ליבשאפט צו קרימינאלן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 10:45 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

ליבשאפט צו קרימינאלן

שליחה דורך חיים נחום הלוי פריעד »

מאראלישע געפאלנקייט טייטשט זיך נישט נאר איבער אין מעשים, נאר אויך אין פארקוקן שוידערליכע מעשים. אין די גוי'אישע וועלט איז דא א פענאמען פון מענטשן וואס דרוקן אויס ליבשאפט פאר שוידערליכע פארברעכער, בלויז זיי ווערן "אינספירירט" פון יענעמ'ס געוואגטקייט אדער גוטן אויסזען.
אזעלכע ברוטאלע מערדער ווי טעד בונדי, דזשעפרי דאהמער, און טשארלס מענסאן, האבן געהאט הונדערטער פרויען וואס זענען געווען פאנאטישע אנהעגער אין זיי. זייערע געריכט סעסיעס זענען געווען אנגעפילט מיט פרויען וואס זענען געקומען לטובתם. בונדי האט באקומען הונדערטער ליבע בריוון בשעת'ן זיין אין תפיסה.

די וואך האט א פאליציי דעפארטמענט אין סטאקטאן, קאליפארניע, ארויפגעשטעלט אויף פעיסבוק א "מאגשאט" פון א פרישן גוט-אויסזעענדן ארעסטאנט, און באלד האבן טויזנטער מענטשן "געלייקט" דעם בילד, און אויסגעדרוקט זייער ליבשאפט צו אים. דער פאקט אז ער איז א ווילדער קרימינאל האט גארנישט געהאלפן פארקלענערן זייער אנהענגערשאפט - אפשר גאר פארקערט.

א פחד וויפיל משוגעים עס לעבן אויף די וועלט!

http://time.com/2904591/internet-swoons ... ted-felon/
בייגעלייגטע פיילס
jeremy-meeks.jpg
jeremy-meeks.jpg (58.91 KiB) געזען געווארן 4061 מאל

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר