלעך און קרובים, דאס טייטשט מגידי שיעור סוג ג', אזוי ווי אין יעדע אלגעמיינע מוסד. בסך הכל זענען דא איינס אדער צוויי גוטע מגידי שיעור. (אויב הרב קוויאט איז א גוטע מגיד שיעור, מיר זעהט ער אויס ווי א צעווילדעוועטער בעל מחלוקת, קוקנדיג זיינע דרשות בייים עירוב אדער זיין יעצטיגע אקטיווע ראלע אין די מחלוקת)
וואס הייסט בכלל א גוטע ישיבה אדער א גוטע מגיד שיעור? עס איז ליידער נישטא אזא זאך אין די היינטיגע עולם הישיבות. ווי קען איינער וואס לערנט פאר צוואנציג יאר אין א ציה די זעלבע סוגיות אין ארבעה אבות זיין א תלמיד חכם? די בחורים גייען ארויס פון די אלע ישיבות אדער עמי ארצים, אדער נאך ערגער איינגערעדטע לומדים וואס קענען בסך הכל הונדערט בלאט גמרא און אביסל פארקרומטע לומדות. מען קומט נישט ארויס פון די ישיבות נישט מיט קיין תורה און נישט מיט קיין סחורה. מען קומט נישט ארויס מיט תנך, הלכה, מוסר, חסידות, אביסל קבלה, אביסל היסטאריע און אביסל לומדות, ניין, מען קומט ארויס מיט די זעלבע פיר חידושים פון רבי חיים און מען גייט אריין אין לעבן פוסט און לער, אדער לאזט מען אפ די לומדות און מען ווארפט זיך אריין אין ביזנעס אדער ווערט מען אליין א דעפרעסטער מגיד שיעור וואס וועט ווייטער פארלערנען ארבעה אבות נזיקין מיט די זעלבע פינף שטיקלעך סוכת דוד פאר די גאנצע לעבן.

צוריק צום עניין, אלכסנדר האט מיט א געוואלדיגע גאווה געהרגעט דעם עולם התורה מיט זייער פאמפע אז דאס איז די בעסטע ישיבה און מיט זייער שחצנות'דיגע וועג פון נאר נעמען קינדער פון גרויסע גבירים און רבי'ס, דאס האט געהרגעט אסאך ישיבה קטנה'ס ווי די וואס האבן זיך גערופן די בעסערע בחורים זענען זיך צעלאפן, און האט אריינגעפירט די מושג פון זיך ווארפן מיט בחורים.
דאס האט ליידער געפירט צו די היינטיגע מושג אז מוסדות פייניגן עלטערן און קינדער און ווארפן זיך מיט אידישע נשמות.

פון די אלטע מושג פון עפענען א מוסד צו אויפטון פאר אידישקייט, אזוי ווי אלע גרויסע מוסדות האבן אנגעהויבן, אזוי ווי באבובער רב האט געמאכט א מוסד און ווי צעלימער רב האט געמאכט א מוסד. אדער העכסטנס אז א תלמיד חכם מופלג ווי רבי משה גרין אדער רבי יוסף ראזנבלום האט געמאכט פאר זיך אליין א ישיבה צו קענען מרביץ תורה זיין און האבן אייגענע תלמידים, איז עס געווארן א ביזנעס ווי אזא בעל הבית ווי ר' ברוך זינגער אדער אזא איש פשוט ווי ר' משה ווייס, הרב וואלנער, הרב גרינבערג פון שער אפרים וכדומה עפענען זיך ישיבות סתם אין די וועלט אריין צו האבן כבוד און מיט דעם צוברעכן זיי די עולם הישיבות און האבן געברענגט די קריזיס אין די גאנצע עולם החינוך.

אלכסנדר התחיל בעצה תחלה, זאל ער די ערשטע אונטערגיין, זאלן ביידע צדדים האבן גרויס הצלחה און די גרויסע ישיבות זאלן בלייבן באלאנסירט מיט אלע סארטן בחורים און די עולם הישיבות וועט שטיין אסאך שענער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמעקעדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
סיבה: צוגעלייגט פאסיגע טיטול'ן

דער אשכול פארמאגט 110 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר