קלויזענבורג'ער חיות/עופות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 349 מאל

קלויזענבורג'ער חיות/עופות

שליחה דורך סאו וואט »

אה! ס'קומט שוין די כפרות סיזען, דער קאמפעטישען צווישען די מוסדות זענען גאר גרויס, יעדער האט דער שענסטע ווייסטע טשיקען אויפן ליין, יא, אט די זעלבע מוסד וואס האט מיר אפגעשטופט מיט שתי ידים פאר צוויי חדשים צוריק נישט אריין צו נעמען מיין זוהן דארט, זוכט מיר יעצט פאר א קאסטומער, מיט שרייענדיגע עדס און לעמפעלעך, זיך בעטענדיג שטיצט אונזער הייליגע מוסד, יא מיר האבען א שוחט אויפן פלאץ, העלאו, וועקט ענק אויף, נאר איין שוחט? ענק האבען גאר אסאך, און א גאנצע סטעף שוחטים! דאס זענען אט די זעלבע סטעף שוחטים וואס זאגען אפ די אלע קינדער פון זייער מוסד, יא, הרב מוסד, איר האט אסאך יודישע בלוט פארגאסען און גייען פארגיסען אויף ענקער הענט, און יעצט ווילן ענק הרצחת וגם ירשת, אויך מיין געלט, און א טשיקען פאר יעדער באזונדער, מוסד מוסד אל תכסי דמם, ענק האבען גענוג געדרייט כפרות מיט מיר, מיט אלע קינדער באזונדער, מיר האבען שוין באקומען אונזערע כפרה, די והותר.

אבער דאס איז נישט מיין עיקר ציל פון שרייבען דא דערוועגן, נאר א זייטיגע באנוס.

מילא, די מוסד, האסט א בעקיורד, און חזיר'סט אן דיין הויף, גייט מיר נישט אן, שמעק אויס דיין אייגען חלק, און זיי שמוציג חזיר'יש פארשטונקען פאר זיך, אבער דו קלויזענבורג'ער מוסד/רבי וואס איז דער קאפ שטיק פון אראפלייגען א גאנצע סטאדע טשיקענס אויף פופציג סטריט קארנער פערצן, ממש אויפן סיידוואק, חזיר'סט אן דער גאנצע רשות הרבים כאילו ס'באלאנגט פאר דיר, דו רעכענסט דיך נישט מיט פיסגייער, מיט שכנים, מיט'ן באס סטאפ קעגן איבער, און מיט די גאנצע ארום, קלויזענבורגער רבי, אז איך גיי אייך מסר'ן פאר די שטאט, און איר זענט דאך באקאנט במנהגי נאצי דייטשלאנד, וועט איר שרייען אז נאצי דייטשלאנד האט מען אויך אזוי געטוען, אמת טאקע אז נאצי דייטשלאנד האט אויך נישט געלאזט שחט'ן, אבער אלס צער בעלי חיים (כלומר'שט, מענטשען זענען זיי נישט אנגעגאנגען), דא אבער, זענען איר סתם א אומפארשעמטער פארשוין, האסטו זיך אינטרעסירט ביי די ארומיגע אויב זיי לאזען עס צו? ניין, והא ראיה אלע שכנים רעדן זיך אפ אויף דעם, און דערפאר גייט מען דיר נישט צו לאזען צו האלטן דיינע טשיקענס אויפ'ן רשות הרבים.

באטאם ליין: קלויזענבורג'ער חיות נעמט אוועק ענקער קלויזענבורג'ער עופות פון דארט באצייטענס, פאר מ'גייט ענק מסר'ען, עטס זענטס עקעלדיג! אה, כ'בין א מסור, דו מעגסט טוען וואס דו ווילסט, ווייל דו ביסט א מוסד, אהא, איך טאר נישט, האלטס דער טשיקען און ענקער פראנט יורד, וואלטיך געוואלט זעהן וואס עטס וואלטס געטוען? אז ענק האבען נישט אן אייגען בעקיורד פארקויפטס נישט, ואנשי קודש תהיו לי, פאר מ'וויל זיין "קודש", טייטשען ספרים, דארף מען זיין "אנשי" מענטשליך, זיך רעכענען מיט די ארומיגע.

פוי.
I AM SICK AND TIRED ALREADY

דער אשכול פארמאגט 66 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר