'אונטערן' קוליסן

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

'אונטערן' קוליסן

שליחה דורך כוכב »

די 'אונטערן' פלעי און דער עקסטאז וואס נעמט איר ארום גייט שוין היינט סינאנים מיט די קורצע איינגעמאכטע הויזן און הויזן טראגער פון אחינו שבגולם אין אייוועלט, אבער וואס איך וויל בארירן איז די געלונגענע מארקעטינג און ברענדינג פון די אנפירער, וואס האבן באוויזן צו מחי' מתים זיין און פריש אויפלעבן א געשטארבענע אינדוסטריע, און נאך ארויסנעמען פראפיטן דערפון.

די גאנצע איידיע פון מאכן אידישע פלעיס איז געווען אן אונטערגעברענגטע מארקעט צוליב פארשידענע סיבות, אין טייל צוליב אכשר דרא וואס האט דראסטיש איינגעשרינקט דעם קליענטעל דערפאר, ווי אויך די לייכטע צוטריט צו אלגעמיינע ענטערטעינמענט וואס זענען פיל אינטערעסאנטער, און האט געמאכט די לאנגווייליגע שפילן ווערדלאז און אומאינטערסירנד.

ווער געדענקט דען נישט די אמאליגע שפילן, א סליחות נאכט פון קיעב, דאס לעצטע געדאנק, וכו' וואס זענען מיינסטענס געווען די פראדוקציע פון שלמה פערל און אהרן פרענקל, שפילן וועלכע האבן אריינגעצויגן אין גרויסע קאסטן און האבן עווענטועל געמוזט אויפגעלעזט ווערן נישט קענענדיג מער ארויסנעמען א פראפיט דערפון.
דאס לעצטע פון די סעריע שפילן איז געווען 'דאס זיידענע העמדל' וואס איז געקומען מיט א סעלעבראטארישע טוויסט, נעמליך צו שטעלן ליפא שמעלצער אלס יוסף. דאס איז שוין געווען די שטערקסטע וואפן אין זייערע זאפאסן אין צוגאב אז סאיז געווען אן איבער שפיל פון יוסף שפיל וואס איז די שטערקסטע סקריפט און ציעט אלעמאל א גרעסערע אינטערעסע, אבער האט אויך נישט באוויזן צו פארמיידן דעם סתימת הגולל פון די שפילן עפאכע.

ווידעראום די אונטערן חבריא האבן רידאפינירט דעם געשטעל פון א שפיל צילענדיג הויפטזעכליך קינדער, וואס זענען א לייכטערע מארקעט און ביליגער און לייכטער צופרידנצושטעלן.
סוקסעספול האבן זיי אויפגעבויעט א ברענד אונטער דער טעמע 'אונטערן' בויענדיג שטייטלעך א נאכפאלגערשאפט.
היי יאר קומט אריין די נייעס אז אלע טיקעטס פון די דריי שפילן זענען שוין אויספארקויפט וואס דערמאנט מיך פון כינוס כלל ישראל. וואלטן זיי געהאט יענע קעש רעזערווארן וואלטן זיי געקענט יעצט אפדינגען דעם ארטור-אש.

איך פערזענליך גלייך נישט קיין שפילן, כקען נישט כאפן ווער ס'איז אויפגעקומען מיט דעם לאנגווייליגן סטרוקטור פון פירן א דיאלאג מיט א מאדנעם אומנאטירליכן כאראקטערלאזן נאראטיוו, אן קיין שום געזאנג, טענץ אדער קונסט, און כיתה ו' איז געווען דאס לעצטע מאל כהאב אנטייל גענומען ביי א שפיל וועלכער איז שפעטער געווען די פארזעצונג געשיכטע אין 'עונג שבת'.

פון וואס איך האב יא הנאה איז פון קאמעדיע און כוואלט אפילו געצאלט פאר א טיקעט און ארויסשפאצירט באלד נאך די לצנות, וואס קען מען אבער טון אז ביי אונז אין מילקשייק איז נישט איינגעפירט צו גיין אין אזעלכע פלעצער נאר ליבערשט אפזיצן אויף נעטפליקס א גאנצן חוה'מ.

כבין נישט אזוי באהאוונט מיט דעם תוכן פון די 'אונטערן' שפילן, איין קאמעדיע סצענע האב איך געזען, פונעם אונטערן שריפט מיין איך, א סצענע אויף אן עראפלאן וואו הערשקאוויטש, פעלדמאן, און הויפטזעכליך דער מייסטער קאמעדיען יעקב יוסף לאנגזאם, לייגן אראפ א מעגא ארבעט זיך צו רייסן פאר געלעכטער, וואס דאס אליין איז ווערד די ענטוזיאזם 'אונטערן' שלעפט מיט זיך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כוכב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר