איבערבעטן:

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

איבערבעטן:

שליחה דורך קאך_לעפל »

די משנה זאגט אין יומא: עבירות שבין אדם למקום, יום הכיפורים מכפר; שבינו לבין חברו אין יום הכיפורים מכפר, עד שירצה את חברו.

דער אייבישטער האט באשעפען דעם מענטש מיט פארשידענארטיגע נאטורן, איינער איז מער א גערעגטער, איינער איז מער א רואיגער, איינער איז מער סענסעטיוו, דער צווייטער איז ווייניגער סענסעטיוו אד''ג.

דעריבער איז כמעט נישט מעגליך אז מען זאל נישט וויי טאן אדער טשעפענען א צווייטען, אדער ווערן געטשעפעט פון א צווייטען, עס מאכט זיך ביי יעדן.

ווען עס קומט יום הקדוש בעט מען מען זיך איבער, און הכל על מקומו יבוא בשלום, און יום הכיפור איז מכפר.

עס איז אבער פארהאנען אמאל א מענטש וואס איז בטבע א רע לב, א איש רוע מעללים, און ער האט א סיפוק צו טרייבערן און פייניגען אנדערע מענטשען, ער באקומט ארגעזעם ווען ער זעט ווי ער האט איינעם גוט צוגעפיקסט, זיין גרעסטע נחת רוח אויף דעם עולם איז, ווען ער כאפט איינעם מיט א אפענעם זופער, און ער קען עס גוט אריינקנעטען אין אים. ער לעבט אויף רשעות און שלעכט'ס, טרערן פון א צווייטען ברענגט אים ארויס א שמייכל.

עס קומט יום הקדוש אויף די נאכט, מען זיצט אין שוהל אנגעטאן מיטן ווייסן קיטעל, איינגעהילט מיטן טלית, מיט א באקס טישו'ס, און מען זאגט מיט טרערן דעם תפילת זכה פונעם חיי אדם, דאס הארץ איז פול מיט חרטה און צובראכענקייט, דאס גאנץ יאר שפילט זיך אפ פאר די אויגן, און מען האט באמת חרטה אויף די זינד, און מען איז זיך מקבל אז דעם נייען יאר גייט מען זיך פירען בדרך הישר, די פחד פון דעם הייליגן טאג שפירט זיך אין אלע ווינקלען פון בית מדרש, דער בית מדרש איז פול מיט נשמות פון די מתפללים וואס זענען שוין בעלמא דקשוט, והחי יתן אל לבו... ממש א פחד...

מיטאמאל שפירט מען א קלאפ אויף די פלייצע, מען דעקט זיך אויף די טלית, מען ווישט זיך אפ די אויגן, און.... והנה, דער בחור איז דא.... דער שלעכטער גרויליגער באשעפעניש אנטפלעקט זיך במלוא הדרו, און ער שטרעקט אויס זיין האנד מיט א צינישען שמייכעל, און פרעגט..... מוחל??????

וואס דארף זיין דאן די רעאקציע? וואס דארף מען טוהן? זאגן מוחל ווען מען האלט באמת נישט דערביי? אדער אים אראפלאזן א זאפטיגס אז ער זאל זיך מצרף זיין מיט די פארשטארבענע נשמות וואס געפונען זיך אצינד אין בית מדרש?

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר