רויטע וואנצעס האט געשריבן:בערל איז לעצטענס בתוקפו, יעדע הודעה זיינע לעצטענס ברענגט אן אויספלאצעניש פון פלצות'דיגע געלעכטער.
berlbalaguleh האט געשריבן:א קליינע, כבדרך אגב'דיגע שאלה'לע צום זעירא דמן חבריא קדישא הדין, המכונה "התם ומתמם עם תמימים" שליט"א. א וואס האט איר אנגעשטעלט דעם גאנצן פארגאנגענעם יאר, תשע"ד? ספעציעל אין די זומער חדשים? וויפיל פלעשער ביר האט איר אויסגעטרינקען, בדיבוק חברים ארויסקומענדיג פון פול, נאכ'ן נייט סווימינג. ביז 4:30 פארטאגס. און נאכדעים אויפגעשטאנען שפעיט און עובר געוועין זמן קריאת שמע. אפילו לשיטת הגר"א. און נאכדעים געגאנגען גראד צו דעם בארבעקיו'עד סטעיק' מיט נאך פלעשער ביער. וחוזר חלילה. און ווען מ'האט גע'שיפל'ט מיט נאך א פאר שכנים און שכנ'טעס צוזאמען אין די שטורמישע וואסערן? און זיך אריינגעכאפט אזוי, אין טעאטער אויף מעין סטריט, בזמן שהיא לא יום ולא לילה. וואס מ'האט א גאנצע וואך אנגעשטעלט אין שטאט, פון דעים רעד איך דאך אפילו נישט. וויפיל מאל פארשלאפן זמן תפילה ווייל מ'איז אויפגעוועין די פאריגע נאכט ביי א קומזיץ מיט ביר און פרענקס לרחצה וואס דער ברייטהארציגער שכן האט צוגעשטעלט אין זיין חצר? ליתר פרטים עיין בבלאג של האי צדיקא ו---- הידוע נחום...נאר ווען ס'קומט סליחות און ראש השנה הייבט מען אן קרעכצן בלב נשבר ונדכה. אבער דעם קומענדיגן יאר חזר'ט זיך איבער דער זעלבער שפיל...![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:בעל עגלה טייערע עס איז אייך נישט געלונגען נישט צו געטראפן דער ריכטיגע מענטש...
איך בין נישט געוועהן אין קאנטרי, איך קען נישט טרונקען קיין ביר, בכלל נישט קיין טרינקער... איך קען נישט גיין שווימען, איך שטיי - הודו לשם כי טוב - יעדער טאג אויף פארטאגט, איך האב א נארמאלע סדר היום, איך לערן אביסל קביעות עיתים איך לערן חסידישע ספרים...
איך זיך מיר נישט גרויס צו האלטן פאר ענק אלע, נאר די באפאלסט מיר מיט זאכן וואס איז נישט דא ביי מיר איז ''אשרי מי שחושדין ואין בו'' ממילא בין ענק דאס מודיע אז מיין נישט אז יעדער וואס שרייבט דא איז דער גרעסטער שייגעץ.. לאו דוקא, איך בין נאר א פשוטע ארבעטער, אין איך פראביר צו טוהן מיינע פלוכטען וואס א יודישע קינד דארף צו טוהן, אין אז עס קומט אזעלכע טעג פראביר איך אביסל מער צו זיין ערנסטער...
ממילא קענסט עטס זאגן וואס עטס ווילסט אין לאכן וויפיל עטס ווילסט אין האבסט א גוטע לעבן אין א כתיבה וחתימה טובה א גוט געבענטש יאר
קפנדריא האט געשריבן:די קשיא ווערט נאר שווערער, נו ווער דען דארף אזוי שטארק תשובה טון, דער וואס האט נישט אנגעשטעלט אגאנץ יאר? נאך אזא יאר קומט א פעסטער "ותתחלחל" מיט א שלשלת..
יין שרף האט געשריבן:Ben-Shishim האט געשריבן:עס איז באוויסט אז מען האט אמאל גערעגט דעם דברי יואל...
Ben-Shishim האט געשריבן:איז אזוי
דע ערשטע זאך אויף וואס איך וועל מתפלל זיין איז אז איך זאל חלילה נישם באקומען א קאלטקייט צים דאווענען בכלל, אין די הייליגע טעג בפרט.
איך דאווען שוין ב"ה בערך 60 יאר אין איך געדענק נישט אז איך זאל אמאל ווערען נערוועס פין לאנג דאווענען
אסאך יארען בין איך געווען אין סאטמער [יענע יארען האב איך נישט געוואינט אין אמערעקע] סיי ביים דברי יואל אין סיי ביים ברך משה זי"ע ווי מען איז אהיים גאר שפעט
עס איז באוויסט אז מען האט אמאל געפרעגט דעם דברי יואל פאר וואס ער קומט אריין ר"ה אזוי שפעט צי מוסף האט ער געזאגט אז ער וויל דער עולם זאל זיצען אין בית מדרש א גאנצען טאג.
ראובן האט געשריבן:זיך אן עצה צו געבן מיט דעם פראבלעם, איז גוט צו נעמען א ספר, א בוך, אדער ארויסדרוקן אינטערעסאנטע ארטיקלען, און פארברענגען די צייט מיט'ן קונה זיין עפעס אינטערעסאנט. אז איר האט א ברירה צווישן א בוך אין ענגליש אדער אין עברית, וועלט אייך ליבערשט אויס דעם בוך אין עברית. לאטיינישע בוכשטאבן קען ברענגען אומגעווינטשענע נייגער פון די שכנים; אידישע אותיות קענען דורכמאכן דעם גאנצן יום-טוב אן דעם וואס אפילו איינער זאל זיך פאראינטערעסירן וואס איר לייענט - אין אונזער אומסטימולירטער געזעלשאפט.
יאיר האט געשריבן:פאראיאר האב איך ארויסגעפרינט גאנץ מטפחות ספרים פון היברו בוקס און דורכגעליינט במשך דעם יום כיפור.
הרב אליעזר בראדי שיקט ארויס יעדן יאר פאר ראש השנה און יום כיפור שיינע מאמרים אויף פארשידענע ענינא דיומא און סתם אינטערעסאנטע זאכן וואס איך פרינט אייביג ארויס.
עס איז גוט צו האבן א מחזור מיט פירושים, מ'זאל כאטש קענען אביסל זען שיינע פיוטים, אסאך מאל איז סתם פאן צו זען ווי די מטה לוי קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט'ן שווערן קליר.
גראדעמעכעלע האט געשריבן:אויסצוג פונעם ספר 'מנהגי עיר וויליאמסבורג' הנדפס בשנת תת''נ לפ''ק
... וקודם שיגיעו הימים הנוראים נוהגים כל גבאי ביהכ''נ שבעיר לטרוח ולבקש חזן גדול ובעל תפילה נאה לשמש לבעל תפילה בבהכ''נ שלהם וכדי להפיק רצון להמתפללים ומוציאים בעבור זה ממון הרבה. והעם המתפללים נוהגים לילך קודם יו''ט לבית מסחר של ספרים כדי לקנות ערימה של ספרים שיהא להם במה להעסיק עצמם בשעת שהבעל תפילה מנגן.
וכבר טרחו רבים להבין פשר מנהגם אז מען וואלט זיך געקענט שפארן צויי מאל געלט נישט נעמן דעם בעל תפילה אין נישט קויפן ספרים אבער גיי פארשטיי א סיסטעם וואס פארט
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט