ערליכע אידן זענען מענטשליך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6614 מאל

ערליכע אידן זענען מענטשליך

שליחה דורך הוגה »

[justify]ערליכקייט און מענטשליכקייט איז איינס. מענטשליכקייט איז קיינמאל קיין סתירה צו ערליכקייט. דער וואס מיינט אז בלית ברירה מוז ער זיין אוממענטשליך כדי צו קענען בלייבן ערליך, ווייסט נישט וואס ערליכקייט מיינט. ליידער ליידער הערט מען היינט און מען זעהט אסאך א. ג. ערליכע אידן און אפילו משפיעים ומנהיגים וואס פירן זיך אויף אוממענטשליך בשם רעליגיע און ערליכקייט. איך ווילך דא מקדיש זיין אן אשכל צו צייגן ווי ריכטיגע ערליכע אידן האבן זיך ווייטער אויפגעפירט מענטשליך, אפילו ביי פעלער וואס לפי קט שכלם פון מאנכע האט עס אויסגעזעהן ווי עס איז א קאמאפראמיס אויף ערליכקייט.

דא האט איר פון די 'עיתון בשבע' פון ראש השנה. הצדיק רבי אריה לוין ז"ל פון ירושלים האט ארויסגעוואקט פון שול מוצאי יום כיפור באלד נאך נעילה. א יעדער איינער דא קען זיך פארשטעלן די געהויבענע געפילן פון קדושה וואס מען פילט מוצאי יום כיפור, און די געוואלדיגע קבלות וואס מען האט זיך פארגענומען אין דעם פארגאנגענע פיר און צוואנציג שעה צו זיין ערליך און פיין, ספעציעל אזא צדיק ווי רבי אריה לוין. ווען רבי אריה האט ארויסגעוואקט פון שול איז צוגעגאנגען א שיינע פרוי מיט אויפגעדעקטע האר און געזאגט אז זי וויל עפעס אדורך רעדן מיט אים. רבי אריה איז געגאנגען צום זייט און געשמועסט מיט איר פאר אפאר מינוט. ער האט די גאנצע צייט גערעדט בסבר פנים, קוקענדיג אויף איר מיט רעספעקט די גאנצע צייט.

דאס איז נישט קיין גרויסע גדולה, אדרבא, עס איז א דבר פשוט. אבער ליידער בימינו פירן זיך זייער אסאך חרדים און "ערליכע אידן" נישט אויף אזוי, וממילא דארף מען זיך כסדר דערנאנען אז זיין מענטשליך איז זיין ערליך. אגב, עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט.

.[/justify]
בייגעלייגטע פיילס
10702216_792755164081189_8289038729187164691_n.jpg
10702216_792755164081189_8289038729187164691_n.jpg (458.78 KiB) געזען געווארן 4055 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר