חתונה תקנות/גזירות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

חתונה תקנות/גזירות

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:49 am

די אזויגערופענע רע-בנים און עסקנים פרובירן וואס מער אונטערצודרוקען דאס מענטשהייט מיט וואס מער תקנ-גזירות. איך וויל נישט רעדען פון אלע גזירות נאר פון חתונה גזירות.

מען טאר נישט קויפען (נאר געוויסע) מתנות, מען טאר נישט האבען פיקטשערס. און איך האב געהערט אז עס זענען דא האלל'ס וועליכע נעמען אליין אפאר פיקאשערס. און האבען חסידישע אינגעלייט אלס וועיטערס. אויך טאר מען שוין נישט מוזיק. איך בין געווען ביי אפאר חתונות ווי מען האט נאר אנגעצינדן א MP3.

שטעלט זיך א שאלה... די MP3 האט געשפילט מוזיק פון א פול בענד און נישט פון א וואן מען בענד, זענען די צוויי תקנות זיך סותר. ווייל מען טאר דאך נישט האבען קיין בענד?

און נאך שווערער איז, MP3 איז דאך אויך "אסור" איז ווי מעג די האלל עס האבען?

איז ביים אריינטראכטן אין דעם בין איך אויפגעקומען מיט א נייע תקנה.

מען טאר מער נישט גיין צו חתנות... ביי איעדע שמחה וועט זיין ספעציעל כולל אינגעלייט וואס וועלן גיין אנשטאט דיר און פאר נאר 5 דולר וועט ער אפי' אנטהון א שטריימעל. פאר די וואס ווילן אז זיי זאלען שמייכלען... וועט מען דארפען פרעגען א רב.

עס איז בעסער אז מען פרעגט ביי א רבי/רב וועלעכע זיין מעגן יא טוהן וואס זיי ווילן... ווי סעלפאןס אינטערנעט, (עכט) זילבערנע שטעקן, בענד ביי זייערע שמחות, איעדע יאהר א נייע קעדי, א מינק קאוט (פעלץ בלע"ז) וכו' וכו'

ווייסט עטץ וואס? פארגעט איט... איך האב א סאך א בעסערע פלאן...

מען טאר מער נישט חתונה האבען... עפטער אלל עס קען צוברענגען צו הרהורים און שלעכטע מחשבות
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 614
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 370 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 306 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:56 am

חתונה תקנות איז א רעזולטאט פון די היימישע קולטור. היימישע אידן פילן זיך ווי איין גרויסע משפחה. מ'קוקט וואס יענער טוט, און מ'דארף עס אויך האבן. ביי גוים איז נישט אזוי, יעדער פירט זיך זיין אייגענע געשעפטן.

אלס א רעזולטאט פון די קרומקייט, זענען נישט פארמעגליכע געגאנגן, און געדארפט נאכמאכן פארמעגליכע, ווייל מ'וויל נישט זיין די ארימע ברודער אין די משפחה.

צום סוף איז מען געבליבן ארימער און קראנק אויך.

ווען אונזערע געזעהלשאפט וואלט נישט געווען ביזי מיט וואס יענער טוט, וואלט מען די נארישע תקנות קיינמאל נישט געדארפט.
Sent from my mothers basement using dial-up
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 6128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5759 מאל

הודעהדורך דריידל » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:19 am

אנשטאט די אלע נערישע תקנות וואלט מען געדארפט אפאר ראלל מאדעלס וואס זאלן ווייסן אז יעדער זאל טון לויט ווי ער פארשטייט און לויט ווי ער קען זיך ערלויבן.

זאלן די רבי'ס נישט אזויפיל איינטיילן פאר אנדערע וואס יא/נישט צו טון און מאכן פאר זיך פשוטע שמחות. פארוואס קען א רבי'שע חתונה נישט פארקומען אין ויואל משה? רוב מענטשן קומען נאר ווייל מ'מאכט א טראסק דערפון, און ווען מ'ספענד נישט אזויפיל געלט וואלט די גאנצע משפחה שיין אריינגעפיט אין עני האלל. אין פאקט, טראכט איך אז רבי'שע שמחות דארפן געווענדליך א קלענערע זאל ווי פשוטע עמך אידן, וויבאלד זיי זענען צעקריגט מיט א האלבע משפחה וואס קומען נישט צו שמחות.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1025
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1192 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט

cron