פאראכטונגסווערד ס'לעבן
נוח לו שלא נברא,
דאס בין איך —
איש עברי.
האס די סיסטעם
נישט מקבל מרות,
דאס בין איך —
יואב איש כפרות.
א פריקין ארטיקל
נישט קיין שפאס,
דאס בין איך —
בר דעת.
טויט פאר ישיבות!
דאס איז דער רעטער,
דאס בין איך —
העררינג איש בלעטער.
פאעזיע מיט ליבע
נישט קיין נאנסענס,
דאס בין איך —
רויטע וואנצעס.
אומשולדיגע ארטיקל
פעסטע רבי אין שפאן,
דאס בין איך —
שטילע אינגערמאן.
תורה ומחשבה
ברענגט ארויף די ניווא,
דאס בין איך —
ראש הישיבה.
אבער... פאר איינעם נאר
איך פגר איך שוכב,
און דאס איז ער —
דעם פריקין כ-ו-כ-ב!
אי לאו האי
כוכב זעיר,
כמה כתבות
איכא בסאיר!
ברענגט אהער
כוכב אויף א טשוואק,
כ'וויל אים גיבן
א קיש אין באק.
וואויל איז אונז
מיט אזעלכע שטערנס,
און וואויל פאר זיי
כוכב'ס פערענטס.
אראומע #14 — הללוהו כל כוכבי אור
דער אשכול פארמאגט 11 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן